די סטאק מארקעט וועלט

ריכטיג. מיין שאלה איז צו עס איז דא א וועג צי וויסן מיט טשיינע למשל, אויב א קאמפעני איז גוט מיט די רעזשים און אזוי פארזיכערט אז זייקענען פאבלישן וואס זיי ווילן.
איך בעט אויף טייוואן

זיי האבן אלע טשיפ'ס. און קענסט זעהן אז https://finance.yahoo.com/quote/EWT/performance/
זיי האבן היבשע פערפאמענס פאר אן emerging economy פאר זייער סייז לאנג טערם.

דענמארק איז א שטארקע מארקעט - בעסער ווי אמעריקע

אנדערע אין יוראפ
איירלאנד
נעדערלאנדס
און שווייץ וואס זענען נישט אזוי הויעך אבער האבן סטאבילע עקנאמיע'ס מאכט שיינע קאליר און באלאנס, און גיט אנקארילעיטעד גראוט פאר אן אמעריקאנע אדערווייז פארטפאליא.

ענליך צו באנדס וואס קען אזוי טוהן, נאר מיט א העכערע ריטורן רעיט.
 
אויפן גרעסער בליק אין טאטעל פונעם וועלט'ס מארקעט חוץ פון די פאראייניגטע שטאטן. אבער איך מיין אז די עקספיריענס איז די זעלבע איבער מערערע א''ג דעוועלאפד לענדער.
נאר טאטעל סטאק מארקעט? פון דארט בויעסטו די שיטה? בין איך קלאר?
 
נאר טאטעל סטאק מארקעט? פון דארט בויעסטו די שיטה? בין איך קלאר?
בנוגע אינטערנאציאנאלע מארקעטן איז מיין הודעה געווען באזירט אויף א אלגעמיינער 'מעקרא' בליק. ס'איז זייער מעגליך אז ס'זענען דא געוויסע לענדער וואס זענען מער אויפריכטיג. אבער איך האב זיך באצויגן צו די גרעסערע בילד.
 
@אינטעליגענט זאגט גוט און עס אויס ווי ער האט גאר א טיפע פארשטאנד (אינטעליגענץ) אין די נושא, איך קען אביסל מוסיף זיין, פון וואס איך זע, טאקע נאכ'ן אביסל ארומפאטשקענען אין די מארקעט, ווי פארשטענדליך זאל מיך קיינער נישט נעמען ערנסט, ס'בלויז אבזערוואציעס.

דאס איז איינע פון די פראבלעמען אין די סטאק מארקעט, ס'קוקט אויס גלאנציג. 75 פראצענט טרעידער'ס גייען אוועק פון די סטאק מארקעט אין די ערשטע חודש, און 90 פראצענט אין די ערשטע 6 חדשים, מען ווערט פארלוירן ווען מען פארלירט געלט און די מארקעט שפילט נישט מיט מיט דיינע פלענער. ווי זעסטו אז א קאמפאני גייט ארויף פון 100 צו 200? נעם די 500 S&P גרויסע קאמפאניס, וויפיל האבן זיך געדאפלט אין די לעצטע יאר? 3. פיין. אבער קוק וויפיל קאמפאניס האבן פארלוירן געלט אין די זעלבע צייט אפשניט? 191. דו וואלסט געהאט א 63 מאל מער שאנס צו פארלירן ווי געווינען דאפלט. אבער דיין עצם מהלך איז נישט אפגעפרעגט, מען קויפט ביליג און מען פארקויפט טייער.

אבער קודם א קליינע הקדמה: עס איז דא עטליכע מהלכים צו אינוועסטן, צו אויסרעכענען 3 וואס זענען שטארק פאפולער,1) לאנג טערם 2) שארט טערם 3) אפשענס. לאנג טערם איז די מערסטע פארזיכערט, דו לייגסט אריין די געלט אין א אינדעקס אזוי ווי די S&P 500 אדער אין א מיוטשעל פאנד ווי Vanguard, Blackrock און די געלט וואקסט מיט די יארן. (אין דורכשניט וואקסט עס מיט 12 פראצענט א יאר געבויט אויף טרענדס פון די לעצטע 50 יאר דאס מיינט אז דו לייגסט יעצט אריין 1,000$ גייסטו האבן א יאר שפעטער $1,120 (1,000+12%) יעצט די מורא'דיגע כח פון קאמפאונד אינטערעסט, די נעקסטע חודש באקומסטו שוין אינטרעסט אויף $1,120 איז שוין דא $1,404, די דריטע יאר גייט עס ארויף נאכמער, נאך 6 יאר איז שוין דא דאפלט די געלט וואס דו האסט אריינגעלייגט, יעדע 6 יאר דאפלט זיך די געלט מאך ווייטער די חשבון אויף א ספרעדשיט די נומבערס זענען ריזיג. נאך 50 יאר (אויב ס'איז אינטרעסאנט צו האלטן געלט אזוי לאנג) וועסטו האבן $289,002! פאר מער זע דא), די דריטע איז אפשענס דו לייגסט puts אדער shorts, דאס טייטשט די בארגסט געלט פון דיין סטאק בראוקער ווייל דו ביזט קאנפידענט אז ס'גייט אראפגיין, דאס איז פארבינדן מיט אסאך ריזיקע און איז בעיקר פאר ערפארענע אינוועסטירער, איך האב דאס קיינמאל נישט אויספרובירט.

איך וויל בעיקר רעדן וועגן די צווייטע, דאס איז וואס דו האסט דערמאנט אבער מיט אביסל קליינע שינוים, נעם א סטאק וואס איז אביסל וואקלדיג (Volatile)אבער די קאמפעני ביסודו איז סטאביל, לאמיר זאגן דו קויפסט גוגל סטאק וואס האלט יעצט ביי $157 א שעיר, זוכסטו ווען עס האט א 'dip', קוק אויף די סטאק טשארט פון די לעצטע פאר חדשים קענסטו דאס אויסרעכענען, דו זעסט פאר אז אויב די סטאק האט א שלעכטע טאג גייט עס אראפגיין צו $152, גייסטו דעמאלטס קויפן 50 שעירס פאר $7,600, און ווארטן ביז עס גייט ארויף צו $167 און אלעס פארקוןיפן פאר $8,350 (א טעק קאמפאני ווי גוגל איז זייער שכיח ס'זאל ארויפגיין און אראפגיין מיט 10 פראצענט) וויפיל פראפיט האסטו געמאכט אין די שטיק צייט? גאנצע $750, דאס איז נישט שלעכט. יעצט לאז די געלט ווארטן ביז די סטאק גייט נאכאמאל אראפ און דו פילסט די צייט איז רייף צו קויפן נאך. דאס זעט אויס ווי גאנץ א געלונגענע סטראטעגיע, בעיקר פאר אינוועסטירער וואס הייבן יעצט אן.

נאך עטליכע קליינע נקודות:

נאו ריגרעטס: דו וועסט זען די ערשטע פאר מאל ווי דו מאכסט טעותים, ס'איז גארנישט די גרעסטע פראפעסיאנאלן מאכן אויך טעותים. ס'קען זיין פונקט די סעקונדע נאך דו פארקויפסט שיסט די סטאק פרייז ארויף מיט אזא 7 פראצענט, דאס איז סם המוות, דו דארפסט זיך ווייטער האלטן ביי דיין סטראטעגיע און לערנען פון טעותים, געפילן און בייעס קענען זיין א מורא'דיגע שטער, מיט די צייט וועלן די פארלוסטן ווערן ווייניגער און ווייניגער.

באגרעניץ פארלוסטן: ווען דו זעסט א סטאק וואס דו האלסט פארלירט 5 אדער 10 פראצענט (געוואנדן לויט דיין ריסק טאלעראנץ) פארקויף עס גלייך, ווארט נישט ביז די סטאק וועט צוריק ארויפגיין און וועסט אפשר ארויסקוועטשן פראפיט.

ס'איז גוט אוועקצושטיין פון פעני סטאקס (סטאקס וואס טרעידן אונטער 5 דאלער א שעיר): די סטאקס קענען אויסזען מורא'דיג אטראקטיוו, אבער רוב מאל איז פשט אז די סטאק איז גארנישט ווערט און גייט נאר אראפגיין פון דא און ווייטער.

דיווערסיפיקעישאן: זיין אנגעהאנגען אין 1 סטאק איז אביסל ריזיקירט, אבער אויסשפרייטן צו סאך אין 20 אנדערע סטאקס קען שטארק אריינשניידן אין די פראפיטן, מען דארף טרעפן א דרך הממוצע 2,3,4 קאמפאניס פון אנדערע סעקטארס וואלט געדארפט צו זיין גענוג.

פלאטפארמעס ווי ראבינהוד: פאר נייערע אינוועסטארס איז דאס די בעסטע, נישטא קיין fees פאר יעדע טרעיד, אויך קען מען מאכן א limit order פשט אז איך די סעקונדע וואס די פרייז גרייכט א געוויסע פונקט וועט דיין ארדער אליינס ווערן אריינגעפילט, דאס קען שפארן אסאך צייט פון שטיין און קלאצן אויפן סקרין ביז ס'קומט אן צו דיין טארגעט פרייז.

איך בין נייגעריג וואס @אינטעליגענט זאגט צו מיינע אבזערוואציעס.
אן קיין געדולד ביסטו אַ זיכערע פאַרלירער. אפגעזעהן אויף וועלכע מהלך דו וועסט טרעידן, דו דארפסט ווארטן פאר די ריכטיגע מינוט צו קויפן אדער פארקויפן. (פארשטייט זיך אליין אז דאס איז אין טרעידינג זעלבסט, נישט אין קיין לאנג-טערמיניגע אינדעקסעס אדער ווענגאַרדס. די זאכן זענען בכלל נישט קיין נפקא מינה ווען דו שפרינגסט אריין אויב איז דאס 100% לאנג טערם.)

רוב פארלוסטן קומען ווען דער טרעידער וויל צוריק כאפן די פארלוסטן פון זיינע פריערדיגע טרעידס. א ווילדע תנועה אין די מארקעט מאכט זיי ווילד און זיי עקטן מיט געפילן, און בכלל נישט מיטן קאפ. אויב האסטו א קלאר אויסגעארבעטן מהלך, זאלסטו זיך נישט רירן דערפון קיין זוז כלשהוא.

אבער מיט א תנאי: דו ווייסט פאר וואס דו גייסט אריין אין דעם טרעיד, ווען דו גייסט ארויס, ביי וועלכע רווח פונקט און ביי וועלכע פארלוסט פונקט. עס איז דא סטאפ-לאס אנשטעלערייען, און מען קען אויך אנשטעלן אז איינמאל דו ביסט ביי דיין רווח פונקט, זאל עס נישט ארויסגיין ווען עס טרענד אויף ארויף, נאר ווען עס הייבט אן אביסל צוריק צו געבן. מען קען סעטן פארשידענע אטאמאטישע אפציעס אויף דער פלעטפארם, כדי עס זאל אויטאמאטיש קויפן, פארקויפן, און פראטעקטן די געווינס, אזוי ווי דו האסט עס פריער אנגעשטעלט, אן זיי פארבונדן צום קאמפיוטער א גאנצן טאג.

אין לאנג טערם דארף מען פארשטיין די קויפן-אפארטיוניטעטן. ווען א גרויסער קאמפאני ווי למשל IBM, באוינג, אדער טעסלא האט זייערע שווערע צייטן און זיי זענען נישט פאפולער אין די מארקעט, דעמאלט איז כדי אריין צו גיין אין די סטאקס פאר לאנג טערם, ווייל דעמאלט באקומסטו די שעירס פאר ממש דיסקאונטעד פרייזן.

איך טרעיד ממש מיט א דייערי. איך שרייב מיר מיינע מחשבות: פארוואס איך גיי אריין דערין, און ווי איך גיי ארויסגיין (ביידע זייטן). איך שרייב אויך וואס מיינע הרגשים זענען, די טעותים וואס איך האב געמאכט, און ווי מיין קאלקיולאציע איז געגאנגען נישט ווי איך האב עס געהאט אויסגערעכנט.

זייער וויכטיג איז אויך צו באטראכטן דעם מאקרו-מארקעט. אפילו דו ביסט א שארט-טערם טרעידער, זאלסטו זען וואס די דזשענעראלע טרענד איז אין דער תקופה פון וואך, חודש, אדער צוויי חדשים. פארשטיי וואס די סטאק און די מארקעט אין דזשענעראל טוען איצטערט, איידער דו שפרינגסט אריין מיט ביידע פיס.

א יעדע מהלך, נישט קיין חילוק וואס, ווען, און וויאזוי, האט זיינע ריסק-פאקטארן. דו דארפסט זיין קאנעקטעד מיט דיין ריסק-טאלעראנץ און נישט נאר זען די גוטע זייטן. גיי אריין מיט א 50/50 שאנס אין א יעדעס סטאק, כבדהו וחשדהו.

קויף די רומער, פארקויף די נייעס

דער נעקסטער געלעגנהייט וואלט איך געגעבן מער טיפעניש צו דעם אויבן דערמאנטען באקאנטער פרעיז.
 
@אינטעליגענט וואס איז אין דיין פראפליא יעצט? אין ווי לאנג האלטסטו א סטאק געווענלך?
נישט זיכער וואס דיין ערשטע שאלה איז.
וואס פון וואס ס'איז צאמגעשטעלט?

איך פרוביר צו האלטן איינמאל איך בין אינעווייניג, מצד שני בין איך נישט קיין מאמין, סא ביי מיר איז נישט דא קיין שלחן ערוך, אז אלעס איז פלאטשיק, נאר אביוויעסלי אז מ'לערנט נייע אינפארמאציע איבער א קאמפאני ווארט מען נישט אויף א נס, נאר מ'גייט יא ווייטער. אפילו ס'איז כרגע אין א דיקליין. (ד.מ. א מיינוס אפילו מ'זאגט זיך אין אנדערע פעלער האלטן האלטן.

מ'נעמט אמאל אמאל פראפיטס, מ'מעג, ס'איז נישט קיין סתירה, פארט נארמאלערהייט סטאקס וואס איך קויף קוק איך צו בלייבן פאר 15+ יאר, אדער נעמען 1-3% פראפיט'ס און ווייטער בלייבן דארט קויפן. דאס איז מיין אפראוטש. יעדער קען טוהן וויאזוי זיי ווילן. און איך בין נישט די איינציגסטע קעניג אין די ליין.

אז דו ווילסט וויסן, איך האב נאך יעצט אסאך זאכן פון ווען כ'האב זיי געקויפט אין די פאנדעמיע אינמיטן 2021 פאר שפאט ביליג און ס'צאלט זיך נאך אויס יעצט. (אין 2020 האב איך ממש נישט געוויסט וואס איך טוה סא כ'האב מיר שוין אפגעשאקלט פון רובא דרובא פון מיין ערשטע batch)
 
דער איז Peter Zeihan א דזשיאפאליטישע אנאליסט וואס איז מסביר מער איבער עי.איי. טשיפ'ס און וויאזוי מ'שטעלט זיי צאם. ס'איז דא 2 הויפט קאמפאני'ס וואס טוען אין דעם ווי ער דערמאנט.

פאר ווער ס'איז אינטערסירט אין די סטארי און ווי זאכן האלטן אין די נייע פלענט'ס אונטער קאנסטראקשען דאהי.
 
עס איז מיר ווייטאגלעך אז איך האב נישט צו געלייגט קיין קאפ צו אזא גורו ווי מע"כ אין די סטאק וועלט. עס זעט מיר אויס ווי א מעוות שיכול לתקן.

די מהלך פון באטאם אף (Bottom Up), ווי מע"כ שרייבט דא, איז גאר א שטארקע דמיון צו די היסטאריע פון די גאלד-רוש יארן אין קאליפארניע אין די 1850'ער יארן, ווי מענטשן זענען געלאפן קיין קאליפארניע גראבן אין גרובער, מיינענדיג אז גאלד גיסט זיך דארט כחול הים.

ווער עס פארשטייט פארשטייט אז מיט בלויזע הענט קען מען קיין גאלד נישט גראבן. זענען דאן געקומען אונטערנעמערס און מחליט געווען: פארוואס לויפן נאך דעם זעלבן שטיק ערד וואָס טויזנטער מענטשן באפאלן און צו זיי טרעפן צו נישט איז נישט זיכער? לאמיר פארקויפן מאשינערי, שאוולען, און געצייג פאר די גרעבער, אז זיי זאלן דאס קויפן צו מאכן גרינגער פאר זיך די גראבעריי. די מהלך איז געווען דזשיניעס, און די חברה וואס האבן פארקויפט די מאשינערי זענען געווארן מאלטי-מיליאנערן.

נאך אן אינטערסאנטן פאקט איז די סעמי-קאנדוקטאר אינדוסטריע אין טייוואן. די גרינדונג פון טייוואן סעמי-קאנדוקטאר מאנופאקטורינג קאמפאני (טי.עס.עם.סי.) אין יאר 1987 דורך מארס טשענג איז געווען א ריזיגער מיילסטאן אין די הייטעק וועלט.

טי.עס.עם.סי. האט מחליט געווען צו ווערן פאבריצירער פאר אנדערע פאבריקאנטן און נישט פאר ענד-יוזערס. זיי האבן געלאזט אנדערע קאמפאניס קאמפיטן אין דעם ענד-יוזער מארקעט, אזוי ווי סעמסאנג אנטקעגן עפל, בשעת זיי זעלבסט האבן סופלייעד מאטריאל און פראדוקטן צו די קאמפאניס. דאס האט זיי געלאזט אויסמיידן דעם ריסק פון קאמפיטן אין דעם ענד-יוזער מארקעט, וואס איז זייער טייער און ריסקי.

די החלטה האט זיי געגעבן די מעגליכקייט זיך צו פאקוסען אויף פאבריקאציע, און דער רעזולטאט איז געווען אז טי.עס.עם.סי. איז געווארן א וועלט-ריז אין סעילס און פאבריקאציע, מיט א היסטארישן נאמען אין די אינדוסטריע.

די מהלך איז א קלארע מוסר השכל פאר ווער עס וויל פארשטיין וויאזוי צו בויען א סטרוקטור, וואס ברענגט נישט בלויז הצלחה, נאר אויך א גרינגערע וועג צו אריינברעכן אין מארקעטס ווען מען איז נישט קיין סופלייער פאר ענד יוזערס.
Nice!

כ'האב געהערט אויף די גאלדראש אבער נישט די נקודה. Wow שכח לייבוש פאר די אינפא! דו ווייסט נישט וואס דו טוסט מיט מיר, יעצט האב איך א גוטע עקזעמפל צו מיין פילזאפיע וואס כ'קען בעסער דעמאנסטרירן פאר ביגינער'ס.

כ'ליין אזוי איבער מיינע אייגענע מאמרים וואס כ'האב שוין לאנג פארגעסן... די bottom up approach נעם איך פון
א פרוי וואס הייסט Meredith Whitney וואס זי האט געגעבן א שיעור אויף מעסטערקלעס, זי איז מסביר אז אזוי אינוועסט זי. זי קען נישט קוקן אויף א סטאק אין א וועקיום. זייענדיג אן אופנהיימר אנאליסט אין 2008 וואס זי האט דעמאלט פרידיקטד אז די בענק זענען משוגע overleveraged פאר די נייעס האט אפילו געוויסט דערפון, מוז זי נעמען 20 טריט צוריק, אין אירע ווערטער. נישט יעדער האלט אזא הקפדה ווי איר, אבער פאר מיר מאכט דאס גאר אסאך סענס, און איך זעה נאר ברכה ווען איך אינקארפערעיט אירע געדאנקן.

לדוגמא, ס'איז געווען די קורצשלוס מיט Crowdstrike און א חבר זאגט מיר ער טראכט פון אריינגיין ווייל ס'האט געכאפט א זעץ און ער מיינט ס'גייט זיך ריבאונד'ן (די סטאק גייט זיך אויפכאפן און ווייטער ארויפפארן)

איך קלער שוין ביי מיר פאר די לענגסטע צייט אז כ'וויל זיין עקספאוזט צו סייבערסעקיוריטי, אקעי די ערשטע זאך: וואס איז די גאנצע אינדוסטרי ווערט? לאמיר ארויסזומען ווי ווייט מ'קען. צווייטע זאך וואס איז די אינדוסטרי P/e ratio ס'איז דאך דא מערערע אינדוסטרי'ס און וואס איז נארמאל דא איז צופידלט ערגעץ אנדערש.

און אזוי צוביסלעך קומט מען נענטער און נענטער צום טארגעט קאמפאני, און מ'קען אויפפיקן אפאר אויפן וועג אהין. למעשה האב איך געטראפן א אנדערע סטאק וואס טוט די זעלבע זאך נאר פאר היבש ביליגער און א קלענערע רעוועניו אבער אוועראול שטערקערע פונדעמענטלס, האב איך מחליט געווען פאק די crowd strike כ'דארף עס נישט, אין יענע מינוט איז מיר נישט קיין נפקא מינא צו ס'איז 50% off צו 75 אין מיינע קאמפאני'ס וואס איך האב אפגעשאצט אין די אינדוסטרי זענען זיי פון נידריגערע אויפן ליסט, וואס טויג עס מיר ווען כ'קען האבן די זעלבע אינדוסטרי אין א ווייניגער ריסקי נאמען? אז כ'ווייס דאס וועל איך שוין ענדערש גיין מיט Palo Alto וכדומה. דאס נעם איך אסאך פון איר, פארשטייט זיך יעדע מענטש האט זיך א מיינונג בוליש אדער ר'בעריש, וואס נאך אזא אינצידענט טראכט איינער ס'איז א קאלאסאלן דורכפאל און אן אנדערער כאפט מציאות.

אויב כאפסטו וואס איך ברענג דא ארויס, און זוכסט א גייד, וואלט איך געזאגט הייב אן דורכליינען ריפארטס אנליין ווי Grandview research אדער mordor intelligence און גיב דיך א קוק ארום, הערסט פון אן אינדוסטרי לאמיר זאגן די גארדבעזש אינדוסטרי, נוקלער, יו נעים איט וואס איז די אינדוסטרי ווערט? וויפיל גייט עס ארויף? ווער זענען די מעידזשער פלעיערס? וואס זענען אירע שטארקייטן? וואס זענען אירע טשאלענדזשעס? וועלכע קארנט איווענטס אפעקטירט עס? אזוי קען מען ערווארטן די קיצל פון א נייעס פאראויס אא"וו און אזוי קען מען מיט די נאלידש גרינגער ארויסזופן די חרא פון די גאלד. די זאכן קענען דינען אלס א גוטע jumping off point אריין אין א אינוועסעמענט מקצוע.

5-10% א יאר הייסט שיין. און אז דו זעהסט 17% דאס דארף ארויסשטיין. האסטו שוין א אויבערהאנט איבער די נעקסטע זעקס הונדערט אינוועסטארס וואס ווייסן דאס נישט און שטעלן נישט צאם איינס מיט איינס.

למשל לאמיר זאגן נוקלער איז א פלאפ אין 10 יאר און למעשה ס'ווערט אויסגעטריקנט און מ'גייט אוועק דערפון, למעשה גיסט זיך דארט געלט ווי וואסער, און ווייל כ'האב נישט גארנישט קעגן איינער וואס ווילן קריפטא זאל גיין צו 200 טויזנט, דא וואלגערט זיך געלט, אפשר זוך די קאמפאני וואס מאכט די אייזן פאר די טאנק וואס האלט די יורעניום, אדער די קאנטראקטער וואס בויט די פלענט, זיי מאכן זיכער א לעבן... די גאווערמענט ספענד שוין ביליאנען. צו די נוקלער אליינס וועט זיך נעמען מאכן ערנסטע מאוו'ס אין אונזער גריד? שוין כ'האף אז יא, איך האלט דערפון, אבער מ'וועט נאך מוזן צוווארטן...
 
לעצט רעדאגירט:
בנוגע אינטערנאציאנאלע מארקעטן איז מיין הודעה געווען באזירט אויף א אלגעמיינער 'מעקרא' בליק. ס'איז זייער מעגליך אז ס'זענען דא געוויסע לענדער וואס זענען מער אויפריכטיג. אבער איך האב זיך באצויגן צו די גרעסערע בילד.
מעקרא איז גוט אבער די גאנצע פוינט פון עמערדזשינג און מעקרא לויט דזשאן טעמפעלטאן - א שטארקע סטראטעגיסט פון עקספאדזשער צו די מארקעטס איז צו האבן א דירעקטע עקספאזשער. בשיטה אין געוויסע פעלער אויב גייט מען מיט א ברייטערע אינדעקס נעמט מען פון איין זייט מער ריסק ווייל מ'עקספאזירט זיך צו צען מארקעטס ווען מ'זוכט איין, און ווידעראום פארקערט אויב גייט מען צו א זייער נישט דעוועלאפד לאנד ווי אפשר איז נאכנישט דא קיין צען קאמפעניס לוינט זיך נישט צו פאטשקען און זוכן א אינדעקס אויב ס'איז דא.

אלל אין אלל, אויב גייט מען מיט א אינטערנעשענל אינדעקס פון צוויי דריי טויזנט נעמען קוק איך אן ווי די ריטורן איז היבש פארוואסערט.

סא לויט מיין בליק איז די מעקרא גיט פאר אנאליסעס פאר דעם, אויף ארום און ארום. אבער אין די פאזיציע אליין פרובירן צו כאפן א גאר ספעציפישע זאך

למשל KSA) Saudi Arabia) ווס א מידל איסט פאנד וואס האט גאנץ קאטאר מצרים און דוביי און אויך סאודי , קלאר ?

די זעלבע מיט אייראפע.

פּיטער לינטש איז נישט קיין ראיה אדער א קאמפעריסאן מיט בּאפפעט. פּיטער לינטש איז געווען אויפן פאנד פאר בלויז דרייצן יאר און ס'געווען גוטע יארן.
1979 איז געווען א גוטע יאר?
1982-1981 איז געווען א גוטע יאר?
1990 איז געווען א גוטע יאר? נישט געוויסט.

ווען דו וואלסט געהאט אזויפיל פעטש אין די פריים פון דיין קאריערע וויאזוי וואלסט עס געהענדלט? אדרבה

ער האט אין די אלע יארן געהאט בעסערע רעזולטאטן ווי די מארקעט!! פונקט פארקעט ווי דו זאגסט, ער'ט סורווייווט ביטערע קלעפ און נאך מיט פלייאינג קאלארס, טאקע א קורצע צייט אבער וואס א חילוק ס'איז גענוג פרוף אז דער בחור האט געוויסט וואס ער טוט אין הייס און אין קאלט.
אוודאי אויב שפילט מען נישט מאכט נישט אויס, אבער די וועג וויאזוי ער האט עס געטוהן מאכט מער סענס פשוט מאטעמאטיש. 1400 אטעמפטס ווס. 10-15 פון באפעט וכדמה. דאס קען מען זעהן ביי פאול טודער דזשאונס אויך: געקויפט מער, געריסקט מער אין געוויסע, אבער אויך מער ארומגעריקט די ריסק און טאקע אויך פארדינט מער פשוט אלס די אדדס פון עסעט אלאקעישן, ניין די סטאק מארקעט און קאסינא זענען נישט די זעלבע אדדס...

לאמיר שוין דא אויסנוצן די געלעגענהייט אונטערצושטרייכן אז פון 2000 ביז 2009 איז גערעכנט אלס די "lost decade" וואס די עס ענד פי האט פיין אריינגעזויגן אויף אלע באקן בכל לשון של מציצה. שיין האט מען אויסגעזעהן דאן מיט א אינדעקס פונקט דעמאלטס. ס'זעט אויס בערך ווי סאוטאיסט עדזשיע יעצט... זיי ווארטן נאך פאר א ריבאונד נעבעך

ליין דא
For the period of December 31, 1999 through December 31, 2009, the S&P 500 index had an annualized simple price return of -2.72%. When dividends are factored in, the results do not get much better as annualized total return for the S&P 500 index (with dividends reinvested back into the index) over the same timeframe was -0.95%.

קומט אויס אז די אלע מוילמאכער וואס טענה'ן אז די העיליגע עס ענד פי איז די בעסטע אינוועסטמענט אין ANY period ד.ה סיי וועלכע צייט אפשניט איז פשוט נישט באהאוונט אין פאקטן. אפילו אויב מ'אינוועסט פאר 34 יאר, ס'איז די גאדעם עס ענד פי! כ'האב דאך געמיינט אז 94 און אהאלב פראצענט מענעדזשערס "פארפעלן צו ביטן די מארקעט" איך האב דאס אויך אפגעקויפט מיין פריינט! אבער פאקטן קריגן זיך

און כ'מיין ס'איז דא א ענליכע סיניראו אין די 60ס אויב כ'מאך נישט קיין טעות.
קיינער האט נישט געהערט פון איהם נישט פארדעם און נישט נאכדעם. אויך בּאפפעט האסטו א גוטע 65 יאר דערווייל. ס'איז א גרויסע נפקר מינה.

אויב איז עס פאר פּיטער לינטש געגאנגען אזוי גוט און ס'איז איהם געווען אזוי גרינג טאָ פארוואס האט ער אפגעפיצט אין זיין peak תקופה? פארוואס האט ער נישט ממשיך געווען?
דאס איז ארגומענט פון איגנארנס. פארוואס האט כינע נאכנישט אינוואדירט טייוואן? וואס הייסט ווייל טראמפ... נאו, קען זיין נאך ניינציג סיבות פארוואס...

ער האט אויפגעהערט. פארטיג.

פון דא און ווייטער ווייסט מען נישט. וואס מ'האט געזעהן האט מען געזעהן.

מ'דארף אינטערוויאוען Lynch Knuckleheads אין צוואנציג יאר ארום דאס צו קאנקלודן האנסעטלי.
איך בין גראדע נישט קיין גרויסע בּאָפפעט חסיד. נאר דא איז עס אריינגעקומען אלס א גוטע ביישפיל.
איך אויך נישט ווילסט א גוטס? די קעצעלע איז ארויס דער זכר טרעיד אפשנס!! ס'איז נישט קיין קאנספיראציע כ'האב געליינט א בערקשעייר טשארט נאך וואס א יוטובער האט מיר געזאגט וועלכע מ'קען זעהן, דעמאלטס האב איך פארלוירן מיין גאנצע ריספעקט פאר אים. call me crazy אין מיינע אויגן איז דאס גארנישט בעסער ווי מעידאף... DO AS I SAY NOT AS I DO
דו קענסט נישט פארגלייכן 13 יאר פון פיטער צו 60 יאר פון באפעט.

ס'איז דא מענטשן וואס מאכן 50 פראצענט אין א יאר. גייסט דאס פארגלייכן צו 20 פראצענט פאר זעכציג יאר צייט אפשניט? 20 פראצענט איז א מעכטיגע נאמבער!
גערעכט, האועווער אין די יארן האט באפעט קלערלי אונטעגעפאנפעט און ס'איז דא א גערעכטע טענה צו זיין פילזאפיע אז ווען ער איז ווען אביסל ווייניגער פרום ווי ער איז (אדער ווי זאגט פאר די וועלט אז ער איז) וואלט ער געקענט פונקט אזוי טיהן לינטש דירטי... ער האט מער געלט און צייט צו צאלן דרייסיג מענטשן נאכצוקוקן 1400 קאמפעניס וואס פיטער האט אליינס זיך געפארעט
 
לעצט רעדאגירט:
ס'איז זייער גרינג צו טשערי פּיקען אפאר עקזעמפלארן פון געווינער און מיט דעם ווייזן קוק אויף דער אנאקטאדעל סטארי צו שרייען אז מ'קען יא.

דער מציאות איז אבער אז ווען דו נעמסט א גרויסע גרופע אינוועסטירער פאר א שטרעקע פון לאמיר זאגן זעכציג יאר וועט אין פאקט זיין מערערע וואס גייען פארלירן און אפאר וואס גייען פארדינען, און אויך וועט זיין איינס צוויי אויטלייערס וואס זענען ספעציעל סוקסעספול. דאס איז פשוט'ע א''ב פון סטאטיסטיקס מיט די געזעץ פון גרעסערע נומערן.

וואס האט אבער געפלאגט סייענטיסן איז געווען אז ווען מ'האט איינגעשפאנט רענדאם קאמפיוטער'ס צו קויפן און פארקויפן בתורת גורל, זענען אין אלגעמיין געווען מער געווינער ציווישן קאמפיוטער'ס ווי ציווישן מענטשן. און וואס האט זיי געבאדערט איז, אז אויב איז עס אזוי רענדאם וואלטן דאך די מענטשן אין אלגעמיין געדארפט אמווייניגסטנס פארדינען דאס זעלביגע.

למעשה זענען זיי געקומען צום החלטה אז די עמאציעס און די פעלערהאפטיגקייט און ראציאנאליזם פונעם מענטשליכן מוח איז סעלף דעסטראקטיוו און מאכט אז דער מענטש זאל זיך שעדיגן. אויך די ערפונדונגען האט דניאל כהנעמאן עווענטועל באקומען די נאבעל פרייז. דערפאר האב איך רעקאמענדירט זיין ביכל פון אויבן.

איז ווילאנג ס'איז נאר דא איין אדער צוויי פיטער לינטש'עס מאכט עס נישט קיין נפקא מינה ווייל ס'איז סך הכל מזל. והראי' קיינער רעפּליקעיט עס נישט.

למעשה איז אפשר כדאי זאלסט ארויפשטעלן דיין פארטפאליא און מ'זאל עס קענען נאכפאלגן און זיך איבערצייגן.

ס'איז נישט אזוי נוגע וויפיל יאר איינער האט א רעקאָרד. ווייל ווילאנג ס'איז נאר איינער אדער צוויי איז נישט קיין שום ראי'. אדער דארף עס זיין א סעמפל סייז וואס שטייגט איבער די רענדאם סייענטיפישע מזל דאטא. אדער דארף עס זיין רעפּליקעיטעבל. און ביידע זענען נישט עכט שייך....
זאגסט דוקא שיין דא אבער אויב האסטו געליינט/געהערט פיטער און נישט דו זוכסט אבי צו טענה'ן קעגן נייע אינפארמאציע איז די ווארט נישט אז ס'איז אנעקדאטל נאר די פאר וואס האבן געהאלטן ביים ארבעטן שווערער אדער מיט זיין קאנטרעיריען אדער ביים זיך קאנצענטרירן אויף געוויסע סטראטעגיע'ס וואס וואל סטריט האט אינגאנצן נישט נאכגעפאלגט! האבן דעליווערט שענער, טאקע ווייל ווי דו זאגסט אליין האט די מענטשליכע מוח עראר'ס אדער עמאושנס וואס שטערט אונטערוועגנס. כ'מיין דאס ברענגסטו ארויס.

וואס הייסט ס'איז נישט רעפליקבל? סתם ווייל נאר אפאר האבן... דאס שמעקט מיר זייער ווי די פארקערטע פון bandwagon fallacy, אויב יעדער קויפט טעסלא לכאורה איז עס א גוטע סטאק... דאס אז ס'איז גוט שלעכט אדער פארווע האט גארנישט צוטוהן מיט וואליום... נאר מיט פונדעמענטלס איי וואל סטריט איז הייליג גערעכט ס'שטינקט פון פארשימלטע בעלענס שיט און פאראייערטע קעשפלאו סטעימענט? האסט פראפיט דעליווער וועט די סטאק פארן צום זאך... א סטאק איז נישט קיין לאטערי

עכ"פ נאר ווייל מ'האט עס נישט נאכגעמאכט אזוי אפט ווי די קלאסישע אדווייס מיינט גאנץ ווייניג.

אמאל האט מען געגלייבט אין גרויסן אין די 60/40 פארטפאליא סטאקס און באנדס, לעצטנס טוט זיך א גאנצע א פלפול אז ס'איז געווען שלעכטע עדווייס צוליב וואס באנדס האט אנדערש פערפאמדט ווי אמאל עפעס אזוי.

אפשר אז מ'וועט אויפהערן נעמען יעדע גאספל וואס וואל סטריט האט אמאל פארשפרייט און הערן מער טעמפלטאן'ס, סווענסענ'ס, דשאונ'ס'ס, טאוני ראבינ'ס, האוסל'ס באוגל'ס און לינטש'ס אפשר וועט די וועלט אויסקוקן אביסל אנדערש?

לינטש האט געטשעלנדשט וואל סטריט! ער האט עמפאוערד קליינע אינוועסטארס דוקא יא צו האבן א עדזש קעגן די בעל גאווה מיט א בלויע העמד און ווייסע הויזן... גיי ליין אים. וועסט זעהן פון וואס מ'רעדט, נישט שייך צו האבן א מיינונג אויף אים אן אים געבן די צייט.
 
ווען איז ביטקוין געווען נידריג?
@אורות איך האב הערשט יעצט באמערקט אז די האסט רעאגירט צו מיין מעסעדזש. (שכוח @אינטעליגענט)

מיט'ן מיר ווייזן די פרייז פון ביטקוין איבער די יארן, זעה איך אז דו האסט לגמרי נישט געכאפט די כוונה פון וואס איך האב געמיינט.

You can't time the market#
 
עס איז מיר ווייטאגלעך אז איך האב נישט צו געלייגט קיין קאפ צו אזא גורו ווי מע"כ אין די סטאק וועלט. עס זעט מיר אויס ווי א מעוות שיכול לתקן.

די מהלך פון באטאם אף (Bottom Up), ווי מע"כ שרייבט דא, איז גאר א שטארקע דמיון צו די היסטאריע פון די גאלד-רוש יארן אין קאליפארניע אין די 1850'ער יארן, ווי מענטשן זענען געלאפן קיין קאליפארניע גראבן אין גרובער, מיינענדיג אז גאלד גיסט זיך דארט כחול הים.

ווער עס פארשטייט פארשטייט אז מיט בלויזע הענט קען מען קיין גאלד נישט גראבן. זענען דאן געקומען אונטערנעמערס און מחליט געווען: פארוואס לויפן נאך דעם זעלבן שטיק ערד וואָס טויזנטער מענטשן באפאלן און צו זיי טרעפן צו נישט איז נישט זיכער? לאמיר פארקויפן מאשינערי, שאוולען, און געצייג פאר די גרעבער, אז זיי זאלן דאס קויפן צו מאכן גרינגער פאר זיך די גראבעריי. די מהלך איז געווען דזשיניעס, און די חברה וואס האבן פארקויפט די מאשינערי זענען געווארן מאלטי-מיליאנערן.

נאך אן אינטערסאנטן פאקט איז די סעמי-קאנדוקטאר אינדוסטריע אין טייוואן. די גרינדונג פון טייוואן סעמי-קאנדוקטאר מאנופאקטורינג קאמפאני (טי.עס.עם.סי.) אין יאר 1987 דורך מארס טשענג איז געווען א ריזיגער מיילסטאן אין די הייטעק וועלט.

טי.עס.עם.סי. האט מחליט געווען צו ווערן פאבריצירער פאר אנדערע פאבריקאנטן און נישט פאר ענד-יוזערס. זיי האבן געלאזט אנדערע קאמפאניס קאמפיטן אין דעם ענד-יוזער מארקעט, אזוי ווי סעמסאנג אנטקעגן עפל, בשעת זיי זעלבסט האבן סופלייעד מאטריאל און פראדוקטן צו די קאמפאניס. דאס האט זיי געלאזט אויסמיידן דעם ריסק פון קאמפיטן אין דעם ענד-יוזער מארקעט, וואס איז זייער טייער און ריסקי.

די החלטה האט זיי געגעבן די מעגליכקייט זיך צו פאקוסען אויף פאבריקאציע, און דער רעזולטאט איז געווען אז טי.עס.עם.סי. איז געווארן א וועלט-ריז אין סעילס און פאבריקאציע, מיט א היסטארישן נאמען אין די אינדוסטריע.

די מהלך איז א קלארע מוסר השכל פאר ווער עס וויל פארשטיין וויאזוי צו בויען א סטרוקטור, וואס ברענגט נישט בלויז הצלחה, נאר אויך א גרינגערע וועג צו אריינברעכן אין מארקעטס ווען מען איז נישט קיין סופלייער פאר ענד יוזערס.
כ'וועל דיר זאגן די אמת כ'האב געשפירט גאר וועלידעטעיד אז ס'איז דא נאך איינער וואס טוט דייערי'ס ווי איך רוף עס די "טיסעס" פארוואס מ'טוט עפעס און ווען מ'טוט עפעס. אפילו אונז האב מיר זיך נישט אפגעשמועסט...

כ'בין נייגעריג פון וועם דו האסט עס געהערט אדער איז עס גאר דיין אייגענע בייפאל צו טוהן.

מאווינג אן...

כ'האב נארוואס אנדעקט א באגראבענע סטאק וואס קומט אריין אין די Bottom up שמועס.

איך האב דאך זייער ליב דייווערסיפיקעישן און די מער איך קען אריינכאפן אין נאך א גוט גייענדע אינדוסטרי, די מער געווינער זעה איך מיר. און בפרט אין די מארקעט וואס ערלויבט צו זיין "עקספאוזט" צו אזויפיל אנדערע אינדוסטרי'ס שאפנ'דיג ווערייעטי, וואס דאס איז די שיעלד - די סוד וואס אין פאל פון א בעיר מארקעט, קען זיין די חילוק פון א רויטן פארטפאליא און א ברעיק איוון.

איז דא א אינדוסטרי ווי געזעץ, די Legal services Industry

ס'איז ווערט איבער 700 באלאנען... מיט איין שנעלן קוק אויף א וועבזייטל'ע לערן איך עס איז געשאצט צו גרייכן צו אן אסטראנאמישע 1.2 טריליאן אין די קומענדיגע 7 יאר.

איך קלער אז איך בין פרה אדומה'דיג אויפן אינדוסטרי.
1. איך מיין ס'וועט אלס זיין א געברויך/דימענד פאר זיי וואס איז גוט משא"כ אן אינדוסטרי וואס האט נאכנישט פרוף
2. אין א וועלט פון אזויפיל עי איי ווערן די סארט געזעצן פארברייטערט וואס מיינט אז גאר די סארט לויערס וואס מ'וועט דארפן האט פאטענציאל זיך אויסצוברייטערן אזוי ווי עס מאדערניזירט זיך.
3. profit per lawyer קוקט אויס השקפה ראושנה צו זיין הערליך שיין און גייט נאר ארויף און ארויף. פראפיט מארדשי'נס איז פון די העכסטע וואס כ'האב נאר אמאל געזעהן. פאר קאנטעקסט אין די ביזנעס 25% הייסט ווייניג 40% הייסט א סך.
3.0 ס'איז פשוט א געפעפערטע מארקעט ווי מ'דארף שטיין און צאלן און צאלן ביי נאטור פון ווילאנג די פראצעדור דויערט און אוודאי וועלן זיך פרייזן הייבן
4. איך ווייס נישט וועגן אנדערע, אבער אלס אינוועסטאר ווען איך זעה אזא מעקרא נומבער פלאץ איך פון קנאה, כ'וויל עס האבן.

די און נאך זאכן מאכן מיר טראכטן אז ווען וואלט געווען א וועג צו טרעידן א גרויסע פארנומענע פירם וואלט איך עס עקספלארט.

אבער וואו וואס? און ווען? זיסע חלומות.. אויב עפעס די פריוואטע עקוויטי מאגנאטן קענעןצו דעם צוקומען ווי קען איך קליינע ריטעיל קרעמל אינוועסטאר אריינבייסן אין דעם? שוין נאך א זיסע איידיע.

ויהי היום איך טרעף א סטאק ס'הייסט TRI Thomson Reuters איינע פון די פראדוקטן וואס זיי פארקויפן איז... נישט מער און נישט ווייניגער Westlaw
דאס איז פאר ווער ס'ווייסט נישט אזוי ווי די אוצר הכחמה בעסיקלי פאר לויערס און זייערע שטאב.

יעדע זאך וואס מ'וויל נאכקוקן און געוואר ווערן זיך פארצוקוקן איבער א קעיס קען מען דארט ארויפגיין.

די חברה דארפן פאר דעם צאלן אפאר טויזנט טאלער א יאר סובסקריפשן. און זיי קענען זיין אין די גאנצע וועלט ווייל איבעראל דארף מען דאך לויער'ס און זיי קעיטערען טאקע אנדערע לענדער אויך.

בבל אופן... גארנישט, זיי האבן עטליכע סארטן סערוויס'עס וואס דאס איז א וועליו עדד ביזנעס, An enhancer פאר לויער'ס. איך בין שטארק נתפעל פון אזא ביזנעס מאדל, ער מאכט געלט געבויט אויף דעם ווי גוט און ווי צופרידן די קליענטן אין א צווייטע אינדוסטרי זענען פון זיינע סערוויסעס און ס'איז יששכר זבולן. און זיי צאלן אים געלט לויט ווי וועליובל זיי זעען די רעזולטאטן וואס אימפראווט זייער דזשאב מדי יום בימו. וואס איז אייגנארטיג מיט אזא ביזנעס איז אז איך קוק עס אן ווי א סענדוויטש אריין אין א גרעסערע מארקעט/אינדוסטרי און ער זעהט צו מאכן געלט, ער מאכט זיך אינוועליובל אז אן אנדערע ביזנעס זאל אים שטאפן מיט געלט. משא"כ ווי אנדערע מיט קאמפעטישן וואס קאמפיטן פאר די זעלבע שיך העמד פיצא וכדומה..

יעצט TRI איז טאקע נישט אין פירם אליין, אבער אזויפיל יא ערגעץ אין די 700 ביליאן מארקעט הערשט עפעס א סאפטוועיר מיט א גאנצע קאמיוניטי וואס טוט צו דעם צוקומען. צו ס'איז דא גענוג שיפן, צו די אשר יצר פאפיר גייט אויס, געזעץ איז אלס ביזי.

בקיצור... מיט איין סטאק וואס איז פראפיטיבל - מ'רעדט דאך - און איך בין יעצט אריינגעדייווט העידפורסט אין א ריזיגע פארצווייגטע אינדוסטרי וואס מיט אביסל פארשן האב איך עקסעס צו פרישע זעק פון קעש און פאר מיט דעם טרענד היבש אנקארילעיטעד מיט די עס ענד פי.

נאך א זאך, נאך אביסל אויסגעזיפט ריסק.
 
BOEING

איך רעד זיך איין אז באוינג Boeing גייט עווענטועל צוריק ארויפשיסן צוליב עטליכע סיבות.

1) וויבאלד מען וועט פארגעסן פון די סקאנדאלן.

2) אמעריקע וועט זיכער מאכן אז באוינג בלייבן א שטארקע פירמע. באוינג איז איינס פון די סימבאלן פון אמעריקע. סיי אלס די עראפלאנען פראדאצירער, און סיי טעקניקלי איז עס א גרויסע עקענאמישע פאקטאר פאר אמעריקע.

3) 70 פראצענט פון באוינגס איינקומפט (אדער אפשר קאנטראקטס) איז פון די אמעריקאנער מיליטער. דאס הייסט עראפלאנען און טעכנעלאגיע פארן אמעריקאנער מיליטער.

באמת האב איך נישט אדורעכגעטון פונקטליך די נומערן פון באוינגס סטאק. דאס הייסט איך בין נישט באקאנט צו ס'איז אפשר ביז יעצט געווען איבערגעטריבן טייער, און אפשר פשוט יעצט מיט די אלע סקאנדאלן טוט זיך עס באלאנסירן.

וואס זאגט דער עולם? איך פרעג אויפן לאנגע טערמין, צענדליגער יארן.


פונקט אנגעקלאפט אין א סקרינשאט, דאס איז יוני 2020 - האלט מיר יעצט וויפיל יאר איבער 4 יאר פון דעמאלטס, און די סטאק האט נאכנישט ריבאונדעד צו די היי... אוודאי מ'דארף ווארטן און בארינג איז קי פיין פיין, אבער growth איז ביי מיר אויך א פאקטאר, איך גיי נישט מוסר נפש זיין מיין געלט אין דעם און קאקא קאלא ווייל אמאל אין בען גרעם'ס צייטן האט עס געהייסן א שיינע סטאק... דעליווערסט נישט, כ'וויל דיר נישט קענען. און כ'האב עס פארקויפט נאכן ליינען אביסל מער וויאזוי אינוועסטן ארבעט, (איך האב געוויסט דעמאלטס ווי שרייבער דא יעצט אדער נאך ווייניגער) צו מיין גוט מזל איז עס נאך ארויף ווי דו קענסט דא זעהן איז עס נאך געווען גאנץ כמעשה פאר דעמאלטס ווען פרייזן זענען שטארק געפאלן... דער וואס זיצט נאך פון פאר קאוויד האט נאך דערלייגט.
photo_2025-01-08_23-54-49.jpg

פון וואו קומט די חוצפה? פון ליינען סטעיטמענט'ס א קאמפאני וואס מאכט נישט קיין קאנסיסטענט קעש ריטורנס גייט די סטאק מיטזינגען די נוסח... ס'איז א זאך וואס מ'קען זעהן בחוש אין פילע ביזנעסעס.
 
PLTR had crzazy earnings, not too long ago this was $9
 
Back
Top