די פילאזאפישע באקטעריעס

מרחשון

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 12, 2024
מעסעדזשעס
189
רעאקציע ראטע
663
באקטעריעס ווערן געבוירן דורך צעטיילונג – אן איינצעלנע צעל קען זיך צעטיילן אין צוויי, און אזוי ווערן בעיביס געבוירן, פארמערנדיג זייער קהילה אן אויפהער. די יונגע באקטעריעס וואקסן שנעל אויף און פארנעמען פארשידענע ראלעס – אייניגע ווערן קערעסטירער חסידים וואס טוען גארנישט חוץ צעברעכן עסנווארג, אנדערע זענען "שומרים" וואלונטירן וואס באשיצן די געמיינדע קעגן פאטאגענעס, און עס זענען אויך פארהאן "קומוניקאטארן" וואס זיצן אויף סאושעל מידיא און שיקן כעמישע סיגנאלן איבער דער קהילה.

ווען די עלטערע באקטעריעס ווערן שוואכער און קענען זיך מער נישט צעטיילן, ווערן זיי ארויסגעשטויסן דורך די יונגעלייט פון דער קהילה.


דאן זענען דא די חכמים, וואס גרינדן פילאזאפישע אקאדעמיעס צו לערנען און פרעגן איבער מעטאפיזיקס און מאראלישע שאלות.


וואס איז אונזער עכטער ציל אין לעבן? – עמיצער האט געהאלטן אז דער ציל איז בלויז זיך צו ענזשויען, אנדערע האבן געהאלטן אז עס איז א מצווה צו פארשן און פארשטיין זייער סביבה, זיך צו פארמערן און פארשפרייטן, בשעת אנדערע האבן גע'טענה'ט אז זיי זענען דא בלויז צו דינען דעם גרויסן אומבאגרייפליכן כוח (דעם מענטש), וואס געבט נישט קיין דעקל צי זיי פארשטייען זייער עקזיסטענץ אדער נישט…

עקזיסטירן אויך אנדערע וועלטן? – אייניגע באַקטעריעס האבן היפאטעזע'ט אז עס מוז זיך געפינען מער וועלטן אין אנדערע טיילן פונעם גוף, א שטייגער ווי אין די ווייטע 'לונגען' אדער נאך ווייטערע 'מוח'. מער ראדיקאלע האבן זאגאר פילאזאפירט אז עס קען זיין א מולטי מולטיווערס אין פארעם פון אנדערע מענטשן וואס פארמאגן אליין אין זיך עטליכע ארגאנען…

וועלכע סארט עקזיסטענץ איז דער מענטש? – טייל האבן געהאלטן אז ער איז א מעכטיגער גאט וואס געבט זיי צו עסן, און אנדערע האבן גע'טענה'ט אז ער איז סתם א אנגעבלאזענער פענאמען וואס האט זיי בכלל נישט ליב.

וואס פאסירט נאכ'ן טויט? – אייניגע האבן געהאלטן אז ווען א באקטעריע שטארבט, גייט זי אריבער אין א רעאלם וואו זי באקומט צוגעטיילט פעטע פארציעס הערינג און אייער קיכל. קיינער פון זיי האט נישט גע'חלומ'ט אז אייגנטליך ווערן זיי אראפגעפלאשט אין טוילעט אין צואה רותחות…

וואס איז געווען דער אנהייב פון דער לעבנס־צירקל? – וויפיל זיי האבן געפּרואווט צו פארשטיין, איז עס זיי אוממעגליך געווען צו קלערן, וואס איז געווען ביים אנהייב – די ערשטע באקטעריע אדער די עסנווארג וואס האט זיי געגעבן לעבן? געציילטע פיזיקער צווישן זיי האבן גערעדט עפעס איבער א ביג בענג ווען צוויי אייערלעך האבן זיך צאמגעשטעלט צו פארמירן א בעיבי וואס איז צוביסלעך 'עקספענדעד' געווארן צום מענטש וועמען זיי קענען היינט. עס איז זיי נישט איינגעפאלן צו פרעגן וואס איז געווען 'בעפאר' דעם ביג בענג…

איז דער מענטש גערעכט אין זיינע באשלוסן? – טייל האבן זיך אויפגערעגט ווען דער מענטש האָט געגעסן שארפע עסן, וויבאלד עס האט זיי געבראכט צרות, און אנדערע האבן אויסגעדריקט א זארג ווען ער האט גענומען היגיענישע טאבלעטן. עס איז זיי נישט גרינג געווען צו מאכן סענס פון דעם פראבלעם פון שלעכטיגקייט… איז דער מענטש באמת א כל יכול?...

און אזוי זענען די חכמים געזעסן חדשים און יארן, זיך קווענקלענדיג צווישן פערזענליכע טעאריעס און דעבאטעס, אבער קיין ענטפער האט קיינער נישט געקענט געבן.

מאנכע האבן פרעדיקטעד אז זייער לעבן פארמאגט א דעדליין, ווען דער מענטש וועט נעמען אן אנטיביאטיק, און די קהילה וועט צוגרונד גיין. עס זענען אויפגעשטאנען ענוויראמענטאליסטן און שווארצע נבואה זאגער וואס האבן אפילו גע'טענה'ט אז דאס איז א טייל פונעם מייסטער פלאן אז נאך זעקס טויזנט יאר וועט די וועלט חרוב גיין. פון וואו זאלן זיי דען וויסן אז דער אמת'ער וועלט איז אזויפיל גרעסער ווי זייערע השגות, אז אפילו ווען זייער גאנצער קהילה וועט אפגעווישט ווערן פון דער מאפע, וועט דער מענטש ווייטער לעבן רואיג. און אפילו ווען דער מענטש וועט אפגעווישט ווערן, וועט דאס אלגעמיינע לעבן ווייטער אנגיין, וכן הלאה, והנמשל מובן...
 
כ׳האב דיר געגעבן א לייק ווייל איך גלייך עס טאקע, אבער בעצם קאנטרעדיקט דיין ארטיקל די פאנטש-ליין וואס דו ברענגסט ארויס. אין אנדערע ווערטער; ווען דו וואלסט באמת גענומען א מוסר השכל פון די באקטיריע פענאמענע וואלסטו ניטאמאל געשריבן דעם ארטיקל.

איך קום צו א פארקערטע מסקנה; זיי די באקטיריע מאכן דאך נישט די גאנצע פשעטל, נאר דו ביזט דער וואס מאכט עס, וכמימרא הידוע ״טראכט נישט וואס דער פערד טראכט, ווייל א פערד טראכט נישט״.

והיות, נאר אונז מענטשן זענען קאנטשעס (און אונז מענטשן נישט נאר אונז געבן גארנישט צו, מאכן אונז נאך חרוב די בריאה - כ׳רעד בגשמיות שטייטסעך) זאגט עס מיר אז לגדולה נוצרנו, אונז האבן גאר א ספעציעלע purpose און תכלית…
 
איך גלייב נישט אז שטיינער זענען קאנטשעס, אבער עס איז באמת נישט מעגליך צו וויסן. באקטעריע קענען ענדערש זיין קאנטשעס
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top