- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,143
- רעאקציע ראטע
- 2,739
- פונקטן
- 433
כ״א כסלו איז גיווארן א חג גאולת רבינו פון די ערשטע סאטמאר רבי אפצוצייכענען די טאג ווען דער
רבי איז ניצול גיווארען פון די נעגל פון רוצח׳ישע נאצי
קאלאבאראנטען, און ער איז אהנגיקומען צו די שווייץ,
אין די ערשטע יאהרן ווען מען האט חוגג גיוועהן די
טאג, זענען דאך נאך גיוועהן פון די יידן וואס האבען אויך איבער גילעבט די השמדיות,און רציחות,האבען
זיי זיך אויך געפיעלט א שותף צו די שמחה, און עס איז גיוועהן אן עמאציאנעלער יום הזכרון מיט א הודאה און תפילה , פאר די היינטיגע דור איז עס א טאג פון הודאה פאר די הצלה פון די רבי - וואס איז
גיוועהן א פערזענליכקייט -יחיד בדורות- מיט זיין כח
השפעה און ענערגיע פון אינספירירן אנדערע, מיט די נאטור פון החרש והמסגר פון יהויכין ,ווי די תלמוד זאגט ,כיון שפותחים את פיהם לדבר הכל סוגרים את פיהם , על כל פנים אין פראנט פון איהם האט מען זיך געפיעלט בטל , און וויי איז גיוועהן פאר איינעם וואס האט פרובירט מפלפל צו זיין אדער מפקפק צוזיין בפניו אויף זיינע מסקנות,
כולי עלמא מודי אז ער איז גיוועהן כדאי לעצמו צו האבען זיין שיטה .
עס איז ידוע אז איינע פון זיינע עיקרי פעולות זענען
די שארפע ווערטער וואס ער האט גיזאגט קעגן מדינת ישראל , און ער האט מבאר גיוועהן זיין דעה
אין די ספר ויואל משה , עס איז שוין אדורך בערך 70 יאהרען זייט די פאבלישינג און פילע מסקנות פון די ספר זענען ארקעיק און אואט אף דעיט , און לאידך גיסא איז נאך דא דארט וואס איז נאך אלץ רעלעוואנט,
יעצט צו דער מצב פון די יישוב אין מדינת ישראל ווי עס וואוינען איבער זיבען מיליאן יידן, און מען דארף אהנקומען זיך צו באשיצען פון די כל גוים אשר סבבונו להרוג ולאבד את כל היהודים ( זיי האבען נאך די מסורה פון די מופטי, וואס האט זיך עטליכע מאהל גיטראפן מיט היטלער, און איהם געמוטיגט צו
בויען די ג’אז קאמערן ווי מען האט אויס גימארדעט אונזערע עלטערן ) און די שכנים פון ארץ ישראל וויסען אז די יידן טהוען זיך באשוצען מיט כלי מלחמה ותכסיסים וואס זיי זענען נישט אומשטאנד אונטער צוברענגען, האבען זיי זיך גענומען צו די סאושעל מידיא און אלע מיטלען וואס עקזיסטירען, צו
פאראפאגאנדירן מיט אלע מיני בלבולים און פעלטשונגען אויף די יידן,מעורר צוזיין שנאה און אהנצו זייען די שיטה פון אנטיסעמיטיזם,מיט אלע אירע אומווירדיגע מסקנות , און קיינער ווייסט נישט צו וואס דאס וועט אהנקומען, מען דארף רחמי שמים-
ווייל די אומות זענען אלץ גרייט מקבל צוזיין לישנא בישא און ליכול קורצא בי מלכא מיט תוצאות מי ישורנה-,פארשטייט א בר דעת אז מען איז מחוייב זיך ארויס צושטעלן קעגן יעדע אויס דרוק וואס האט א ריח פון שנאת ישראל, אז ווען עס איז נאך באבה, אין איטס אינפענסי,
זאל מען עס דערשטיקען און נישט פארשווייגען , אבער גיבען חיזוק פאר א שונא ישראל איז מאן דכר שמיה,
איז א פלא והפלא, אז די היינטיגע סאטמאר רבי׳ס
האבען גיהאט די העזה און מיט א גלייכגיטיקייט האבען זיי צו גילאזט אז זייער פאליטישענס זאלען ברענגען די מעיאר-עלעקט מאנדאני, צו די כינוס פון כ״א כסלו, און מען האט איהם אפלאדירט און צוגיטהיילט כבוד מלכים, אינדערצייט וואס עראיז א סימפאטיקער און שטיצער פון די שונאי ישראל, וואס זייער שאיפה איז ארויס צוטרייבען די יידן פון ארץ ישראל מיט די אלע ביטערע קאנסעקווענצן , אויף דעם זאגט די תלמוד פון משלי - משיב חכמים אחור ודעתם יסכל .