בריטישער קאמידיען/פילאסאף ריקי זשאווירעס, עפעס זאגט ער...
דער כלל איז, א מענטש קען נישט געבן וואס ער האט נישט.
ממילא, אויב קען ער מער נישט קערן וועגן זיין אייגן לעבן, איז שווער צו ערווארטן ער זאל
געבן קעיר (פון וואו? פון א ליידיגע פושקע?)
אויב מ'וויל ער זאל קעירן, דארף כאטש איינער קעירן וועגן אים, ס'זאל זיין כאטש א "טראפ וואסער

געבליבן אינ'ם ברונעם פון וואו צו שעפן" קעיר. נישט אזוי?
(אמת גערעדט דארף ער אפילו דעמאלס אויך נישט קערן, ער קען האלטן אלע טראפנס פאר זיך, ווייל עכטע חסד איז צו געבן ווען דו האסט בריוח און ס'רינט איבער. נישט ווען ס'נעמט אוועק פון דיין needs פאר יענעם'ס באקוועמליכקייט)
נ.ב. קלאר צו מאכן: די אויבדערמאנטע איז אלעס געזאגט געווארן about going out of your way to care about other
- איך פיל ס'מאכט נישט סענס עס צו ערווארטן, בשעת איינעמ'ס מעסטל איז ליידיג, פראקטיש גערעכט:
"The math ain't mathin'" (ווי די אויסדרוק גייט)
*פארשטייטצעך, אז שעדיגן א צווייטן actively injuring someone גייט נישט אריין אין דעי קאטעגאריע)
דא רעדט מען נאר אז דו ביזט נישט מחויב צו באזייטיגן דיינע אייגענע needs צו מאכן יענעמ'ס באקוועמליכקייט א priority
(אפילו ע"פ תורה שטייט חייך קודמין! דיין לעבן קומט פריער. למשל ווען איינער איז פארבלאנדשעט אין א מדבר

מיט זיין חבר & ער האט נאר איין פלעשל וואסער זיך צו דערהאלטן ביים לעבן און ס'נישט גענוג צו דערהאלטן צוויי מענטשן, איז ער לכתחילה מחויב צו ראטעווען זיין אייגן לעבן פריער ווי זיין חבר און ס'נישט קיין מצוה ווען ער געבט אוועק די וואסער…)