יש עתיד
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 42
- רעאקציע ראטע
- 187
וועלכע סטאקס לוינט זיך צו קויפן יעצט אנהייב אקטאבער?
דיסקלעימער: נישט קיין פינאנציעלע עדווייס, מאך דיין אייגענע ריסוירטש.
מיט א סאליד דזשאבס באריכט ערשינען פאריגע פרייטאג און נאך 2 ערווארטעטע פעד שניטן שפעטער אין די יאר, זעט מער און מער אויס אז די בול מארקעט וועט נאך אנהאלטן א שיינע פאר וואכן און אוועראלל זעט זיך אן א שטארקע אפטימיזם אין וואל סטריעט. איך וויל די מערסטע ארויסקעשן פון די שטארקע מארקעט, בפרט יעצט ווען מען האלט נאך א שטיקל dip, ווען די מארקעטס האבן געהאט א היפש שוואכע וואך געטריבן דורך פּאָרט סטרייקס און מיטל מזרח אנגעצויגענקייט.
TSLA ,AMD. מיט די צוויי גרויסע ערווארטעטע events: טעסלא'ס ראבא-טעקסי אנאנסירונג ווי עלאן מאסק פארשפרעכט אז זיין לאנג ערווארטעטע אויטאמאטישע טעקסיס וואס מען רעדט שוין פון 2014 וועט ענדליך ארויסקומען בתפארתו, און AMD'ס עי איי איווענט ווי זיי וועלן ארויסקומען מיט א נייע גאר סאפיסטיקירטע פראסעסער וואס קען איר שטעלן אין דירעקטן קאנקורענץ מיט Intel און Nvidia קען מען לייגן א שטארקע געוויכט אויף די צוויי. די ביידע האבן שוין אסאך ארויסגעקעשט ביז אהער טעסלא איז ארויף מיט 16% פאר'ן חודש און AMD מיט 21%. (אינטערעסאנט אנצומערקן אז פאריגע מאל AMD האט אנאנסירט נייע טעכנאלאגיע פארלאפענע דעצעמבער 6 איז די סטאק ארויף 21% פאר די חודש און 80% נאך 3 חדשים).
ווער פון די "מאגניפיסענט 7" (די 7 גרויסע טעק פירמעס) וועלן אויסנעמען די בעסטע? לכאורה Meta. די סטאק ברעכט נייע רעקארדס מיט יעדע פארבייגייענדע טאג, נישטא וואס צו רעדן די סטאק איז סאליד, ס'זיכער דא פלאץ צו וואקסן, די שאלה איז ווי לאנג וועט די טרענד אנהאלטן, איז די עי איי און נייע VR גלעזער שוין געהעריג אריינגעזעצט אין די פרייז? די הייפ זעט אויס שטארק ענליך צו נווידיע אפאר חדשים צוריק מיט מער שאנסן אויף ארויף איך האלט עס כאטש ביז 700. ווייטער אין די ליסטע האסטו נווידיע הממ.. די סטאק לויפט אין צירקלען 115-120, שווער צו זען ווי עס גייט פון דא און ווייטער. עפל איז שוין ארויסגערינען אלע לופט נאך די שוואכע אייפאון 16 פארלאנג, מייקראסאפט און אמאזאן זעען אויס ביליג, און טעסלא ווי אויבן דערמאנט שטייט בעפאר א גורלדיגע מאמענט.
ווער שטייט די בעסטע צו פארדינען פון די מיטל מזרח כאאס? אויל קאמפאניעס! מיט וואקסענדע אויל פרייזן קענען זיי אויך מאכן געלט פון זייערע זאפאסן. Exxon און Chevron זענען געווען העכער מיט 7.7% און 3.6% פאר די וואך, רעספעקטיוולי. פאר די קורצע טערמין איז עס זיכער גוט.
Nike נאך די אנטוישנדע ערנינגס באריכט איז געגאנגען בארג אראפ, ס'זעט אויס ווי ס'איז אבער דא פרישע מאמענטום מיט די נייע CEO,
PayPal איז אין אן ענליכע סיטואציע, נאכן זיך פלאגן די לעצטע 2 יאר זעט אויס ווי ס'קומט גוטע צייטן. אפשר וועט עס גאר ווערן די נעקסטע American express, ווער ווייסט? אינטערנעט פעימענטס ווערן מער און מער פאפולער.
וואס נאך? עניוואן?

לעצט רעדאגירט: