די סטאק מארקעט וועלט

BOEING

איך רעד זיך איין אז באוינג Boeing גייט עווענטועל צוריק ארויפשיסן צוליב עטליכע סיבות.

1) וויבאלד מען וועט פארגעסן פון די סקאנדאלן.

2) אמעריקע וועט זיכער מאכן אז באוינג בלייבן א שטארקע פירמע. באוינג איז איינס פון די סימבאלן פון אמעריקע. סיי אלס די עראפלאנען פראדאצירער, און סיי טעקניקלי איז עס א גרויסע עקענאמישע פאקטאר פאר אמעריקע.

3) 70 פראצענט פון באוינגס איינקומפט (אדער אפשר קאנטראקטס) איז פון די אמעריקאנער מיליטער. דאס הייסט עראפלאנען און טעכנעלאגיע פארן אמעריקאנער מיליטער.

באמת האב איך נישט אדורעכגעטון פונקטליך די נומערן פון באוינגס סטאק. דאס הייסט איך בין נישט באקאנט צו ס'איז אפשר ביז יעצט געווען איבערגעטריבן טייער, און אפשר פשוט יעצט מיט די אלע סקאנדאלן טוט זיך עס באלאנסירן.

וואס זאגט דער עולם? איך פרעג אויפן לאנגע טערמין, צענדליגער יארן.
 
Back
Top