די סטאק מארקעט וועלט

BOEING

איך רעד זיך איין אז באוינג Boeing גייט עווענטועל צוריק ארויפשיסן צוליב עטליכע סיבות.

1) וויבאלד מען וועט פארגעסן פון די סקאנדאלן.

2) אמעריקע וועט זיכער מאכן אז באוינג בלייבן א שטארקע פירמע. באוינג איז איינס פון די סימבאלן פון אמעריקע. סיי אלס די עראפלאנען פראדאצירער, און סיי טעקניקלי איז עס א גרויסע עקענאמישע פאקטאר פאר אמעריקע.

3) 70 פראצענט פון באוינגס איינקומפט (אדער אפשר קאנטראקטס) איז פון די אמעריקאנער מיליטער. דאס הייסט עראפלאנען און טעכנעלאגיע פארן אמעריקאנער מיליטער.

באמת האב איך נישט אדורעכגעטון פונקטליך די נומערן פון באוינגס סטאק. דאס הייסט איך בין נישט באקאנט צו ס'איז אפשר ביז יעצט געווען איבערגעטריבן טייער, און אפשר פשוט יעצט מיט די אלע סקאנדאלן טוט זיך עס באלאנסירן.

וואס זאגט דער עולם? איך פרעג אויפן לאנגע טערמין, צענדליגער יארן.
 
איך קען נישט סובל זיין די מענטש ווען ער רעדט פאליטיק, כ'האלט ער טראכט עס זעהר נישט גלייך אבער אין אפאר פון די סטאק מארקעט שמועסן קומט ער יא אריין גאר קלאר און דאס איז איינע פון זיי. שארף און שטרענג, און צום פוינט.

פיר יאר נאכ׳ן דערעפענ
 
BOEING

איך רעד זיך איין אז באוינג Boeing גייט עווענטועל צוריק ארויפשיסן צוליב עטליכע סיבות.

1) וויבאלד מען וועט פארגעסן פון די סקאנדאלן.

2) אמעריקע וועט זיכער מאכן אז באוינג בלייבן א שטארקע פירמע. באוינג איז איינס פון די סימבאלן פון אמעריקע. סיי אלס די עראפלאנען פראדאצירער, און סיי טעקניקלי איז עס א גרויסע עקענאמישע פאקטאר פאר אמעריקע.

3) 70 פראצענט פון באוינגס איינקומפט (אדער אפשר קאנטראקטס) איז פון די אמעריקאנער מיליטער. דאס הייסט עראפלאנען און טעכנעלאגיע פארן אמעריקאנער מיליטער.

באמת האב איך נישט אדורעכגעטון פונקטליך די נומערן פון באוינגס סטאק. דאס הייסט איך בין נישט באקאנט צו ס'איז אפשר ביז יעצט געווען איבערגעטריבן טייער, און אפשר פשוט יעצט מיט די אלע סקאנדאלן טוט זיך עס באלאנסירן.

וואס זאגט דער עולם? איך פרעג אויפן לאנגע טערמין, צענדליגער יארן.
פאני איך האב זיי פונקט געהאט גענוצט אלס אן עקזעמפל אין א פאוסט וואס כ'האב נאכנישט ארויסגעלייגט ווי כ'רייס זיי אראפ.

הער מיר נישט אויס אויב דו האסט נאכנישט צופיל עקספירענס, אפשר קען עס זיין גוט פאר פרעקטיס.

לאמיר עס אפירזוכן
 
קודם קוק אויף נעטפליקס די פילם איבער זייער סקאנדאל אויב דו האסט עס נאכנישט געזעהן כ'מיין ס'לוינט זיך.

יעצט, יעדער האט א טעיסט און קאנוויקשן סא איך וויל נישט גיין אזוי פערזענליך אבער כ'מיין איינער וואס קוקט עס קען זיי נישט געטרויען נאך מ'לערנט די דעטאלן וואס דארט איז פארגעגאנגען און דאס אפעקטירט שטארק די סטאק אין מיין אפיניען. ווי פיטער לינטש דערמאנט אלס ס'איז דא א קאמפאני אונטער יעדע סטאק.

דאס האב איך געהאט געשריבן ביי קאווע'ס דאקומענטערי שנירל
אן אויסערגעווענליכע אינוועסטיגעטיוו דאקומענטרי איבער די קארופציע אין די fortune 500 אימפעריע באואינג נאך וואס 2 פון אירע max 737 האבן אראפגעקראכט אין לויף פון 4 חדשים איינס נאכן אנדערן. פון די זעלבע מאל-פונקציע. ס'כאפט א ציטער אין די אדערן וואספארא הפקירות איז דא פארגעקומען, אין א פירמע מיט מיליאנען באנוצער טעגליך! און ערגער די הארצלאזע וועג וויאזוי די געוועזענע סי.אי.או. האט עס באהאנדלט.

https://www.netflix.com/us/title/81272421?s=a&trkid=13747225&t=cp&vlang=en&clip=81571086
 
אללללריייט...

מ'האט שוין געקויפט די S&P 500
מיר ווייסן שוין וועגן אן אינדעקס פאנד
מיר ווייסן שוין אביסל איבער די 500 גרעסטע קאמפאניס און אז ס'צוטיילט דיין געלט צווישן די 500 גרויסע קנאקערס.
מיר ווייסן שוין אויך אינטערסאנטע און וויכטיגע דעטאלן איבער די 11 סעקטארן וואס דרייוון די סטאק מארקעט

אבער איין מינוט! זאגט מיר עפעס א פויגל - דו שפרונגסט צו שנעל כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט? וואס איז א סטאק בכלל? וואס די העל מיינט דאס? פארוואס גייט א סטאק בכלל ארויף? פארוואס אראפ? וואס איז עס? וואו איז עס? אין מיין עפפ? קען איך עס האלטן? און קען מען וויסן פון פארדעם צו א סטאק גייט ארויף? און א סטאק וואס גייט נישט גוט פערפארמן? כ'מיין די גאנצע זאך איז א געמבל איך אנטלויף פון דא. ביי. דאס איז נישט פאר מיר...

לאמיר גיין על ראשון ראשון:
א סטאק מיינט בעלות אין א ביזנעס, איינמאל דו וועסט זיך אריינלאזן דערין וועסטו הערן אסאך פון equity -
פון דעם רעדט מען יעצט. פונקט ווי א מענטש קלאוזט אויף א נייע הויז, גייט דורך א יאר מ'האט דארטן אפגעצאלט א פערטל מארגעטזש דאס איז יעצט עקוויטי towards דיין פראפערטי.

שטעל דיר פאר, איך מיט דיר עפענען א עסן סטאר צוזאמען. ס'קאסט לאמיר שיסן גלייכע נומערן ס'זאל זיין גרינג נאכצופאלגן 500 טויזנט טאלער.

דו ביזט 50 פראצענט שותף, און איך 50 פראצענט שותף.
פראצענט פון? אלע shares מ'מעסט עס אין shares

יעצט, לאמיר זאגן מ'רעכנט 500 דאלער א share, פאר א סך הכל פון א 1000 שעירס, האסטו 500 און איך 500. לחיים.

רוקט זיך מיר אן @שעפטאל , ער מיינט ער קען אויך מאכן געלט, ער רעדט זיך איין ער פארשטייט צו געלט -עט ליסט ער הערט מ'פלוידערט אין קרעמל סטאקס- ער וויל אויך א פארציע...

א גוטן, איך הער מ'מאכט דא גראב געלט? I want in ס'עט זיך טוהן אהין און צוריק, ברענגסטו אן קאפוויי נאך פעיפערווארק נאך טויזנט דעות... וואס פעלט עס אויס? למעשה שעפטאל האט זיך דערזעהן אויפן באורד... ער האט זיך פארשאפט פראטעקציע... מ'פייפט מיר אן, שוין וואס טוט מען יעצט? מאני טאלקס...

גייט מען מ'עקספענד די שעירס פון די ביזנעס, אנשטאט וואס איך אדער מיין שותף זאלן דארפן אוועקגעבן פון אונזער חלק, אין ביזנעס קען מען גיין אזוי מעלין בקודש... יעצט איז שוין דא 2145 shares @שעפטאל האט זיך איינגעהאנדלט א 30% סטעיק אין אונזער סטאר, יעצט האב איך מיט מיינע שותפים 715 איעטש, און א שעיר קאסט יעצט 350 - נישט 500, די וועליועישן פון די ביזנעס איז ארויף ווייל מ'האט אריינגעברענגט נאך א מענטש.
יעצט שעפטאל קען זיין סתם א פאץ פון גאס וואס וויל מאכן געלט אדער ברענגט ער עפעס צום טיש וואס אויף דעם קען מען בויען אז די ביזנעס גייט זיין ווערט די נייע וועליו אין די לאנג ראן. אין די פאל איז זייער גוט אז מ'ברענגט אים אריין ווייל די ביזנעס האט יעצט נאך געלט וואס זי דארף נישט אנבארגן און ווייל ער ברענגט צו זיין עקספערטיז וואס פארברייטערט די ביזנעס.

אדער... קען עס זיין סתם א נארישע דיסיזשאן און שלעפט אראפ די ביזנעס און ס'האט גארנישט אויסגעפעלט ווייל די ביזנעס איז געווען גוט ווי ס'איז און האט נישט געדארפט דאס געלט און די מער שעירס מאכט נאר די ביזנעס אויסקוקן ווייטער פון מציאות אלס א ווערדפולכ פירמע.

און מ'קען עס נעמען ווייטער אז שעפטאל שלעפט אנדערע חברים. און אזוי פאלט די סטאק פרייז מער און מער...

אבער לויט די ערשטע סיניריאו, איז די ביזנעס אין א בעסערע פלאץ ס'קען יעצט אוועקנעמען די דעליווערי ארבעטער און קויפן א טעבלעט פאר אובער איטס און ס'הייבט די סעילס וואליום און די ארבעטער קען זיין ביזי מיט וויכטיגערס, און די סיאיאו דארף נישט שטיין העלפן רוקן די קאסטומערס אין די ליין און קען זיצן אין אפיס טוהן די ביכער... ס'פארט א שיף...

דאס איז אין קורצן גערעדט וואס מיינט א שטיקל פון א ביזנעס.

יעצט... אז דו כאפסט שוין דעס, טראכט אין ריזיגע נומבערס פון ערנסטע לייבן קאמפאניס מיט הונדערטע מיליאנען אדער ביליאנען אינוועסטירט מיט אסאך אדער ווייניג שעירס איטש (shares outstanding) און טראכט אין די סטאק מארקעט נישט אין א עסן ביזנעס דוקא, און טראכט פון הונדערטע טויזנטע אויב נישט מיליאנען שטיקער טראנזאקציע'ס טוישן הענט יעדע מינוט אויפן מארקעט, אלעס דרייט זיך ארום א שמועס וואס צוויי האנדלער קאמיוניקירן אבער אן ווערטער, איך האלט די ביזנעס איז יעצט ווערט 150 א שטיק, איך האלט ס'שוין ווערט 175, 185,

קיצור... די נעקסטע מאל דו קוקסט אויף א טיקער סימבאל פון א קאמפאני, האב די סוגיא אין קאפ, נישט בלויז די נאקעטע גרינע אדער רויטע נומבערס. ס'איז דא א קאמפעני אונטער יעדע סטאק און ווען דו קויפסט עס, קויפסטו נישט א געים אין א עפפ אויף דיין פאון, נאר דו קויפסט די וועליו פון יענע ביזנעס, דו קויפסט די באורד, די סי אי או, די פראדוקטן, די קאסטומער סערוויס, ווילאנג מ'שטייט אין די ליין און וויאזוי די מענטש פילט גוט אדער אויפגערעגט, די הוצאות וואס די ביזנעס האט און האפענטליך די הכנסות.

דו קויפסט זייערע ארבעטארער'ס עפארטס צו מאכן די בעלי בתים מער געלט, דו קויפסט זייער אינווענטארי, לדוגמא וואלמארט דו קויפסט יעדע פראדוקט אויפן שעלץ דו קויפסט די ריעל עסטעיט וואס זיי האלטן, טראקס, עקווימפענט, אויב איז עס דאמינאו'ס פיצא קויפסטו יעדע דעליווערי קאר און יעדע שטיקל טייג, קאנוועיער מאשין און ראבאט וואס מאכט עס. אויב ס'איז פייזער קויפסטו יעדע דראג פעטענט וואס זיי האבן, אויב ס'איז אין אויל קויפסטו יעדע אויל ריג מיט וואס מ'דרילט —אין אנדערע ווערטער די גאנצע פעקעדזש! דו קויפסט יעדע זאך וואס האט סיי וואספארא שווית און העלפט די פירמע מאכן געלט, קעש צו קעש קאנווערטעבל'ס ד.מ. ס'קען ווערן שנעל פארוואנדלט צו מזומן געוואנדן פארשטייט זיך אין וויפיל עקספאודזשער דו האסט, אבער ס'איז רעפרעזענטירט.

איצטערט, וואס מאכט א סטאק ארויפגיין אין ווערט? עטליכע סיבות פאזיטיווע נייעס אדער האפענונג אז די קאמפאני/סעקטאר גייט אין גוטע דרכים (אזוי ווי מ'זעהט יעצט מיט עי.איי.) א גוטע וואקסנדע עקאנאמיע וועלן ביזנעסעס גוט פערפארמן און ס'וועט זיך אנזעהן אויפן מארקעט, למשל אין א שלעכטע טאג איז נארמאל צו זעהן פון די נייעס פארשן ווער דרייווט עס, נידריגע אינטרעסט רעיט'ס מאכן געווענליך אינוועסטירער מער בוליש אויפן מארקעט. אויך איז דא שפעקיולירונגען סיבות ווי הייפ און צופיל דיסטרעקשן מיט איין עפיזאד וואס איז אווערבלאון ווי מ'זאגט און מיט צייט גייט עס דורך און מ'זעהט אז ס'איז נישט געווען אזוי שרעקעדיג.

אויף די פראגע צו מ'קען עס האלטן? א סטאק גופא קען מען נישט האלטן ס'איז אזוי ווי סיי וואספארא אינטעלעקוטעלע פראפערטי - א דבר שאין בו ממש, ס'איז ווערט אין א קאמפאני. אבער די שווית, געוואנדן אין די סארט ביזנעס קען מען יא שפירן, זעהן, אויב ס'איז א מאווי צו א טיש און בענקל כאפסט?
זייט איך טוה אין דעם האט זיך מיין גאנצע בליק געטוישט, ס'הערט זיך אפשר אביסל אינטערסאנטליך אבער ווען איך זעה א פראדוקט וואס איך האב אין דעם געלט זעה איך נישט די פראדוקט, איך זעה די פארדינסטן, איך זעה די וועליו, איך זעה ווי די סיאיאו און די סיעפאו רעדן צווישן זיך וויאזוי מ'קען פארבעסערן די פראדוקט ס'זאל צוציען מער קונדן... איך בין מודה ס'איז זייער אנאליטיקל. און איז נישט פאר יעדעם.

אין דעם אפטיילונג וועל איך צוווארפן עטליכע טיפ'ס וואס יעדע מתחיל זאל האלטן אין קאפ: נישט פינאנציעלע עדווייס פאר עדזשוקעישנעל און ענטערטעינמענט אויסדריקליך, sue AI איך בין נאר די איבערטייטשער lol (mostly)
  1. הייב אן פרי און קליין ש'קנפקא מינא וויפיל, געדענק אז צייט איז די שטערקסטע פאקטאר. ווייניג איז פיל, גרויסע קוואנטום'ס פון קליינע קאנטריביושן'ס אין א לענגערע צייט מאכן מער אויס ווי גרעסערע קאנטריביושן'ס אין א קערצערע צייט. אפי' א קליינע פארטפאליאו קען וואקסן אסטראנאמיש אין דיקעידס. די יונגער מ'הייבט אן, די בעסער.
  2. דייווערסיפיי דיין פארטפאליאו ס'איז דא אן אלטער שפריכווארט "לייג נישט אלע אייער אין איין קארב" פארשפרייט דיין אינוועסמענט'ס ארום across אנדערע סארטן assets סטאקס, באנדס, ריל עסטעיט, אלעס צו רעדוצירן ריסק. (מוז נישט זיין שוין מארגן, אבער דארף זיין אן ענדגילטיגן ציל.) אזוי ווען די מארקעט איז %up 10 קענסטו זיין 15 צו 20 און פון די צווייטע זייט ווען די מארקעט איז down 10% קענסטו זיין נאר 5 צו גארנישט ווייל אטאמאטיש איז יעדער מער vulnerable צו די קראך און דו ביזט געבעלענסד.
  3. פארשטיי דיין ריסק טאלערענץ. ווייס וויפיל דו קענסט האנדלען עמאושענלי, און פיינענשעלי. דאס באגלייט דיר צו אינוועסמענטס וואס שטימען מיט דיין comfort level פארמיידנדיג פאניק אין דאונטורן'ס.
  4. פאוקוס אויף לאנג טערם growth. פארמייד די "get rich quick" סקיעמ'ס אדער שאורט טערם טרעדינג, אויסער אויב ביזטו גרייט פאר הויעכע ריסק טאלערענץ - אינוועסטינג איז בכלליות מער סוקסעספול אלס א לאנג טערם אונטערנעמונג, ווי פרעקטיס פירט צו קאמפאונדיג באלוינונגען.
  5. בלייב קאנסיסטענט. סעט אויף רעגולער קאנטריביושנס צו דיין אינוועסמענט אקאונט'ס. קאנסטיטענסי איז וויכטיג אפ' אינמיטן מארקעט דיפ'ס, עס העלפט דיר קויפן פאר ביליגע פרייזן ווען די מארקעט גייט אויף סעיל און מאכט די וואוקס קעגן דעם בעסער און שענער.
  6. אויך זייער וויכטיג don't try to time the .market טיימינג די מארקעט איז משוגע שווער און ממש אוממעגליך אפי' פאר די גרעסטע פראפעסינאלן. ענדערש, קאמיט דיר צו אינוועסטירן רוטינלי און סטעידילי אפגעזעהן פון מארקעט אומשטענדן.
  7. האלט fees נידריג. הויעכע fees קען אויפעסן דיינע רווחים. איז זיי מיינדפול פון transaction fees, account fees, און expense ratios, אין צען-צוואנציג יאר מאכט דאס פיין אויס. גיב עס מחשבה.
  8. רי-אינווענסט דיווידענדס. רי-אינוועסטירן די די דיווידענדס און סיי וועלכע רווחים, ערלויבט דיין געלט צו וואקסן שנעלער דורך קאמפאונדינג, און עטליכע פלאטפארמע'ס שטעלן צו אטאמאטישע אפציעס צו מאכן דעם פראצעדור געשמירט.
  9. educate דיך! פארשטיי די בעסיק'ס וויאזוי די סטאק מארקעט ארבעט, (וואס מיינסטו טוה מיר אונז דא שכח טשעט דזשיפיטי!) און פארשטיי וויאזוי אנדערע סארט עססעט'ס ארבעטן און רוקן די מארקעט. ווייטער, מ'מוז נישט דאס האבן אין די לשם יחוד און די גארטל אויף צו אנהייבן, אבער די מער מ'ווייסט, די בעסער פאר דיין קאנפידענץ צו מאכן החלטות און פארמיידן קאסטבארע מיסטעיק'ס.
  10. בלייב רוהיג און פארמייד עמאצינאלע אימפולסיווע החלטות. מארקעטס פלוקשיועט'ן, צומאל דראמאטיש. פארמייד מיט אלע כוחות די טעמטעישן ד.מ. די רייץ צו פארקויפן אין ליכט פון די פחד דורכאויס א דאונטורן, צו פארקערט פון קויפן פון די פחד פון פארפאסן דורכאויס בומינג תקופות. אזוי צו אזוי, מוז עס זיין לאגיש און דורכפלאנירט, ווייל עמאצינאלע החלטות פירן אפט צו לותו'ת... קלעבן צו דיין פלאן העלפט דיר בלייבן פולי פאקוסד אויף לאנג טערם גולס.
בהצלחה!
-----------------
אויב איך מעג זיין מיט דיר אפנהארציג: צאמשטעלן אזא ארטיקל און סיי וועלכע זאך דויערט מיר געווענליך שעות, אז דו האסט הנאה און די אינפארמאציע האט דיר מחזק געווען, געבוסט דיין קאנפידענץ, האסט עפעס געלערנט ניי, אדער אז דו האסט דא אנגעשעפט עמערס מאטיוואציע, אין סיי וועלכע וועג, איך בין נישט עכט אין די ליין פון עצות אבער איך בין אין די ליין פון שרייבן אייך צו מאכן פרייליך און פארטראכט ביז איר שרייט טעלי גענוג לאמיך צורוה! איז ברשות די חשובע מנהלים אויב זענט איר א פען פון אונז, זייט אייך משתתף מיט א טיפ פאר טעלי וואס רייסט זיך אוועק פאר אידישע ברודער צוצושטעלן אינפארמאטיווע רייכע, אידישע, אומצענזורירטע, קאנטענט און לאז אים אויך קענען מאכן א דאלער.

באמת יעדע דאלער מאכט אויס!
אויב דו קענסט, שרייבן איז אנדעררעיטעד מאך עס ווערט אונזער צייט.
מיין קעשעפפ

פארוואס גייט א סטאק ארויף? | חלק ב'
Earnings earnings earnings

די בעסטע סיבה פארוואס א סטאק גייט ארויף האט צוטאן מיט פיינענשל'ס.

נעם אזא קאמפאני ווי קאסטקאו; ס'איז זייער א רעזיליענט ביזנעס מיט אסאך קאסטומערס, אסאך גוט גייענדע פראדוקטן און אסאך קעש, וואס ס'גייט זיין איבעראיאר ווייס איך נישט. אבער וואס איך ווייס יא איז אז קאסטקאו האט זיך מיר ווי געטאפלט אין קארגע 8 יאר. אין 2014 פון 115 ביליאן אין רעוועניו צו 231 ביליאן אין 2022

דאס איז א נישט נארמאלע שנעלע דערגרייכונג. נישט אז יעדער מוז צילן צו דעם, אבער אז מ'האט דאס באוויזן מיינט עס גאר אסאך, און ווייזט אויף קלוגע מענעדזשמענט החלטות.

מ'וועט נאך רעדן אויב די עולם וועט אפרישיעטן און מיך שטיצן וועל איך מסביר זיין די rule of 72 וויאזוי צו טרעפן גוטע מציאות און "פאטענשעלי" ביט'ן די מארקעט.

יעצט אן ארייקריכן אין די גאנצע אינטרינסיק וועליו תורה, מ'וועט נאך רעדן... (זעה די פריערדיגע שורה) די פוינט דא איז אזא קאמפאני איז ווערט צו האלטן אן אויג אויף און ווען זי מאכט א מאוו איז עס אנדערש ווי ווען א יונגערע נישט פראפיטבל קאמפאני מאכט א מאוו. וואל סטריט קוקט אויף די ליין אייטעם'ס מיט זיבן פארגרעסערונג'ס גלעזער.

וואס מ'מוז פארשטיין איז אז מ'קען אייגנטליך אינוועסטיגעיטן א ביזנעס, און וויסן זאכן איבער די ביזנעס וואס די דורכשניטליכע מענטש ווייסט נישט און טראכט נישט, און אזוי ארום ווען ס'קומט צו אינוועסטירן, ביזטו טויזנטער מאל מער קאנפידענט אדאנק דיין וויסנשאפט און דאטא וואס דו האסט ארויסגעקליבן פון די אלע אנדערע ביזנעסער וואס זעען אויס אויבנאויפיג אויפן ראבינהוד אייניג, וואס דרייווט דיין החלטה צו קויפן און רעזיסט דיין אימפולס צו פארקויפן.

פארדינסטן איז key. טראכט אריין, גייט מיר נישט אן ווער דו ביזט און ווי נישט מבין דו האלסט דיך איבער די נושא, זיי נישט אזוי קליין ביי זיך מיין פריינט, אויב איך קום צו דיר אנבאטן צו ווילסטו זיין מיין געלט שותף פאר מיין סטעיקהאוז וואס כ'האב מיר געעפנט אויף די וועסט סייד וואס איז "משיגע ביזי", גייסטו מיך נישט טראסטן אויפן ווארט אז איך בין טאקע באגלייבט, וועסט פשטות מאכן די בעסיק due diligence אויף מיר; מיט וועם איך האב שוין געהאנדלט, וועסט זיך אינטערסירן צו מיין ביזנעס פארדינט טאקע געלט צו נישט; וועסט זיך אנריקן unannounced און באשטעלן די בעסטע זאך אויף די מעניו; וועסט דארט אויספארשן א דריי פיר מענטשן צו הערן וואס זיי האלטן אויף די קאסטומער סערוויס און פוד קוואליטי וכו'. וועסט אונטערנעמען די אלע סטעפס געוואר צו ווערן ווי מער איבער די ביזנעס אונטער די מענטש פאר דו לאזסט זיך אריין מיטן מענטש אין א קאנטראקט. מ'גלייבט נישט סתם אזוי אויף נאמנות.

יעצט, יעדע סטאק איז א ביזנעס, "איז דעס געמבלינג" כ'האב געהערט פון מיין באב'ן אז די סטאק מארקעט איז א געמבל...

ניין און נאכאמאל ניין!

סטאקס זענען שטיקלעך פון א עכטע ביזנעס, סטאק'ס זענען נישט לאטערי טיקעט'ס. ווען די ביזנעס מאכט געלט גייט די סטאק מאכן געלט.

און ווידעראום פארקערט ווען די ביזנעס פארלירט, וועט די סטאק אויך געווענטליך פארלירן.

אויב די קאמפאני דעליווערט שיינע פראפיטס, לאנטש'ט נייע פראדוקטן צו סערוויס'עס, אדער קריכט אריין אין א נייע מארקעט דאס ברייטערט געווענליך אויס נייע מארקעט שעיר פון די קאמפאני וואס פרודצירט אין ריטורן העכערע פארדינסטן און דערפאר א וויכטיגע ווארט צו וואס מ'האלט אין איין זיך צוריקערן: CASHFLOW דאס איז געלט וואס פארבלייבט נאך וואס אלע פארדינסטן חובות און טעקס אויסגאבן זענען שוין דידאקטעד פון די רעוועניו, דאס מיינט אז די ביזנעס האט עקסעעס געלט וואס זי דארף נישט אנצוגיין, אמאל נעמט מען די איבריגע געלט און מ'פארטיילט דערפון אינטרעסט פאר שעירהאלדערס אלס שכר פון געטרויען די קאמפעני מיט אייער געלט, און אמאל אינוועסטירט דאס די קאמפעני גלייך צוריק אינעם ביזנעס אריין.

ווען דאס געשעהט, קען די סטאק גיין זייער ווייט ווייל ערנסטע מאגנאטן, וואל סטריט העדזשפאנד מענדזשער'ס וואס שפילן מיט גרויסע נומבערס פון פריוואטע קליענטן ליינען דאס און ס'געפעלט זיי די קאמפעני, מארשירן זיי אריין אין די ספעציפישע סטאק מיט הונדערטע טויזנטער שעיר'ס, אין אנדערע ווערטער זיי רעכענען זיך מיט דעם, אפשר דער נארישער טיק טאקער פון פערצן וואס ווייסט נישט קיין סך נישט, אבער די מענטשן וואס ווייסן באמת וויאזוי די סיסטעם ארבעט קוקן אויף דעם און ס'איז מבחין די סטאק פון אנדערע שוואכערע. דאס איז טאקע א שטארקע סיבה פארוואס אילאן'ס טעסלא איז א פלאץ פון קאנטראווערסיע ווייל וואל סטריט האט עס כסדר אוועקגעמאכט און מיט רעכט, ווייל ווי גרויס זיינע חלומות און הייפ איז נאר געווען און אין 2020-2021 האט זיין טעסלא סטאק נישט געהאט קיין פרוטה אין קעש, האבן זיי עס אוועקגעמאכט און געהאלטן אז ס'איז אויפגעבלאזן וכך הווה, די בעלאן האט זיך אויסגעלאזט און ס'האט זיך גענומען טראסקען בארג אראפ. דאס מיינט אבער נישט דוקא אז די קאמפעני פארמאגט נישט קיין פראמיסינג פיוטשער, ס'מיינט נישט אז מ'וועט נישט פארקויפן איין טאג 10 מיליאן טעסלא קאר'ס און טראק'ס און אז סמארט טעכנאלאגיע איז נישט באטעמ'טער צו דרייוון, אבער פאקטיש אלס א פערפעקט סטאק הייסט עס שלעכט צוליב די ארימע פונדעמענטלס.

אזוי צו אזי. די גאנצע מארקעט איז א פענדעלום וואס קויפט פון פעסימיסט'ס און פארקויפט צו אפטימיסט'ס. און במציאות איז אייביג דא די פאראנויד מענטש וואס זוכט נאר אייביג די נעגעטיוו, און פון די אנדערע זייט פונעם טרעיד, די אפטימיסטישע מענטש וואס בעט גוטע צייטן אויף די מארקעט און קויפט אריין אין קאמפאני'ס. נאר די 2 מענטשן דארפן נישט וויסן איינער פון צווייטן, ווייל די טרעיד געשעהט אין אונטער א סעקונדע...

שטעלט זיך די פראגע פון ווי קען מען וויסן וואס די קאמפעני טוט?

איז דא א זאך ס'רופט זיך א earnings call די יאר איז צוטיילט אין 4 קווארטלען quarters און וויבאלד ס'איז א פובליק קאמפעני וואס יעדער צרוע און אויך זב קען אינוועסטירן אין דעם, הייסט די SEC די רעגירונג אגענטור אויף אלעס סטאק'ס והמסתעף - אז יעדער קאמפעני מוז ארויסגעבן זייערע פארדינסטן און יעדער זאל עס קענען דורכגיין, און אזוי קען כל הקהל הקודש אפמאכן א דזשאזשמענט צו זאל מען אריינקויפן צו נישט. און ווער ס'פאלגט נאך ביזנעס נייעס קען טרעפן די באריכטן וואס ווערט פובליצירט קווארטליך יעדע 4 מאנאטן.

אויב פילט איינער גרייט פאר דעם, מ'קען דאנלאודן אן עפפ quartr ווי מ'קען הערן די "פארדינסטן רופן" ווי מ'קען געוואר ווערן אלעס וואס טוט זיך אפ בין כותלי האקארפארעישן ——


א גוטע דוגמא פון דעם איז Boeing וואס כ'האב געקויפט אנהייב קאוויד, און געזיצן א 2 יאר, און למעשה איז עס געווארן א ערגערע קאמפאני אינצווישן (און וואס איך ווייס היינט וועגן זיי וואלט איך נישט געקויפט קיין פעני) א שטיק צייט האט עס ריקאווערט אבער פאר דער וואס האט עס געקויפט פרי-פענדעמיק ביי די peak זיצט נאך אלס אין א מיינוס! און ס'הייסט א בלו טשיפ וואס מיינט זייער א "רילייעבל סטעביל סטאק" מיט ווייניג ריסק.
get it? נישט נאר וואס יענער האט נאך קיין פראפיט נישט געזעהן דערפון ער האט נאך דערלייגט און זיין חלום פון מאכן דא א דאלער האט זיך אויסגעלאזט מיט נישט.

עדיט: כ'האב יעצט גע'ראנט א פעיפער טרעיד פון באואוינג ווי כאילו כ'האב עס געקויפט אין 2019 פאר 366 א שעיר די סטאק איז יעצט ווי ס'האט געהאלטן אזוי סמעק אינמיטן קאוויד. (153) טענה'ט דער בעל הטרעידער הזעצער, אז כ'בין דאון נעגעטיוו 630 דאלער און אנגעקאקט 57%, הערסט? אין א קאמפאני וואס הייסט א "סעיף" "בלו טשיפ" קאמפאני.

איך האף אז איר זעהט יעצט איין אביסל קלארע די וויכטיגקייט פון טוהן ריסורטש און זיך באקענען פון די נאנט מיט די אינערליכע ניואנסן און פארשטאנד פון א ביזנעס וואס איר קלערט צו אינוועסטירן.

אז דו האסט הנאה און די אינפארמאציע האט דיר מחזק געווען, געבוסט דיין קאנפידענץ אין סיי וועלכע וועג זייט שטיץ מיר מיט א טיפ פאר טעלי וואס רייסט זיך אוועק פאר אידישע ברודער צוצושטעלן אינפארמאטיווע רייכע אידישע קאנטענט.

מ'קען שיקן אנאנים אויף קעשעפפ
 
די אינפארמאציע וואס די ווייסט יעצט וועגן באוינג איז געווען פובליק אין 2019?
 
די אינפארמאציע וואס די ווייסט יעצט וועגן באוינג איז געווען פובליק אין 2019?
ס'האט זיך אנטוויקלט דעמאלטס, כ'מיין אז יא. נישט אז כ'וואלט עס מיטגעהאלטן, היינט אבער וואלט איך געמעגט איז מיין פוינט.
 
מסכים, פאר די געווענליכע מענטש (קרעמל האט געווענליכע מענטשן?) איז עס גוט צו גיין מיט דעם און שוין.

אבער, מ'דארף וויסן אז וואל סטריט האט אן אגענדע דיר צו האלטן אין די S&P 500 מיט זייערע אווערפרייסד און אנדערדעליווערינס מיוטשעל פאנדס, איך פיר א מלחמה מיט דעם.

אויב וויל מען זיך אריינלייגן אין דעם ווי א וואלאזשינע בחור אין תורה, איז דא אסאך אסאך בעסערס. נאר אויב מ'וויל עס דורכאקערן, און ס'איז נישט שווער, ס'קוקט אויס, ס'נעמט נאר א יאר צוויי נישט קיין סך.

אבער אפילו אין די index fund וועלט איז דא פלענטי בעסערע זאכן צו דייווערספייען, למשל א קאנסטראקשן אי טי עף, א טראקינג אי טי עף, וואס איז שלעכט מיט זיי? סתם ווייל זיי האבן נישט זוכה געווען צו זיין פון די 500 תלמידים??
דאטא צייגט אז די עס פּי פייוו האָנדערט האט איבערגעשטיגן כמעט אלע פאנדס אדער חכמים וואס וועלן זיך וועלכע סטאק אריינצולייגן אין. ספעציעל ווען מ'רעדט פון לענגערע שטרעקעס פון אסאך יארן. אפי' ווארען בּאָפעט האט א האַרד טיים איבערצושטייגן די עס פּי פייוו האָנדערט. סייענטיפיש און מאטעמאטיש אנטהאלט די עס פּי פייוו האָנדערט א רעפרעזענטאציע פון די גאנצע מארקעט און דאס איז וואס די מארקעט פארדינט. כמעט אלע מענטשן וואס זענען אויבער חכמים קומען נישט נאר ארויס מיט ווייניגער ווי די עס פּי פייוו האָנדערט, נאר כמעט אינגאנצן אן די הויזן.

וואל סטריט שטיפט נישט קיין אינדעקס פאנדס. ביז אפאר יאר צוריק האבן זיי נאך פרובירט צו מארקעטן אז זיי קענען ברענגען מער. אבער ס'איז לימיטירט ווילאנג לגיונות קענען אנגיין אינמיטן העלן טאג. זיי האבן לעצטנס איינגעגעבן און די אינדעקס מהלך פשוט ווייל די פארלאנג איז געווען אזוי גרויס אז די קליענטן האבן איבערגעלאזט אלע וואל סטריט פירמעס פאר די פאר אינדעקס קאמפאניס.

די איינציגסטע וועג וויאזוי מ'קען אפשר בייקומען די טאטאל מארקעט ריטורן איז אפשר אויב מ'לייגט זיך אריין ראשו ורבו פול טיים. אבער פאר די זעלבע צייט קען מען אויך טוהן סיי וועלכע אנדערע ארבייט און פארדינען אפי' מער.... מיט א פיל גרעסערע שאנס פון באמת פארדינען.

איך בין נייגעריג צו דער וואס מאכט אזוי אוועק די עס פּי פייוו האָנדערט האט אדורך געטוהן די היסטאריע, סייענס, און דאטא וואס ווייזט די מציאות.

איך וואלט רעקאמענדירט.
דזשעק בּאָגעלס ביכער.
רענדאם וואלק דאון וואל סטריט.
פעסט ענד סלאו פון דניאל כהנעמאן.

די צד לטובת איז צו קאַנווינסינג.
 
דאטא צייגט אז די עס פּי פייוו האָנדערט האט איבערגעשטיגן כמעט אלע פאנדס אדער חכמים וואס וועלן זיך וועלכע סטאק אריינצולייגן אין. ספעציעל ווען מ'רעדט פון לענגערע שטרעקעס פון אסאך יארן. אפי' ווארען בּאָפעט האט א האַרד טיים איבערצושטייגן די עס פּי פייוו האָנדערט. סייענטיפיש און מאטעמאטיש אנטהאלט די עס פּי פייוו האָנדערט א רעפרעזענטאציע פון די גאנצע מארקעט און דאס איז וואס די מארקעט פארדינט.

זה לא נכון. יא ס'איז א גרויסע בענטשמארק דאס יא. די גאנצע מארקעט? שרעקליכע גוזמא, ס'איז נאר צען פראצענט פון אמעריקע זעלבסט. וואס איז 500 קעגן 5000? גארנישט. נישט אז איך מאך אוועק יענע 500 דאנט געט מי ראנג כ'האב אסאך פון זיי אין מיין האלדינגס

די גאנצע איז א גוזמא. ס'איז פארהאן א ריזיגע וועלט, פון מארקעט'ס פון איבער 43,000 סטאקס אלטוועטליך, valued at 109 trillion די סטאק מארקעט שטעלט זיך אינגאנצן נישט אפ אין אמעריקע אויך נישט. למשל וואס איז שלעכט מיט the commonwealth bank of Australia וואס האט פארדינט 10.79% אין די לעצטע 20 יאר?
כמעט אלע מענטשן וואס זענען אויבער חכמים קומען נישט נאר ארויס מיט ווייניגער ווי די עס פּי פייוו האָנדערט, נאר כמעט אינגאנצן אן די הויזן.
אזוי פלעג איך נאכזאגן, ביז כ'האב געלערנט פון בעסערע מקורות ווי מורינו ר' ווארען, אזוי מיינסטו.
די אמת איז אבער סטאק'ס איז א געים פון טשעס נישט פויקער, דער וואס שפילט די בעסטע געווינט. ניין נישט קיין דעי טרעידן למינהם, אבער ווארען באפעט איז נישט קיין גאט, ער איז בסך הכל א שפילער אין ריזן געים ווי יעדער רוקט זיינע שטיקלעך לויט וויאזוי זיי ווילן און קלערן מארגן וועט דיין די ווינט. איינער איז ראנג און איינער איז ריכטיג. און א דריטער זיצט אין די S&P און ביט די בענק אקאונט'ס אבער פארלירט די העכערע געין'ס - אפורטוניטי'ס וואס וואלגערן זיך איבער אלעמען'ס קעפ און עולם גולם זאגט נאך קיינער קען נישט ביטן, איך ביט עס! אן טרייען.

גראדע ביט איך.
וואל סטריט שטיפט נישט קיין אינדעקס פאנדס.
זיי שטופן אינדעקס, זיי שטופן מיטושעל, זיי רעכענען אויף דעם פי'ס וואס נעמט אראפ א פראצענט און אמאל מער פאר טעקס האק מיר נישט אין טשייניק איך קען די ביזנעס
ביז אפאר יאר צוריק האבן זיי נאך פרובירט צו מארקעטן אז זיי קענען ברענגען מער. אבער ס'איז לימיטירט ווילאנג לגיונות קענען אנגיין אינמיטן העלן טאג. זיי האבן לעצטנס איינגעגעבן און די אינדעקס מהלך פשוט ווייל די פארלאנג איז געווען אזוי גרויס אז די קליענטן האבן איבערגעלאזט אלע וואל סטריט פירמעס פאר די פאר אינדעקס קאמפאניס.

די איינציגסטע וועג וויאזוי מ'קען אפשר בייקומען די טאטאל מארקעט ריטורן איז אפשר אויב מ'לייגט זיך אריין ראשו ורבו פול טיים. אבער פאר די זעלבע צייט קען מען אויך טוהן סיי וועלכע אנדערע ארבייט און פארדינען אפי' מער.... מיט א פיל גרעסערע שאנס פון באמת פארדינען.
מ'מוז נישט פול פול טיים, אבער יא אביסל מער אקטיוו, מ'הערט א ערנינגס קאל, מ'ליינט א בעלענס שיט, מ'ראנט סיניראיו'ס פארשינדס. ביטע אישי מיר ווי מ'קען פארדינען 36 פראצענט א יאר אין אן אנדער ביזנעס איך לויף שוין אהין. אבער מיט א סטעפ ביי סטעפ פראצעס נישט סתם איין בר מזל. מיין מהלך איז נישט מיין כשרון איך פאלוי דוקא שטרענגע גיידליינס טאקע ווייל די מארקעט קען מען סטראטידזשייזן
איך בין נייגעריג צו דער וואס מאכט אזוי אוועק די עס פּי פייוו האָנדערט האט אדורך געטוהן די היסטאריע, סייענס, און דאטא וואס ווייזט די מציאות.

איך וואלט רעקאמענדירט.
דזשעק בּאָגעלס ביכער.
רענדאם וואלק דאון וואל סטריט.
פעסט ענד סלאו פון דניאל כהנעמאן.

די צד לטובת איז צו קאַנווינסינג.
איך האב עס אוועקגעמאכט? האסט אפגעלערנט פאלש פשט, אפשר האב איך נישט גוט ערקלערט. איך זאג ס'איז דא א גרויסע וועלט, סיי דעס און סיי דעס. יעדער מיט זיין ריסק טאלאראנס. כ'האב גארנישט קעגן די ביכער בכלל שכח פארן ברענגען!
רענדם וואלק אויף וואל סטריט איז נישט קיין בלינדע עס ענד פי באפעט פאנאטיק גראדע, ווי א חסיד פון דוד'ל סקווירא'ער.... ער האלט זייער פון דייווערספיקעישן און באפעט ממש נישט, דו האסט אויך ליב צו רעדן גרויס, ענטפער א סימפל שאלה פארוואס האט ער געמאכט זיין ערשטע ביליאן נאך די זעקס און פופציגסטע געבורטסטאג? ווען ער האט אנגעהויבן אין כתה ז'?
 
די גרויסע גדול הדור באפעט.:ROFLMAO:
Sure! Let's compare the annual returns of Peter Lynch and Warren Buffett during their peak periods as fund managers.

Peter Lynch managed the Fidelity Magellan Fund from 1977 to 1990. During his tenure, he achieved an impressive 29.2% annual return.

Warren Buffett, on the other hand, has been managing Berkshire Hathaway since 1965. Over the long term, Buffett's annual return has averaged around 20%.

While both investors have had remarkable track records, Lynch's annual return was higher during his peak period. However, Buffett's consistent performance over a longer period is also incredibly impressive.

Do you have a favorite between the two?
 

פאר מענטשן וואס ווילן נישט דייקא ליינען און ווילן א סטרעיט פאוערד נא-בולשיט מהלך צו אינוועסטינג הערט דעם שיעור פאר א ביגינער גייד צו אינוועסטירן אין די מארקעט. עשה לך רב.
 
איך ביט עס! אן טרייען.

גראדע ביט איך.
דו טוסט "ביט'ן" דו s&p500 אקעי. אבער ווי א לאנגע צייט אפשניט?

קיינער קומט נישט זאגן אז מען קען נישט מאכן אסאך מער ווי 10 פראצענט. אסאך מענטשן מאכן יא. נאר וואס דען, מ'רעדט פון קאנסיסטענד. פאר גאנצענע decades.
 
די גרויסע גדול הדור באפעט.:ROFLMAO:

Peter Lynch managed the Fidelity Magellan Fund from 1977 to 1990. During his tenure, he achieved an impressive 29.2% annual return.

Warren Buffett, on the other hand, has been managing Berkshire Hathaway since 1965. Over the long term, Buffett's annual return has averaged around 20%.
דו קענסט נישט פארגלייכן 13 יאר פון פיטער צו 60 יאר פון באפעט.

ס'איז דא מענטשן וואס מאכן 50 פראצענט אין א יאר. גייסט דאס פארגלייכן צו 20 פראצענט פאר זעכציג יאר צייט אפשניט? 20 פראצענט איז א מעכטיגע נאמבער!
 
איז דא אן אינדעקס וואס נעמט אריין אלע קריפטא אויף ראבינהוד?
 
די גרויסע גדול הדור באפעט.:ROFLMAO:
Sure! Let's compare the annual returns of Peter Lynch and Warren Buffett during their peak periods as fund managers.

Peter Lynch managed the Fidelity Magellan Fund from 1977 to 1990. During his tenure, he achieved an impressive 29.2% annual return.

Warren Buffett, on the other hand, has been managing Berkshire Hathaway since 1965. Over the long term, Buffett's annual return has averaged around 20%.

While both investors have had remarkable track records, Lynch's annual return was higher during his peak period. However, Buffett's consistent performance over a longer period is also incredibly impressive.

Do you have a favorite between the two?
פּיטער לינטש איז נישט קיין ראיה אדער א קאמפעריסאן מיט בּאפפעט. פּיטער לינטש איז געווען אויפן פאנד פאר בלויז דרייצן יאר און ס'געווען גוטע יארן. קיינער האט נישט געהערט פון איהם נישט פארדעם און נישט נאכדעם. אויך בּאפפעט האסטו א גוטע 65 יאר דערווייל. ס'איז א גרויסע נפקר מינה.

אויב איז עס פאר פּיטער לינטש געגאנגען אזוי גוט און ס'איז איהם געווען אזוי גרינג טאָ פארוואס האט ער אפגעפיצט אין זיין peak תקופה? פארוואס האט ער נישט ממשיך געווען?

איך בין גראדע נישט קיין גרויסע בּאָפפעט חסיד. נאר דא איז עס אריינגעקומען אלס א גוטע ביישפיל.
 
איך קען נישט אויף איינמאל ציטירן אזויפיל און רעספאנדן. אבער לאמיר אנפאנגן פון די ערשטע. די עס פּי פייוו האָנדערט איז טאקע 'נאר' פינף הונדערט פירמעס. וואס איז 'בלויז' ארום צען פראצענט פון די אמעריקאנער צאל פאבליק פירמעס, אבער צו גיין מיט די נומער פון פירמעס איז א גראבע אמעראצעס, פשוט ווייל אין א עכטע חשבון דארף מען קוקן אויף די מארקעט קעפּ. און באזירט אויף אזא אקוראטע חשבון איז די עס פּי פייוו האָנדערט א רעפרעזענטאציע פון 'אכציג' פראצענט פון די אמעריקאנער מארקעט. וואס איז כמעט די זעלבע ווי קויפן די גאנצע פינף טויזנט פירמעס. ממילא קומט אויס אז דו דרייסט סתם א קאפ...

והראי' אויב וועסטו קוקן אויף די רעטורן'ס פון טאטעל מארקעט אין קעגנווארט פון די עס פּי פייוו האָנדערט וועסטו זעהן אז ס'איז ממש די זעלבע.

גראדע האב איך געניצט די עס פּי פייוו האָנדערט ביישפיל פשוט ווייל ס'איז מער באקאנט. פערזענליך האלט איך איז מער ראטזאם א טאטעל מארקעט אינדעקס. אבער למען ה'ארגומענט מאכט עס נישט קיין נפקא מינה.

בּאַדעם ליין. סייענטיפיש איז נישט עכט שייך צופיל מער דייווערסיפיטאציע ווי עס פּי פייוו האָנדערט, אבער ווער ס'טוהט טאטעל מארקעט איז יוצא כל הדיעות.
 
קען זיין אז דו בּיעטסט די עס פּי פייוו האָנדערט, אבער דאס איז אנאקטאדעל. ס'מיינט נישט גארנישט. וויבאלד מ'קען עס נישט רעפּליקעיטן מיט אז איבעגעוויזענע מהלך.
 
Back
Top