דו האסט מיר נישט פארשטאנען.
איך קען נישט צופיל מעטשן וואס האבן אמאל געהאט איינעם צו מען פילט סעיף צו רעדן, קען זיין אסאך האבן יא, עכ"פ איך האב זיכער נישט געהאט, און דאס איז טראץ וואס רוב בחורים דרייען זיך ארום אין דער עידש מיט פיין, ווייטאג, עליות און ירידות, און קענען צו קיינעם נישט רעדן דערוועגן, אבער נישט דאס איז דער פוינט.
די נקודה איז אז זיין לעבנס-געשיכטע איז נישט אנדערש ווי רוב היימישע בחורים. איך זע נישט וואס האט אים אריינגעלייגט אין אזא דיפרעסיע ביזן זיך נעמען דאס לעבן.
און איך מאך בכלל נישט אוועק קיין שום ליידן, דאס אז זיין לעבן איז געגאנגען דרום איז קלאר, דאס אז ער האט געהאט ווייטאג וואס עס איז שווער צו באגרייפן דאס איז אויך זיכער, והא ראיה אז ער האט געטון וואס ער האט געטון.
אבער איך פרוביר צו פארשטיין וואס איז ביי אים געווען אנדערש, אז דאס וואס יעדער גייט אריבער האט אים געברענגט אזא טיפע ווייטאג, אז ער איז צוגעקומען צו א מצב פון נעמען דעם אויבנדערמאנטע שריט.