האחיכם ילכו למלחמה ואתם תשבו

איך האב נישט געזאגט װאס מײן עימדה איז; איך האב נאר פרובירט צו ערקלערן די שטעלונג פון די פרעספעקטיװ פון דער רמב"ם און פון א קוק-װינקל װאס לײגט זיך ארײן אין זײנע שיך, עט-ליעסט בנוגע די ספעציפישע נושא.
 
עס קומט זיך אן עקסטערע אפהאנדלונג איבער די מציאות פון די פרייע היינט צי זיי זענען בכלל תינוקות שנשבו, (און דאס וואס @קץ דוחק שרייבט איז לדעתי אויך נישט א טענה)
בכל אופן ברענגסטו (@אלטע שרייבער ) צי די רמבם אז מ'זאל זיי ציען צי די תורה מיט 'דרכי שלום' צי שטיצן דיינע ווערטער... דאס איז א שארפע שיפט פון דיינע ווערטער:
און פאר דעם דארף מען זיי באקעמפן פונקט ווי די צאר אין רוסלאנד.
דאס איז גאנץ שארף...
וחוץ מזה ווי ווייט איך ווייס ניצט מען דעם טערמין 'שמד' ווען איינער 'צווינגט' די אידן עובר זיין אויף די תורה.... נישט די מציאות פון 'אסאך אידן' וואס זענען נאכגעשלעפט געווארן פון די גויאישע גאס

אלנפאלס פון די ווערטער וואס מ'הערט צימאל פון אנ"ש און ריכטונג די פרייע גאווערמענט אין ארץ ישראל קוקט עס אויס ווי געוויסע מיינען אז ביבי נתניהו צי יאיר לפיד זענען געווען חברים מיט זיין טאטע/זיידע אין חדר.... ר' איד! דער איז שוין פריי פאר דורות און ער ווייסט ניטאמאל וואס די ווילסט פון זיין לעבן האבן.... כאפסט וואס איך מיין??
 
נאך עפעס, ס'מאכט נישט סענס אז די רמב"ם זאל אױך רעדן פון ביבי נתניהו אדער אנדערע װאס שטײען בראש פון די רעגירונג און ער זאל זײ אױכעט אָנרופן תינוקות שנשבו װײל שוּרלי האבן זײ די מעגליכקײטן און די רעסורסן פון זיך עדיוּקײטְן איבער די אמת'דיגקײט פון די תורה לעומת װאס מען האט זײ געלערנט אינדערהײם און פונדעסטװעגן דאך טועהן זײ עס נישט. אמת ס'קומט זײ נישט קײן מיתה אבער תינוקות שנשבו זענען זײ נישט.
נישט אזוי פשוט , ווייל אז מען קאנסידעררט יענעמס
חינוך מנעוריו און ווי אזוי ער פיהרט זיך לגבי מקיימי
מצוות ושומרי תורה , איז ער פילייכט בגדר ועמך כולם צדיקים , אל תהי דן יחידי שאין דן יחידי אלא אחד ,
 
דו רעדסט יעצט פון א הומאניסטישע פערספעקטיװ אדער פון דער פערספעקטיװ פון דער רמב"ם?
 
דו רעדסט יעצט פון א הומאניסטישע פערספעקטיװ אדער פון דער פערספעקטיװ פון דער רמב"ם?
די ראציאנאל פון רמב״ם וואס נעמט ארויס די קינדער פון די קראים פון דין מין,און ער לייגט
זיי אריין בגדר תינוקות שנשבו , די זעלבע הסבר
איז חל,און מיט דארף עס עפלייען, אויף די
וואס זענען נתחנך גיווארן מיט חילונים,און זיי
זענען כהיום מנהיגים , ווי אזוי מען דארף זיי
אפשאצן איז נישט א דבר פשוט.
. עס קען זיין איינער וואס ער פיהרט זיך
נישט מיט די הלכה ומצוה,אבער לפי ערכו איז ער
יקר מפנינים, און מען דארף עהם מכבד זיין ,
אליהו האט דאך מכבד גיוועהן אחאב, ווי דער פסוק
זאגט, ויד ה׳ היתה את אליהו וישנס את מתניו וירץ
לפני אחאב , אין ספר ויואל משה, האט א לענגערן
ביאור אז אחאב כאטש ער איז גיוועהן עובד עבודה
זרה , האט ער מכבד גיוועהן תורה און אליהו הנביא
האט עהם נוהג כבוד גיוועהן,אויף אזא אויסער גיוועהנליכן אופן -וישנס את מתניו וירץ לפניו -,
איז ביבי נתניהו , אפשר אזוי ווי אחאב , ווער ווייס
שאין דן אלא יחידי.
 
איך הער, שױן דו האסט אזא אױסגעקרױזט דעם רמב"ם און געלאפן צו אחאב. דער רמב"ם רעדט נישט װען זײ זענען מנהיגים. אבער לא ראינו אינו ראיה. סטיל, בײ דע סאַאוּנד אָף איט איז אחאב פיהל ערגער געװען װי ביבי און דעם ויואל משה'ס רי-רײטינג אָף הים קוקט אױס װי אזא אחרי-מות קדושים אמור.
 
איך הער, שױן דו האסט אזא אױסגעקרױזט דעם רמב"ם און געלאפן צו אחאב. דער רמב"ם רעדט נישט װען זײ זענען מנהיגים. אבער לא ראינו אינו ראיה. סטיל, בײ דע סאַאוּנד אָף איט איז אחאב פיהל ערגער געװען װי ביבי און דעם ויואל משה'ס רי-רײטינג אָף הים קוקט אױס װי אזא אחרי-מות קדושים אמור.
דעס איז דער פוינט, דער ויואל משה פארענטפערט
אליהו , מיט דעם וואס נישטערט און זוכט עפעס מעלות און גדלות אויף אחאב , קען מען זיך אונז
ערלויבען צו זיכען עפעס גוטס אויף ביבי , ער האט
דאך דורות ישרים וחרדים
 
נאדיר די גאנצע רמב"ם



די ערשטע צוויי הלכות זענן די חיוב מיתה פון אן אפיקורס ומומר, און דערנאך קוואליפירט דער רמב"ם אז דאס גילט נישט ביי בני הקראים, מענטשן וואס זענן ליידער אויפגעהאדעוועט ביי תועים, און זיי טאר מען נישט הרגנן. נאר מיר דארפן זיי מחזיר זיין בתשובה עד שיחזרו לאיתן התורה.

ער רעדט בכלל נישט פון חייב אדער פטור מן המצוות. נישט דאס איז די נושא. אבער תוך דבריו זעט מען אז אידן זענן מחוייב זיי מחזיר זיין בתשובה, וואס ווייזט קלאר אז זיי זענן מחוייב במצוות, ווארום איינער וואס איז פטור מן המצוות דארף מען גארנישט טון אז ער זאל טון מצוות. א שוטה מעג ווייטער זינדיגן לארך ימים.
א חרש שוטה זענען אויך פטור מטעם אונס,
א שוטה ווייל ער/זי האט נישט קיין פארשטאנד צו טוהן מצוות, און א חרש האט מען נישט קיין קאמינקאציע קען מען אים/איר נישט אויסלערנען וויאזוי צו היטן תורה און מצוות, די זעלבע ווי א תינוק שנשבה,


סאיז דא א גרויסע מחלוקת, אין די ראשונים און אחרונים, וואס פטור מיינט, געוויסע לערנען אז מ'איז פטור נאר פון די עונש אזויווי די ווילסט זאגן, און אנדערע לערנען אז מ'איז פטור פון צו טוהן די מצות אויך, (איך זעה נישט ווי ס'קומט דא אבער אריין)

די רמב"ם זאגט קלאר נישט ווי דיר, ס'שטייט נישט ב"ד כופין, אזוי ווי ביי א איד וואס וויל נישט איינהאלטן א דרבנן, ס'שטייט אויף נישט אז מ'איז "מחיוב" אים צו מחזיר בתשובה, "ראוי" איז נישט קיין לשון חיוב,

און כדי מ'זאל זיך נישט טועה זיין האט ער אריינגעשטעלט קלארע ווערטער "ולמשכם בדברי שלום" (איך בין דיר דן לכף זכות, אז די ביסט נישט קיין סאטמארער, מסתמא געהערסטו צו א חסידות וואס דרכי שלום מ'מיינט פארברענען יענעמ'ס הויז, ביסט אויך אזא שטיקל תינוק שנשבה)

אוודאי אז די קענסט אויסהיילן דעם חרש אדער דעים שוטה איז עס ראוי צו טוהן, צו אוועק נעמען די אונס פון יענעם, אונסא כמאן דלא עביד אמרינן,


שוין אונז זעמער פארקראכן, די מדינה זיכט נישט צו שמד'ן קיינעם, פארקערט ס'איז א דעמאקראטיע וואס העלפט יעדעם איינעם נישט קיין חילוק וואסארא רעליגיע יענער איז, ס'איז טאקע דא אינדיווידועל מענטשן וואס זוכן אפצופארן די ערליכע אידן אהער דאס האט נישט מיט די מדינה, פונקט ווי אין אמעריקע אדער סיי ווי,

רוב גדולים האלטן אז מ'דארף מתפלל זיין פאר די חיילים, און מ'דארף זיי געבן רעספעקט.
 
נאך עפעס, ס'מאכט נישט סענס אז די רמב"ם זאל אױך רעדן פון ביבי נתניהו אדער אנדערע װאס שטײען בראש פון די רעגירונג און ער זאל זײ אױכעט אָנרופן תינוקות שנשבו װײל שוּרלי האבן זײ די מעגליכקײטן און די רעסורסן פון זיך עדיוּקײטְן איבער די אמת'דיגקײט פון די תורה לעומת װאס מען האט זײ געלערנט אינדערהײם און פונדעסטװעגן דאך טועהן זײ עס נישט. אמת ס'קומט זײ נישט קײן מיתה אבער תינוקות שנשבו זענען זײ נישט.
סאיז דא קליגער מענטשן אין יעדע רעליגיע, און און יעדע חסידות און קיינער טויש זיך נישט, ווייל מיט דאס זענען זיי אויפגעוואקסן, דאס האט מען זיי אויסגעלערנט,

די רמב"ם רעד נישט דווקא פון קיין שוטה, ער רעדט פונקט אזוי פון קליגע מענטשן, אויס איז דיר דאס נישט גענוג, האבן די היינטיגע גדולים אויך געפסקנט אז זיי זענען בגדר תינוק שנשבה
 
Back
Top