- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,211
- רעאקציע ראטע
- 8,678
- פונקטן
- 943
ס'מיר איינגעפאלן בשעת'ן זאגן די על חטא'ס נעכטן אז זיי זענען איינגעטיילט אין 4 חלקים - נו פארוואס?! פאר די 4 גרופעס באזונדער.. א גאנצן טאג האב איך עס פראבירט צו מאכן שטומען אבער ס'האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין wishful thinking מער ווי סיי וואס. פארט וועל איך דא אהערשטעלן מיינע געפינסן אויף וויפיל ס'איז ווערד.
די דריטע טייל הייבט זיך גראד אן מיטן 'על חטא שחטאנו בפריקת עול'.. נישטא מער 'דרייער' ווי דעם.. 'קלות ראש' ליגט אויך דארט. און עס ענדיגט זיך מיט 'בתמהון לבב', מעגליך אפצוצייכענען די דרייערס וואס זענען מער נוטה צום פירער שוין, זיי האבן שוין פייגלעך אין קאפ אויך..
די צווייטע טייל רעדט מער פון ביזנעס, שוחד, משא ומתן, ריבית, לשון הרע.. נא, די 'מעינסטריעם עבירות'..
די ערשטע טייל איז אביסל שווערע אריינצוקוועטשן, הרהור הלב, אמוץ הלב, בלי דעת, יודעים ולא יודעים. מ'דארף עס נאך באארבייטן.. כ'מיין די זלזול הורים ומורים שטומט זיי גראדע יא גוט, נאך וואס זיי האלטן זיך פרומער ווי אלע אונזער פארגייער..
די לעצטע אבער מיין איך איז גאנץ שטארק, עס איז מער נישט קיין 'על חטא שחטאנו' בכלל, וואס מיינט דאס בכלל מיר זינדיגן ווען מיר קענען ראציאנאליזירן נישט נאר אן היתר נאר וויאזוי די איסור גאר הייבט זיך נישט אן?
ס'איז אזא 'חטאים שחייבים עליהם' סטיל.. עפעס אזוי אבסטראקט, אזא הלכה אזא אז 'מאיז' מחויב דערויף ווייסעכוואס...
יתכן..