די סטאק מארקעט וועלט

וועלכע סטאקס לוינט זיך צו קויפן יעצט אנהייב אקטאבער?

דיסקלעימער: נישט קיין פינאנציעלע עדווייס, מאך דיין אייגענע ריסוירטש.

מיט א סאליד דזשאבס באריכט ערשינען פאריגע פרייטאג און נאך 2 ערווארטעטע פעד שניטן שפעטער אין די יאר, זעט מער און מער אויס אז די בול מארקעט וועט נאך אנהאלטן א שיינע פאר וואכן און אוועראלל זעט זיך אן א שטארקע אפטימיזם אין וואל סטריעט. איך וויל די מערסטע ארויסקעשן פון די שטארקע מארקעט, בפרט יעצט ווען מען האלט נאך א שטיקל dip, ווען די מארקעטס האבן געהאט א היפש שוואכע וואך געטריבן דורך פּאָרט סטרייקס און מיטל מזרח אנגעצויגענקייט.
TSLA ,AMD. מיט די צוויי גרויסע ערווארטעטע events: טעסלא'ס ראבא-טעקסי אנאנסירונג ווי עלאן מאסק פארשפרעכט אז זיין לאנג ערווארטעטע אויטאמאטישע טעקסיס וואס מען רעדט שוין פון 2014 וועט ענדליך ארויסקומען בתפארתו, און AMD'ס עי איי איווענט ווי זיי וועלן ארויסקומען מיט א נייע גאר סאפיסטיקירטע פראסעסער וואס קען איר שטעלן אין דירעקטן קאנקורענץ מיט Intel און Nvidia קען מען לייגן א שטארקע געוויכט אויף די צוויי. די ביידע האבן שוין אסאך ארויסגעקעשט ביז אהער טעסלא איז ארויף מיט 16% פאר'ן חודש און AMD מיט 21%. (אינטערעסאנט אנצומערקן אז פאריגע מאל AMD האט אנאנסירט נייע טעכנאלאגיע פארלאפענע דעצעמבער 6 איז די סטאק ארויף 21% פאר די חודש און 80% נאך 3 חדשים).

ווער פון די "מאגניפיסענט 7" (די 7 גרויסע טעק פירמעס) וועלן אויסנעמען די בעסטע? לכאורה Meta. די סטאק ברעכט נייע רעקארדס מיט יעדע פארבייגייענדע טאג, נישטא וואס צו רעדן די סטאק איז סאליד, ס'זיכער דא פלאץ צו וואקסן, די שאלה איז ווי לאנג וועט די טרענד אנהאלטן, איז די עי איי און נייע VR גלעזער שוין געהעריג אריינגעזעצט אין די פרייז? די הייפ זעט אויס שטארק ענליך צו נווידיע אפאר חדשים צוריק מיט מער שאנסן אויף ארויף איך האלט עס כאטש ביז 700. ווייטער אין די ליסטע האסטו נווידיע הממ.. די סטאק לויפט אין צירקלען 115-120, שווער צו זען ווי עס גייט פון דא און ווייטער. עפל איז שוין ארויסגערינען אלע לופט נאך די שוואכע אייפאון 16 פארלאנג, מייקראסאפט און אמאזאן זעען אויס ביליג, און טעסלא ווי אויבן דערמאנט שטייט בעפאר א גורלדיגע מאמענט.

ווער שטייט די בעסטע צו פארדינען פון די מיטל מזרח כאאס? אויל קאמפאניעס! מיט וואקסענדע אויל פרייזן קענען זיי אויך מאכן געלט פון זייערע זאפאסן. Exxon און Chevron זענען געווען העכער מיט 7.7% און 3.6% פאר די וואך, רעספעקטיוולי. פאר די קורצע טערמין איז עס זיכער גוט.

Nike נאך די אנטוישנדע ערנינגס באריכט איז געגאנגען בארג אראפ, ס'זעט אויס ווי ס'איז אבער דא פרישע מאמענטום מיט די נייע CEO,
PayPal איז אין אן ענליכע סיטואציע, נאכן זיך פלאגן די לעצטע 2 יאר זעט אויס ווי ס'קומט גוטע צייטן. אפשר וועט עס גאר ווערן די נעקסטע American express, ווער ווייסט? אינטערנעט פעימענטס ווערן מער און מער פאפולער.

וואס נאך? עניוואן?
 
לעצט רעדאגירט:

גרויסע בושות. 🫢🫣 כ'האף קיינער ליינט נישט איבער וואס דא איז געשטאנען, אלעס איז געגאנגען ממש קאפויער פון וואס איז איך האב געטראכט.

די 5 וואס האט אויסגעזען גונסטיג זענען אלע דראסטיש געפאלן:

1) טעסלא מיט די גרויסארטיגע ראבאטעקסי איווענט האט געטראסקעט פון $250 צו $217 (13.1%-).
2) AMD מיט די עי איי איווענט פון $170 צו $154 (9.4%-).
3) מעטא פון $595 צו $582 אראפ איבער 2 פראצענט.
4) עקסאן פון $124.83 צו $120.70 (3.3%-) און שעווראן געבליבן די זעלבע.
5) נייקי אראפ 1 פראצענט און PayPal ארויף 2 פראצענט אה.. די איינציגסטע ביזדערווייל.

פון די אנדערע זייט די צוויי סטאקס וואס כ'האב געהאט גאר א פארווע פארשאצונג עפל און נווידיע
זענען ארויף עקסטרעם הויך! עפל איז יעצט העכער מיט 3.9 פראצענט און נווידיע מיט גאנצע 14.9 פראצענט!!

זעהט אויס מען מוז זיין מער געווארנט פאר מען רעדט. עס זענען דא דא ריכטיגע עקספערטן @אינטעליגענט @פאליטיקאנט וואס פארשטייען יא אז ס'איז בעסער זיך צו האלטן שטיל.
 
דערפאר האסטו דאך די העדזשינג סטראטעגיע. ניין ?
 
וואס איז מיט Crypto
עס הייבט זיך שטארק
לוינט זיך אריינצולייגן נאך?
וועלכע פון זיי איז די בעסטע טשענס?
 
איך האב א אישו אז איינמאהל איך קויף ווען די סטאק איז low, האב איך מער נישט די קאראזש עס ארויסצונעמען. איינמאהל איך האב געמאכט געלט אויף א סטאק איז עס מיר שווער עס ארויסצונעמען ווייל איך טראכט אייביג אז ס'קען נאך מער ארויפגיין, און די אמת איז אז ס'קען נאך טאקע מער ארויפגיין!

סוי וויאזוי ווייסטו מען ווען מ'זאל ארויסנעמען?
 
איך ברעך מיך קאפ פארוואס איך האב נישט געקויפט ביטקוין ווען סאיז געווען אזוי נידריג
יעצט ווען ס׳האלט ביי 80k איז עס נידריג קעגן ווי ס׳קען אנקומען אין די קומענדיגע חדשים
 
אללללריייט...

מ'האט שוין געקויפט די S&P 500
מיר ווייסן שוין וועגן אן אינדעקס פאנד
מיר ווייסן שוין אביסל איבער די 500 גרעסטע קאמפאניס און אז ס'צוטיילט דיין געלט צווישן די 500 גרויסע קנאקערס.
מיר ווייסן שוין אויך אינטערסאנטע און וויכטיגע דעטאלן איבער די 11 סעקטארן וואס דרייוון די סטאק מארקעט

אבער איין מינוט! זאגט מיר עפעס א פויגל - דו שפרונגסט צו שנעל כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט? וואס איז א סטאק בכלל? וואס די העל מיינט דאס? פארוואס גייט א סטאק בכלל ארויף? פארוואס אראפ? וואס איז עס? וואו איז עס? אין מיין עפפ? קען איך עס האלטן? און קען מען וויסן פון פארדעם צו א סטאק גייט ארויף? און א סטאק וואס גייט נישט גוט פערפארמן? כ'מיין די גאנצע זאך איז א געמבל איך אנטלויף פון דא. ביי. דאס איז נישט פאר מיר...

לאמיר גיין על ראשון ראשון:
א סטאק מיינט בעלות אין א ביזנעס, איינמאל דו וועסט זיך אריינלאזן דערין וועסטו הערן אסאך פון equity -
פון דעם רעדט מען יעצט. פונקט ווי א מענטש קלאוזט אויף א נייע הויז, גייט דורך א יאר מ'האט דארטן אפגעצאלט א פערטל מארגעטזש דאס איז יעצט עקוויטי towards דיין פראפערטי.

שטעל דיר פאר, איך מיט דיר עפענען א עסן סטאר צוזאמען. ס'קאסט לאמיר שיסן גלייכע נומערן ס'זאל זיין גרינג נאכצופאלגן 500 טויזנט טאלער.

דו ביזט 50 פראצענט שותף, און איך 50 פראצענט שותף.
פראצענט פון? אלע shares מ'מעסט עס אין shares

יעצט, לאמיר זאגן מ'רעכנט 500 דאלער א share, פאר א סך הכל פון א 1000 שעירס, האסטו 500 און איך 500. לחיים.

רוקט זיך מיר אן @שעפטאל , ער מיינט ער קען אויך מאכן געלט, ער רעדט זיך איין ער פארשטייט צו געלט -עט ליסט ער הערט מ'פלוידערט אין קרעמל סטאקס- ער וויל אויך א פארציע...

א גוטן, איך הער מ'מאכט דא גראב געלט? I want in ס'עט זיך טוהן אהין און צוריק, ברענגסטו אן קאפוויי נאך פעיפערווארק נאך טויזנט דעות... וואס פעלט עס אויס? למעשה שעפטאל האט זיך דערזעהן אויפן באורד... ער האט זיך פארשאפט פראטעקציע... מ'פייפט מיר אן, שוין וואס טוט מען יעצט? מאני טאלקס...

גייט מען מ'עקספענד די שעירס פון די ביזנעס, אנשטאט וואס איך אדער מיין שותף זאלן דארפן אוועקגעבן פון אונזער חלק, אין ביזנעס קען מען גיין אזוי מעלין בקודש... יעצט איז שוין דא 2145 shares @שעפטאל האט זיך איינגעהאנדלט א 30% סטעיק אין אונזער סטאר, יעצט האב איך מיט מיינע שותפים 715 איעטש, און א שעיר קאסט יעצט 350 - נישט 500, די וועליועישן פון די ביזנעס איז ארויף ווייל מ'האט אריינגעברענגט נאך א מענטש.
יעצט שעפטאל קען זיין סתם א פאץ פון גאס וואס וויל מאכן געלט אדער ברענגט ער עפעס צום טיש וואס אויף דעם קען מען בויען אז די ביזנעס גייט זיין ווערט די נייע וועליו אין די לאנג ראן. אין די פאל איז זייער גוט אז מ'ברענגט אים אריין ווייל די ביזנעס האט יעצט נאך געלט וואס זי דארף נישט אנבארגן און ווייל ער ברענגט צו זיין עקספערטיז וואס פארברייטערט די ביזנעס.

אדער... קען עס זיין סתם א נארישע דיסיזשאן און שלעפט אראפ די ביזנעס און ס'האט גארנישט אויסגעפעלט ווייל די ביזנעס איז געווען גוט ווי ס'איז און האט נישט געדארפט דאס געלט און די מער שעירס מאכט נאר די ביזנעס אויסקוקן ווייטער פון מציאות אלס א ווערדפולכ פירמע.

און מ'קען עס נעמען ווייטער אז שעפטאל שלעפט אנדערע חברים. און אזוי פאלט די סטאק פרייז מער און מער...

אבער לויט די ערשטע סיניריאו, איז די ביזנעס אין א בעסערע פלאץ ס'קען יעצט אוועקנעמען די דעליווערי ארבעטער און קויפן א טעבלעט פאר אובער איטס און ס'הייבט די סעילס וואליום און די ארבעטער קען זיין ביזי מיט וויכטיגערס, און די סיאיאו דארף נישט שטיין העלפן רוקן די קאסטומערס אין די ליין און קען זיצן אין אפיס טוהן די ביכער... ס'פארט א שיף...

דאס איז אין קורצן גערעדט וואס מיינט א שטיקל פון א ביזנעס.

יעצט... אז דו כאפסט שוין דעס, טראכט אין ריזיגע נומבערס פון ערנסטע לייבן קאמפאניס מיט הונדערטע מיליאנען אדער ביליאנען אינוועסטירט מיט אסאך אדער ווייניג שעירס איטש (shares outstanding) און טראכט אין די סטאק מארקעט נישט אין א עסן ביזנעס דוקא, און טראכט פון הונדערטע טויזנטע אויב נישט מיליאנען שטיקער טראנזאקציע'ס טוישן הענט יעדע מינוט אויפן מארקעט, אלעס דרייט זיך ארום א שמועס וואס צוויי האנדלער קאמיוניקירן אבער אן ווערטער, איך האלט די ביזנעס איז יעצט ווערט 150 א שטיק, איך האלט ס'שוין ווערט 175, 185,

קיצור... די נעקסטע מאל דו קוקסט אויף א טיקער סימבאל פון א קאמפאני, האב די סוגיא אין קאפ, נישט בלויז די נאקעטע גרינע אדער רויטע נומבערס. ס'איז דא א קאמפעני אונטער יעדע סטאק און ווען דו קויפסט עס, קויפסטו נישט א געים אין א עפפ אויף דיין פאון, נאר דו קויפסט די וועליו פון יענע ביזנעס, דו קויפסט די באורד, די סי אי או, די פראדוקטן, די קאסטומער סערוויס, ווילאנג מ'שטייט אין די ליין און וויאזוי די מענטש פילט גוט אדער אויפגערעגט, די הוצאות וואס די ביזנעס האט און האפענטליך די הכנסות.

דו קויפסט זייערע ארבעטארער'ס עפארטס צו מאכן די בעלי בתים מער געלט, דו קויפסט זייער אינווענטארי, לדוגמא וואלמארט דו קויפסט יעדע פראדוקט אויפן שעלץ דו קויפסט די ריעל עסטעיט וואס זיי האלטן, טראקס, עקווימפענט, אויב איז עס דאמינאו'ס פיצא קויפסטו יעדע דעליווערי קאר און יעדע שטיקל טייג, קאנוועיער מאשין און ראבאט וואס מאכט עס. אויב ס'איז פייזער קויפסטו יעדע דראג פעטענט וואס זיי האבן, אויב ס'איז אין אויל קויפסטו יעדע אויל ריג מיט וואס מ'דרילט —אין אנדערע ווערטער די גאנצע פעקעדזש! דו קויפסט יעדע זאך וואס האט סיי וואספארא שווית און העלפט די פירמע מאכן געלט, קעש צו קעש קאנווערטעבל'ס ד.מ. ס'קען ווערן שנעל פארוואנדלט צו מזומן געוואנדן פארשטייט זיך אין וויפיל עקספאודזשער דו האסט, אבער ס'איז רעפרעזענטירט.

איצטערט, וואס מאכט א סטאק ארויפגיין אין ווערט? עטליכע סיבות פאזיטיווע נייעס אדער האפענונג אז די קאמפאני/סעקטאר גייט אין גוטע דרכים (אזוי ווי מ'זעהט יעצט מיט עי.איי.) א גוטע וואקסנדע עקאנאמיע וועלן ביזנעסעס גוט פערפארמן און ס'וועט זיך אנזעהן אויפן מארקעט, למשל אין א שלעכטע טאג איז נארמאל צו זעהן פון די נייעס פארשן ווער דרייווט עס, נידריגע אינטרעסט רעיט'ס מאכן געווענליך אינוועסטירער מער בוליש אויפן מארקעט. אויך איז דא שפעקיולירונגען סיבות ווי הייפ און צופיל דיסטרעקשן מיט איין עפיזאד וואס איז אווערבלאון ווי מ'זאגט און מיט צייט גייט עס דורך און מ'זעהט אז ס'איז נישט געווען אזוי שרעקעדיג.

אויף די פראגע צו מ'קען עס האלטן? א סטאק גופא קען מען נישט האלטן ס'איז אזוי ווי סיי וואספארא אינטעלעקוטעלע פראפערטי - א דבר שאין בו ממש, ס'איז ווערט אין א קאמפאני. אבער די שווית, געוואנדן אין די סארט ביזנעס קען מען יא שפירן, זעהן, אויב ס'איז א מאווי צו א טיש און בענקל כאפסט?
זייט איך טוה אין דעם האט זיך מיין גאנצע בליק געטוישט, ס'הערט זיך אפשר אביסל אינטערסאנטליך אבער ווען איך זעה א פראדוקט וואס איך האב אין דעם געלט זעה איך נישט די פראדוקט, איך זעה די פארדינסטן, איך זעה די וועליו, איך זעה ווי די סיאיאו און די סיעפאו רעדן צווישן זיך וויאזוי מ'קען פארבעסערן די פראדוקט ס'זאל צוציען מער קונדן... איך בין מודה ס'איז זייער אנאליטיקל. און איז נישט פאר יעדעם.

אין דעם אפטיילונג וועל איך צוווארפן עטליכע טיפ'ס וואס יעדע מתחיל זאל האלטן אין קאפ: נישט פינאנציעלע עדווייס פאר עדזשוקעישנעל און ענטערטעינמענט אויסדריקליך, sue AI איך בין נאר די איבערטייטשער lol (mostly)
  1. הייב אן פרי און קליין ש'קנפקא מינא וויפיל, געדענק אז צייט איז די שטערקסטע פאקטאר. ווייניג איז פיל, גרויסע קוואנטום'ס פון קליינע קאנטריביושן'ס אין א לענגערע צייט מאכן מער אויס ווי גרעסערע קאנטריביושן'ס אין א קערצערע צייט. אפי' א קליינע פארטפאליאו קען וואקסן אסטראנאמיש אין דיקעידס. די יונגער מ'הייבט אן, די בעסער.
  2. דייווערסיפיי דיין פארטפאליאו ס'איז דא אן אלטער שפריכווארט "לייג נישט אלע אייער אין איין קארב" פארשפרייט דיין אינוועסמענט'ס ארום across אנדערע סארטן assets סטאקס, באנדס, ריל עסטעיט, אלעס צו רעדוצירן ריסק. (מוז נישט זיין שוין מארגן, אבער דארף זיין אן ענדגילטיגן ציל.) אזוי ווען די מארקעט איז %up 10 קענסטו זיין 15 צו 20 און פון די צווייטע זייט ווען די מארקעט איז down 10% קענסטו זיין נאר 5 צו גארנישט ווייל אטאמאטיש איז יעדער מער vulnerable צו די קראך און דו ביזט געבעלענסד.
  3. פארשטיי דיין ריסק טאלערענץ. ווייס וויפיל דו קענסט האנדלען עמאושענלי, און פיינענשעלי. דאס באגלייט דיר צו אינוועסמענטס וואס שטימען מיט דיין comfort level פארמיידנדיג פאניק אין דאונטורן'ס.
  4. פאוקוס אויף לאנג טערם growth. פארמייד די "get rich quick" סקיעמ'ס אדער שאורט טערם טרעדינג, אויסער אויב ביזטו גרייט פאר הויעכע ריסק טאלערענץ - אינוועסטינג איז בכלליות מער סוקסעספול אלס א לאנג טערם אונטערנעמונג, ווי פרעקטיס פירט צו קאמפאונדיג באלוינונגען.
  5. בלייב קאנסיסטענט. סעט אויף רעגולער קאנטריביושנס צו דיין אינוועסמענט אקאונט'ס. קאנסטיטענסי איז וויכטיג אפ' אינמיטן מארקעט דיפ'ס, עס העלפט דיר קויפן פאר ביליגע פרייזן ווען די מארקעט גייט אויף סעיל און מאכט די וואוקס קעגן דעם בעסער און שענער.
  6. אויך זייער וויכטיג don't try to time the .market טיימינג די מארקעט איז משוגע שווער און ממש אוממעגליך אפי' פאר די גרעסטע פראפעסינאלן. ענדערש, קאמיט דיר צו אינוועסטירן רוטינלי און סטעידילי אפגעזעהן פון מארקעט אומשטענדן.
  7. האלט fees נידריג. הויעכע fees קען אויפעסן דיינע רווחים. איז זיי מיינדפול פון transaction fees, account fees, און expense ratios, אין צען-צוואנציג יאר מאכט דאס פיין אויס. גיב עס מחשבה.
  8. רי-אינווענסט דיווידענדס. רי-אינוועסטירן די די דיווידענדס און סיי וועלכע רווחים, ערלויבט דיין געלט צו וואקסן שנעלער דורך קאמפאונדינג, און עטליכע פלאטפארמע'ס שטעלן צו אטאמאטישע אפציעס צו מאכן דעם פראצעדור געשמירט.
  9. educate דיך! פארשטיי די בעסיק'ס וויאזוי די סטאק מארקעט ארבעט, (וואס מיינסטו טוה מיר אונז דא שכח טשעט דזשיפיטי!) און פארשטיי וויאזוי אנדערע סארט עססעט'ס ארבעטן און רוקן די מארקעט. ווייטער, מ'מוז נישט דאס האבן אין די לשם יחוד און די גארטל אויף צו אנהייבן, אבער די מער מ'ווייסט, די בעסער פאר דיין קאנפידענץ צו מאכן החלטות און פארמיידן קאסטבארע מיסטעיק'ס.
  10. בלייב רוהיג און פארמייד עמאצינאלע אימפולסיווע החלטות. מארקעטס פלוקשיועט'ן, צומאל דראמאטיש. פארמייד מיט אלע כוחות די טעמטעישן ד.מ. די רייץ צו פארקויפן אין ליכט פון די פחד דורכאויס א דאונטורן, צו פארקערט פון קויפן פון די פחד פון פארפאסן דורכאויס בומינג תקופות. אזוי צו אזוי, מוז עס זיין לאגיש און דורכפלאנירט, ווייל עמאצינאלע החלטות פירן אפט צו לותו'ת... קלעבן צו דיין פלאן העלפט דיר בלייבן פולי פאקוסד אויף לאנג טערם גולס.
בהצלחה!
-----------------
אויב איך מעג זיין מיט דיר אפנהארציג: צאמשטעלן אזא ארטיקל און סיי וועלכע זאך דויערט מיר געווענליך שעות, אז דו האסט הנאה און די אינפארמאציע האט דיר מחזק געווען, געבוסט דיין קאנפידענץ, האסט עפעס געלערנט ניי, אדער אז דו האסט דא אנגעשעפט עמערס מאטיוואציע, אין סיי וועלכע וועג, איך בין נישט עכט אין די ליין פון עצות אבער איך בין אין די ליין פון שרייבן אייך צו מאכן פרייליך און פארטראכט ביז איר שרייט טעלי גענוג לאמיך צורוה! איז ברשות די חשובע מנהלים אויב זענט איר א פען פון אונז, זייט אייך משתתף מיט א טיפ פאר טעלי וואס רייסט זיך אוועק פאר אידישע ברודער צוצושטעלן אינפארמאטיווע רייכע, אידישע, אומצענזורירטע, קאנטענט און לאז אים אויך קענען מאכן א דאלער.

באמת יעדע דאלער מאכט אויס!
אויב דו קענסט, שרייבן איז אנדעררעיטעד מאך עס ווערט אונזער צייט.
מיין קעשעפפ
 
לעצט רעדאגירט:
גרויסע בושות. 🫢🫣 כ'האף קיינער ליינט נישט איבער וואס דא איז געשטאנען, אלעס איז געגאנגען ממש קאפויער פון וואס איז איך האב געטראכט.

די 5 וואס האט אויסגעזען גונסטיג זענען אלע דראסטיש געפאלן:

1) טעסלא מיט די גרויסארטיגע ראבאטעקסי איווענט האט געטראסקעט פון $250 צו $217 (13.1%-).
2) AMD מיט די עי איי איווענט פון $170 צו $154 (9.4%-).
3) מעטא פון $595 צו $582 אראפ איבער 2 פראצענט.
4) עקסאן פון $124.83 צו $120.70 (3.3%-) און שעווראן געבליבן די זעלבע.
5) נייקי אראפ 1 פראצענט און PayPal ארויף 2 פראצענט אה.. די איינציגסטע ביזדערווייל.

פון די אנדערע זייט די צוויי סטאקס וואס כ'האב געהאט גאר א פארווע פארשאצונג עפל און נווידיע
זענען ארויף עקסטרעם הויך! עפל איז יעצט העכער מיט 3.9 פראצענט און נווידיע מיט גאנצע 14.9 פראצענט!!

זעהט אויס מען מוז זיין מער געווארנט פאר מען רעדט. עס זענען דא דא ריכטיגע עקספערטן @אינטעליגענט @פאליטיקאנט וואס פארשטייען יא אז ס'איז בעסער זיך צו האלטן שטיל.
אפשר פארקערט רעד און נאכדעם האלט א רעקארד וואס דו האסט פאראויסשפעקיולירט אזוי ווי דו האסט דא געטוהן און אזוי לערן אויס די עולם נישט צו טוהן אין די שפעקוילאציע צו ערנסט. חוץ אויב מ'האט א באזונדערע פארגעניגן דערצו, לאו דוקא צו זיין גערעכט.
למשל דו פרעגסט דארט
וועלכע סטאקס לוינט זיך צו קויפן יעצט אנהייב אקטאבער?
וואס מיינען די ווערטער אפילו? אזא ארטיקל לאז איך אויס ווען מאטלי פול אדער סיי וועלכע זייטל איז דעספרעט פאר אפאר קליקס, די סטאק'ס אין אזא ליסט איז געווענליך נישט געבויט אויף קיין שום הסברים וואס מאכט איינעם קלוגער, סתם געהאקט.

PayPal פלעג איך האבן איך פערזענליך בין ביערי'ש, האב פארקויפט, איך האלט ס'איז א צואה, זיי האבן נישט קיין שום פלענער צו וואקסן, זייערע מארדזשין'ס זענען אין די אדמה, זיי זענען א אפגעריסענע p2p פעימענט סערוויס, וואס מאכט ער 1 א דאלער א טרענזקשען? אויב ער מאכט פון די קאסטומער דארף יענער נעמען די fee אפשן - כ'מיין אנלעס זיי האבן א אנדערע פראדזשעק פאר די עתיד וואס כ'ווייס נישט דערפון דארפן זיי וועטן אז די גאנצע וועלט וועט נוצן זייער פלאפארמע ווייל זיי מאכן פעני'ס אויפן דאלער, און ווען ס'איז שוין דא גענוג קאמפיטישן...
 
וואס האלטן די מומחים
זאל מען יעצט אינוועסטן אין NVDA?
יעצט? פארוואס נישט? שפעטער אויך..

מה נפשך איז עס א גוטע קאמפאני, וועט עס זיין גוט אין אכצן יאר פון יעצט אויך. איז עס נישט א גוטע קאמפאני אויף וואס ווארסטו זאל ווערן בעסער?

אין ביידע פעלער מאכט נישט אויס. צדיק'ל ווען דו פארסט אויף לאנדאן פרעגסטו אויך נישט צו איך האלט ס'לוינט זיך צו פארן יעצט, צו ווארטן. אויב דו האלסט פון פליען און אז די פלאץ ווי דו פליעסט איז סעיף פאקן פלי...

איך האלט פון זיי, זיי האבן אסאך גוטע גראוט דרייווערס און אז מ'ווארט ווייזט מען אז מ'פארשטייט נישט גענוג צו וואס מ'קויפט.

Broadcom איז נאך א סאליד ענליכע סטאק וואס איז ווייט געקומען צוליב עי איי, זיי טוען מער אין נעטווארקינג און ענווידיע טוט מער אין סאפטוועיר, הצד השווה שבהן זענען ביידע שטארק אקטיוו אין ארטיפישל אינטעליגענץ.

Broadcom האט א בעסערע טרעק רעקארד לגבי צאלן דיווידענדס וואס נישט יעדע סטאק צאלט, וואס מיינט געווענליך א גוטע סאליד וואוקס פון רעוועניו - און ס'איז נישט סתם געפלאפלט, נאר די קאמפאני האלט אין איין דעליווערט ארויף און ארויף. אבער די טיפיקל קריפטא איד ווייסט נישט פון זיי...

@יש עתיד פון דיין ליסטע האב איך די מערסטע ליב Chevron און AMD וואס איך קלער צווישן AMD און Palo Alto צו זיין מער עקספאוזט צו סייבערסעקיוריטי אינטעל פארדינט ניטאמאל צו זיין אין די זעלבע מעסעדזש מיט א ענווידיע... די קאמפאני איז גוט אנגעזעצט כאפ נאר א בליק אויף די בעלענס שיעט זיי זענען נעגעטיוו וואס איז קיינמאל נישט קיין גוטע נייעס בפרט פאר אזא באקאנטע טעק קאמפאני ווי זיי, כ'ווייס נישט.. וואל סטריט האט עס נישט ליב מענעזדזשמענט מאכט נארישע דיסידזשענס מיט עי איי די ביזנעס פונדיטן זאגן שוין אפיציעל אז אינטעל איז ארויסגעפאלן... אזוי ווי יאהו פון גוגל...

נאר פון קוקן אויף די טשארט, ווער וויל אפילו צורירן אזא גרויליג בילד? ארויף אראפ, פופציג דאלער צוואנציג דאלער, מ'דארף זעהן א שיפע mount Everest אויף ארויף, איך בין שוין אביסל מער פראפשינאל קען איך אזוי אויסשמעקן אויך.. אבער פארשטייט זיך איין קוק אויף די פונדאמענטלס און ס'איז קלאר אז אזא ביזנעס טאטשט מען נישט נישט קיין חילוק צו ס'איז 1400 צו 3 דאלער, די ביגינער כאפט זיך נישט אז פארלירן 50,000 דאלער ביי 3 דאלער א שעיר איז נאך אלס א ריזן פארלוסט...
 
אפשר פארקערט רעד און נאכדעם האלט א רעקארד וואס דו האסט פאראויסשפעקיולירט אזוי ווי דו האסט דא געטוהן און אזוי לערן אויס די עולם נישט צו טוהן אין די שפעקוילאציע צו ערנסט. חוץ אויב מ'האט א באזונדערע פארגעניגן דערצו, לאו דוקא צו זיין גערעכט.
ייש"כ. דו ביסט די ערשטע וואס געבט מיר אריין אביסל קאנפידענץ... איך האב שפעטער געטראכט אז מיין טעות איז געווען מיטן נאכגיין צו שטארק די טרענד און וואס די חברה אויף רעדדיט זענען יעצט אין די גיסטע. מען דארף אייביג טראכטן צוויי שטאפלען פאראויס פון וואס איך און דו זעען.
דאס האב איך דאך אליינס געשריבן פריער:
נאו ריגרעטס: דו וועסט זען די ערשטע פאר מאל ווי דו מאכסט טעותים, ס'איז גארנישט די גרעסטע פראפעסיאנאלן מאכן אויך טעותים.
גראדע, שרייב איך ווען נישט די מעסעדזש אקט. 22 נאר אפאר טעג שפעטער שיסט טעסלא ארויף ביזן הימל.. און אפילו די אלע אנדערע אויפן ליסטע האבן זיך אויך נישט וואס צו שעמען.
און אז דזשים קרעמער קען ארויפקומען יעדן טאג מיט א פרישקייט אויף CNBC, זאגן מבינות צו קויפן דעי סטאק יענע סטאק, און ער האט שוין געמאכט ערגערע טעותים ווי דאס, קען איך אויך ארויפקומען אויף קרעמל זאגן דעות.
 
און @אינטעליגענט אגב, א ריזיגע שכח פאר דיינע לענגערע אנאליזן, עס געבט מיר אויך א משונה'דיגע קלארקייט.
אויב איך מעג זיין מיט דיר אפנהארציג: צאמשטעלן אזא ארטיקל און סיי וועלכע זאך דויערט מיר געווענליך שעות, אז דו האסט הנאה און די אינפארמאציע האט דיר מחזק געווען, געבוסט דיין קאנפידענץ, האסט עפעס געלערנט ניי, אדער אז דו האסט דא אנגעשעפט עמערס מאטיוואציע, אין סיי וועלכע וועג, איך בין נישט עכט אין די ליין פון עצות אבער איך בין אין די ליין פון שרייבן אייך צו מאכן פרייליך און פארטראכט ביז איר שרייט טעלי גענוג לאמיך צורוה! איז ברשות די חשובע מנהלים אויב זענט איר א פען פון אונז, זייט אייך משתתף מיט א טיפ פאר טעלי וואס רייסט זיך אוועק פאר אידישע ברודער צוצושטעלן אינפארמאטיווע רייכע, אידישע, אומצענזורירטע, קאנטענט און לאז אים אויך קענען מאכן א דאלער.

באמת יעדע דאלער מאכט אויס!
אויב דו קענסט, שרייבן איז אנדעררעיטעד מאך עס ווערט אונזער צייט.
איך האב אויך מורא'דיג הנאה פון דעי געדאנק, א שרייבער וואס לייגט אריין שווערע כוחות דארף באקומען עפעס מער ווי א לייק. ממנו ילמדו, איך האב שוין בייגעשטייערט פאר אינטעליגענט, און כ'בין גרייט צו געבן פאר נאך, אויב עס ליגט אסאך ארבעט אין דעם.
 
שיט!!!! די עפטער האורס After Hours גייען אוועק פון מין דירעקציע. עס איז דא א סעל אףף וואס איך האב זיך איינגעקויפט רייט בעפאר די קלאוז ווייל די סיגנאלן האט געוויזן אריין. אריין איט איז. די באלינדזשיר בענד ווערט עטוואס שמאלער א האלבע שעה פאר די קלאוז. אבער ביי די קלאוז ווערט עס גאר ברייט. איין מינוט לאמיר כאפן א בליק אויפן סטאק.

דאס לעכטעל פלאקערט אויף ארויף עס איז טאקע רויט נאך אבער עס איז א משהו העכער ווי דאס פריער געצאנגערטער לעכטעל. גיב א קוק אויף די שפיצן, שלהבת עולה מעליה. דאס איז א אין סיגנאל. לאמיר כאפן א בליק אויף די פענדינג ארדערס. יעה אזא וואליום עס זעהט אויס אז דער עולם זעהט וואס איך זעה.

עס איז 6 אזייגער אינדערפרי, איך שוויץ ווי א טערק, די פרי-מארגעט עפנט שוין אויף וואס ווען ווי עס זעהט אויס איז דא א סעל אףף.

וואס טוהט מען פאר די נעקסטע צוויי דריי שעה. די נערווען קראכן מען וויל זיך זעהן אינדערויסן פון דער היים. די ווייב זאל נאר יעצט נישט פרעגן גארנישט. גיני לבינו ריפרעשן מען די סקרין כאילו דאס גייט צוריק קוקן די מארקעט אין מיין דירעקשאן. אבער נאפס. עס גייט נישט אין ערגעץ.
 
לעצט רעדאגירט:

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_47 (1).jpg
    Screenshot_47 (1).jpg
    201.1 KB · געזען: 11
Back
Top