- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,562
- רעאקציע ראטע
- 3,454
- פונקטן
- 443
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דא איז די ארטיקל פון די ערשטע מעשה:די עמערדשענסי ארדער פרייטאג ביי א ריכטער איז געקומען אין רעזולטאט פון א אינצידענט פארלאפענע מיטוואך אין מיניאפאליס, ווי אייס מערדער האבן געשאסן שאק און רויעך גראנאטן און געשפריצט טרערן גאז נעבן א קאר וואס איז אריבערגעפארן א אייס פראטעסט, אין די קאר האבן זיך געפינען א משפחה מיט 6 קינדער, די יונגסטע 6 חדשים אלט, און די בעבי האט זיך געשטיקט אין רעזולטאט פון די גאז, אי.עמ.עס. האט געמאכט CPR און באוויזן צוריקצוברענגען דאס קינד'ס לעבן.
דריי קינדער האבן געדארפט האספיטאליזירט ווערן פאר אטעמען פראבלעמען, אין רעזולטאט פון די רוצח'ישע אויפירונג פון אייס, און זיי דארפן נאך יעצט נעמען באהאנדלונגען צו אויסקלארן די לונגען.
אין נאוועמבער 2025 איז געווען באריכטעט אין שיקאגא א ענליכע אינצידענט.
א אייס אפיציר האט אריינגעשפריצט פעפער ספרעי אין א אפענע פענסטער פון א פארבייפארנדע קאר, אין רעזולטאט האט א בעבי פון איין יאר וואס האט זיך געפונען אין די קאר געדארפט האספיטאליזירט ווערן פאר אטעמען פראבלעמען, און די טאטע וואס ליידט אויף אסטמא האט געדארפט באהאנדלט ווערן אין שפיטאל פאר א ריעקטשען. (ס'קומט פארשטייצעך נישט צו צו די שווערע וואונדן וואס די מערדער אגענט האט געליטן ביים ווערן איבערגעפארן....)
אלעס רעדט מען דא פון אמעריקאנע בירגער, וואס זענען געפאלן א קרבן צו רוצח'ישע אקטיוועטעטן פון אייס.
די גאנצע טומל איז נישט פון טראמפ, די טומל איז פון די פרעסע מיט די אבּסטראקטירער...דער ניו יארק טיימס האט היינט אן ארטיקעל מיט די ציפערן פון די דעפארטאציעס , לויט זיין טאבולאציע
האט מען אין 2023 דעפארטעט 590,000 מענטשן אין יאהר 2024 האט מען דעפארטעט 650,000 מענטשען, און אין יאהר 2025 אונטער טראמפ האט מען ארויס געשיקט 540,000 מענטשען , לויט דעם איז דער עיקר דיפערענץ אז אונטער טראמפ ווערט עס געטון מיט פובליסיטי און מיט א טומעל עס זאל זיין רעש וקולות , ער זאגט אויך עס איז דא דיפערענצען, צו ביי די גרעניצן, צו פון אינענווייניג אין לאנד,אבער די נומבער פון מענטשן איז נישט מער נאר עטוואס ווינציגער ווי ביי ביידען,אין די לעצטע צוויי יאהר פון זיין טערם .
די גאנצע טומל איז נישט פון טראמפ, די טומל איז פון די פרעסע מיט די אבּסטראקטירער...
צום שלוס, איך בּעק נישט די אקטיוויטעטן און דו דארפסט עס אויך נישט בעקן און דאס אז מ'האט געוויילט פאר טראמפ איז נישט ווייל ער האט צוגעזאגט אז זיינע פעדעראלע אגענטן גייען זיין איידל און וואויל נאר ווייל ער האט געזאגט אז אנטשטאט צו פאקוסירן אויף פאלשע ווייט קאַלער קריים און ניצן די איי אַר עס נאכצולויפן מיר און דיר רודפ'ט ער ארויס די אומלעגאלע אימיגראנטן.
מיר איז אינטרעסאנט אז קיינער האט נארנישט צוזאמגעשטעלט קיין נארמאלע דאקומענטערי דערפון. עס איז דאך האר-אויפשטעלנד וואס גייט פאר בפני קהל ועדה - אויף לייוו ווידעא.איך בין נישט זיכער צי איינער האט שוין געברענגט די לעצטיגע האר אויפשטעלנדע רשעות פון אייס,
דער הויבט שוין אן פארשטיין אז די צווייטע אמענדמענט איז אפשר יא וויכטיג.....איז די צווייטער אמענדמענט נישט געקומען באשיצן 'אמעריקאנער בירגער' פון ממש אזא מצב?
בעסער, רואיגער און שטילער אבער נישט געזעצליכער. אבער די גאנצע בעסער, רואיגער און שטילער איז נאר ווייל די וואס מאכן איצט די טומל האבן דאן זיכער געמאכט אז ס'זאל זיין באהאלטן.זייט ווען מעגן זיי עובר זיין אויך די פערטע אמענדמענט (אריינשטויסן ביי מענטשן אין הייזער, אין קארן, און וואו נישט) כדי 'אויסצופירן פעדעראלע פראצעדורן' - וואס אגב אבאמא האט אויסגעפירט אסאך בעסער, רואיגער, שטילער, און געזעצליכער.
קיינער מאכט נישט אזא טומל ווי טראמפ און אייס אליין! ער רעדט גאנצן טאג דערפון און זיי מאכן זיכער צו ווערן באמערקט.דער הויבט שוין אן פארשטיין אז די צווייטע אמענדמענט איז אפשר יא וויכטיג.....
בעסער, רואיגער און שטילער אבער נישט געזעצליכער. אבער די גאנצע בעסער, רואיגער און שטילער איז נאר ווייל די וואס מאכן איצט די טומל האבן דאן זיכער געמאכט אז ס'זאל זיין באהאלטן.
על טעם וריח..ועל כולם איז אפשר דא אפאר איינצלהייטן וואס אייראפע קען זיין בעסער אבער ווען מען לייגט זיי זייט ביי זייט וויל איך בלייבן אין אמעריקע.
טא, וויאזוי ביזטו אזוי זיכער אז עס פאסירט טאקע? ווייסט מען יא אדער ווייסט מען נישט?אין אייראפע איז נישט דא קיין פרייהייט פון ווארט, נישטא קיין וועג וויאזוי וואלסט געקענט וויסן אז אזאנס פאסירט
View: https://x.com/covie_93/status/2012746380859600913?s=20די עיקר איז זיך איינצו'חזר'ן אז קאמאלא העריס וואלט געווען אסאך ערגער
די רוצחישע אייס אגענטן האבן פשוט אפגעשטעלט אן אומשולדיגע פארבייפארנדע קאר, אויפגעבראכן די פענסטער און אריינגעשפריצט די טרערן-גאז פאר נאו ריזען?איך בין נישט זיכער צי איינער האט שוין געברענגט די לעצטיגע האר אויפשטעלנדע רשעות פון אייס, דא האט איר ק/פ פון שפילקעס אויף אייוועלט:
דא איז די ארטיקל פון די ערשטע מעשה:
יעצט @טעלעפאן, פאר דו קומסט מיט א גאנצע לעקטשאר אז "אזוי ארבעט עס שוין יארן מיט פעדערלאע אגענטן" און "ווי ביסטו געווען דאלמאטס ווען ביידן האט דאס און דאס געטון"? וויל איך דיר פעדערן מיט אביסל הסברה וואס איך האב מסביר געווען דארט פאר די טראמפיסטן.
ס'קריכט מיר שוין אויף די נערווען ווען יעדע מאל איינער שרייבט ווי אייס האט זיך ציפירט די האנט מיט א רשעות קומען די טראמפ חברה ציקריכן מיט זאכן וואס איז פארגעקומען אינטער ביידן מיט א שטארקע שאלה "ווי ביזטו געווען דאלמאטס?"
איך וויל עס דא קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל, איך האב געוואוט פאר טראמפ צוויי מאל, ווען ביידן איז געווען פרעזידענט בין איך אויך געווען אויפן טראמפ טרעין, אין יעדע זאך וואס איז געגאנגען שיעף האב איך עס וואולערהייט אזוי ווי אלע טראמפיסטן ארויפגעלייגט מיט רעכט אויף די ראדיקאל לינקע פאליסיס פון די ביידן אדמעניסטראציע, א שטייגער ווי די אפענע גרעניצן וואס איז געווען א רשעות שאין כדגמתו.
אבער דאלמאטס איז די נער נישט געווען מיינס.
יעצט איז די נער יא מיין, איך האב געוואוט פארדעם, און דאס איז וואס שטערט מער שרעקליך.
ווי קען א מענטש מיט א ווארקינג הארץ בעקן וואס אייס טוט יעצט צי פראטעסטירער? ברענג מיר נישט יעצט א מעשה פון 2 יאר צירוק פון ביידן, אונז ווייסן ביידע אז ביידן איז א באגאבונד יעדער ווייסט עס, ווי קומט עס דא אריין?
אונזערס א מענטש, וועם אונז האבן געשטימט אין די מאסן, האט א פאליציי קראפט, וואס פירט זיך אויף ווי חיות טורפות צי אמעריקאנע!!
מטורפים וואס באגאזען א קאר מיט 6 קינדער אינעווייניג, די אינגעסטע איז 6 חדשים!!!!! וואס זיי האבן זיך געטראפן געשטראנדעט צווישן די אפיצירן און די פראטעסטירער...ווי שפילקעס האט פריער פארציילט.
שעמען זאלן זיי זיך!!! און איך אויך פארן וואוטען פארדעם...![]()
אבאמא האט עס אויסגעפירט בעסער? אדער אונטער אבאמא האט עס די מידיע איגנארירט במילא איז אלעס געפארן רואיגער?מיר איז אינטרעסאנט אז קיינער האט נארנישט צוזאמגעשטעלט קיין נארמאלע דאקומענטערי דערפון. עס איז דאך האר-אויפשטעלנד וואס גייט פאר בפני קהל ועדה - אויף לייוו ווידעא.
איז די צווייטער אמענדמענט נישט געקומען באשיצן 'אמעריקאנער בירגער' פון ממש אזא מצב?
וואס איז די גדר פון א פעדעראלע overreach ווס 'נארמאלע פראצעדורן'?
זייט ווען מעגן זיי עובר זיין אויך די פערטע אמענדמענט (אריינשטויסן ביי מענטשן אין הייזער, אין קארן, און וואו נישט) כדי 'אויסצופירן פעדעראלע פראצעדורן' - וואס אגב אבאמא האט אויסגעפירט אסאך בעסער, רואיגער, שטילער, און געזעצליכער.
דאס איז אויסער מיין אייראפעאישע פאראיבל אויף א סיסטעם וואו אטאריטעטן האבן אימיוניטי אויףך א פארנעם אז עס איז כמעט אוממעגליך זיי צו האלטן אקאונטעבל.. רעד צו מיר וועגן פרידאם אוו ספיטש...
רעדענדיג פון פרידאם אוו ספיטש, זינט ווען איז א קעמערע אדער מאדנע קאסטום אדער פארבייפארן מיט א קאר - געווארן אן 'אבסטראקשן אוו פעדעראלע פראסידינג'?! אזש צו בארעכטיגן די ווייאלענס פון אייס אנקעגן די אלע?!
בקיצור, די מצב איז מעססד אפ. די עיקר איז זיך איינצו'חזר'ן אז קאמאלא העריס וואלט געווען אסאך ערגער! און דאס איז שוין לייגענדיג אין א זייט גרינלאנד..
קומט יעצט ארויס די נייעס אז ס'איז פאראן ווידאוי וואס פרעגט אפ די מעשה.מטורפים וואס באגאזען א קאר מיט 6 קינדער אינעווייניג, די אינגעסטע איז 6 חדשים!!!!! וואס זיי האבן זיך געטראפן געשטראנדעט צווישן די אפיצירן און די פראטעסטירער...ווי שפילקעס האט פריער פארציילט.
ב"ה אז דו קענסט דיך אויפהערן שעמען.
ניין? איז יענער נישט געווען באוואפנט מיט געווער?