די ארגומענט קעגן סועסייד

די סעקולארער ענטפער איז אז: בעצם וועל ער יא לעבן, נאר זיין מצב איז עם אזוי שלעכט אז עס איז עם ענדעשער צי שטארבן ווי צי לעבן אין אזא מצב.
מילא ערשט מאכט מען זיכער אז ער שטארבט נישט און נאכדעם געט מען עם העלפ אז ער זאל יא קענען לעבן א לעבן וואס ער זאל וועלן לעבן.
 
או יאמר זיי זענען פשוט'ע אומפארגינערס...
 
די סעקולארער ענטפער איז אז: בעצם וועל ער יא לעבן, נאר זיין מצב איז עם אזוי שלעכט אז עס איז עם ענדעשער צי שטארבן ווי צי לעבן אין אזא מצב.
מילא ערשט מאכט מען זיכער אז ער שטארבט נישט און נאכדעם געט מען עם העלפ אז ער זאל יא קענען לעבן א לעבן וואס ער זאל וועלן לעבן.
דאס איז ווען מען געבט העלפ... איך בין נישט אזוי באקאנט דערמיט, אבער איך מיין אז ווען איינער פרובירט סועסייד טראגט מען אים געצווינגענערהייט צום שפיטאל וואו מען באהאנדלט אים.
אין אנדערע ווערטער, מען פאדראגט אים....
 
🫤
ווארשיינליך נישט די בעסטע ארגומענט (אדער אפשר איז עס דאך יא די בעסטע וואס איז דא...?)
(ס'איז גאנץ קלאר פון די מידיע אז ס'איז געווען סאוסייד)

1760713514685.webp
 
בריטישער קאמידיען/פילאסאף ריקי זשאווירעס, עפעס זאגט ער...
 

בייגעלייגטע פיילס

  • FB_IMG_1762176297767.webp
    FB_IMG_1762176297767.webp
    80.6 KB · געזען: 43
בריטישער קאמידיען/פילאסאף ריקי זשאווירעס, עפעס זאגט ער...
דער כלל איז, א מענטש קען נישט געבן וואס ער האט נישט.
ממילא, אויב קען ער מער נישט קערן וועגן זיין אייגן לעבן, איז שווער צו ערווארטן ער זאל געבן קעיר (פון וואו? פון א ליידיגע פושקע?)
אויב מ'וויל ער זאל קעירן, דארף כאטש איינער קעירן וועגן אים, ס'זאל זיין כאטש א "טראפ וואסער💧געבליבן אינ'ם ברונעם פון וואו צו שעפן" קעיר. נישט אזוי?

(אמת גערעדט דארף ער אפילו דעמאלס אויך נישט קערן, ער קען האלטן אלע טראפנס פאר זיך, ווייל עכטע חסד איז צו געבן ווען דו האסט בריוח און ס'רינט איבער. נישט ווען ס'נעמט אוועק פון דיין needs פאר יענעם'ס באקוועמליכקייט)

נ.ב. קלאר צו מאכן: די אויבדערמאנטע איז אלעס געזאגט געווארן about going out of your way to care about other
- איך פיל ס'מאכט נישט סענס עס צו ערווארטן, בשעת איינעמ'ס מעסטל איז ליידיג, פראקטיש גערעכט:
"The math ain't mathin'" (ווי די אויסדרוק גייט)

*פארשטייטצעך, אז שעדיגן א צווייטן actively injuring someone גייט נישט אריין אין דעי קאטעגאריע)
דא רעדט מען נאר אז דו ביזט נישט מחויב צו באזייטיגן דיינע אייגענע needs צו מאכן יענעמ'ס באקוועמליכקייט א priority

(אפילו ע"פ תורה שטייט חייך קודמין! דיין לעבן קומט פריער. למשל ווען איינער איז פארבלאנדשעט אין א מדבר 🌵 מיט זיין חבר & ער האט נאר איין פלעשל וואסער זיך צו דערהאלטן ביים לעבן און ס'נישט גענוג צו דערהאלטן צוויי מענטשן, איז ער לכתחילה מחויב צו ראטעווען זיין אייגן לעבן פריער ווי זיין חבר און ס'נישט קיין מצוה ווען ער געבט אוועק די וואסער…)
 
(אפילו ע"פ תורה שטייט חייך קודמין! דיין לעבן קומט פריער. למשל ווען איינער איז פארבלאנדשעט אין א מדבר 🌵 מיט זיין חבר & ער האט נאר איין פלעשל וואסער זיך צו דערהאלטן ביים לעבן און ס'נישט גענוג צו דערהאלטן צוויי מענטשן, איז ער לכתחילה מחויב צו ראטעווען זיין אייגן לעבן פריער ווי זיין חבר און ס'נישט קיין מצוה ווען ער געבט אוועק די וואסער…)
אונז נעמען אן אזוי ווי דו ברענגסט, שיטת רבי עקיבא, אז דער וואס האט די ביסל וואסער זאל עס האלטן פאר זיך ווייל חייך קודמין, נישט ווי בן פטורא וואס האלט מוטב שישתו שניהם ואל יראה אחד במיתת חבירו.

איז דא א חקירה, אויב איינער איז א גבור פון דעם באלעבאס פון די קתון וואסער צו ער מעג עס אוועקכאפען און ער וועט באצאלן פאר די יורשים, ווייל דער דין זאגט אז א מענטש אין א סכנה מעג נעמען אן אנדערנ'ס געלט און זיך מיט דעם מציל זיין די אייגענע נפש, איז שייך דאס אפילו אזא פאל?

עס איז דא א נידון אין די שו"ת אויב א מענטש איז מחוייב צו געבן זיין גאנצע פארמעגן מציל זיין א איד פון טויט, לדוגמא אז עס פעהלט אויס פאר פיקוח נפש א סערדזשורי און מען דארף 100,000 דולר פאר'ן דאקטאר, האלט רב וואזנער בעל שבט הלוי, אז אויב דער מענטש באלאנגט צו א קהילה איז דער קהל מחוייב צו שאפן די געלט, אבער אויב עס פאסירט אין א מקום ווי עס איז נישט דא נאר איין איד וואס ווייסט פון דעם מצב, איז ער מחוייב צו געבן זיין גאנץ פארמעגן, נישט אזוי ווי מען זאגט בדרך כלל "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש". עס איז א שווערע פסק, אבער עס מאכט סענס מאראליש.
 
או יאמר זיי זענען פשוט'ע אומפארגינערס...
וואלסטו געזאגט אומפארגינערס אין דעי פאל אויך?

טשען סי, איינער פון טשיינע, שטייט ביים בריק איבער׳ן ״נאנדשינג יאַנגצע״ טייך, יעדן weekend, און האט שוין געראטעוועט קרוב צו 500 פון סועסייד.

אבער נישט סתם מיט אפהאלטן פון שפרינגען, נאר מיט זיין הארץ, מיט אויסהערן, מיט קעירן און פרובירן זיי העלפן טרעפן א בעסערע וועג.

ער שרייט נישט, ווען ער זעהט א מענטש שטייו איינזאם אליין אויפ׳ן בריק, גייט ער מיט ווייכהארציגע ווערטער צו אים און בעט זאג מיר וואס טוט דיר וויי, לאממיר צוזאמען געפינען אן אנדערע אופן (צו סאלוון וואס דריקט דיר)

אסך פון די מענטשן וועמען ער האט געהאלפן האבן קיינמאל מער נישט פרובירט נעמען אזא שריט.

ער פאררופט זיך נישט א העלד, נאר פאר אסך משפחות איז ער א נס אין א מענטשליכע פארעם.

ער אליין איז אמאל געווען ביים שוועל פון יאוש און געראטעוועט געווארן דורך א פרעמדן׳ס גוטהארציגקייט און מיטלייד

היינט ניצט ער יענע פּיין וואס ער איז דורך - ווי א לעבנסרעטונג שטריק ארויסצושלעפן אנדערע פון קלעם (ס׳איז דא א מאווי דערוועגן)

View: https://www.instagram.com/p/DQIFHPCjNnX/?img_index=3&igsh=bm5lbjBwYmFoZ3Vy
 
Back
Top