האחיכם ילכו למלחמה ואתם תשבו

איך האב נישט געזאגט װאס מײן עימדה איז; איך האב נאר פרובירט צו ערקלערן די שטעלונג פון די פרעספעקטיװ פון דער רמב"ם און פון א קוק-װינקל װאס לײגט זיך ארײן אין זײנע שיך, עט-ליעסט בנוגע די ספעציפישע נושא.
 
עס קומט זיך אן עקסטערע אפהאנדלונג איבער די מציאות פון די פרייע היינט צי זיי זענען בכלל תינוקות שנשבו, (און דאס וואס @קץ דוחק שרייבט איז לדעתי אויך נישט א טענה)
בכל אופן ברענגסטו (@אלטע שרייבער ) צי די רמבם אז מ'זאל זיי ציען צי די תורה מיט 'דרכי שלום' צי שטיצן דיינע ווערטער... דאס איז א שארפע שיפט פון דיינע ווערטער:
און פאר דעם דארף מען זיי באקעמפן פונקט ווי די צאר אין רוסלאנד.
דאס איז גאנץ שארף...
וחוץ מזה ווי ווייט איך ווייס ניצט מען דעם טערמין 'שמד' ווען איינער 'צווינגט' די אידן עובר זיין אויף די תורה.... נישט די מציאות פון 'אסאך אידן' וואס זענען נאכגעשלעפט געווארן פון די גויאישע גאס

אלנפאלס פון די ווערטער וואס מ'הערט צימאל פון אנ"ש און ריכטונג די פרייע גאווערמענט אין ארץ ישראל קוקט עס אויס ווי געוויסע מיינען אז ביבי נתניהו צי יאיר לפיד זענען געווען חברים מיט זיין טאטע/זיידע אין חדר.... ר' איד! דער איז שוין פריי פאר דורות און ער ווייסט ניטאמאל וואס די ווילסט פון זיין לעבן האבן.... כאפסט וואס איך מיין??
 
נאך עפעס, ס'מאכט נישט סענס אז די רמב"ם זאל אױך רעדן פון ביבי נתניהו אדער אנדערע װאס שטײען בראש פון די רעגירונג און ער זאל זײ אױכעט אָנרופן תינוקות שנשבו װײל שוּרלי האבן זײ די מעגליכקײטן און די רעסורסן פון זיך עדיוּקײטְן איבער די אמת'דיגקײט פון די תורה לעומת װאס מען האט זײ געלערנט אינדערהײם און פונדעסטװעגן דאך טועהן זײ עס נישט. אמת ס'קומט זײ נישט קײן מיתה אבער תינוקות שנשבו זענען זײ נישט.
נישט אזוי פשוט , ווייל אז מען קאנסידעררט יענעמס
חינוך מנעוריו און ווי אזוי ער פיהרט זיך לגבי מקיימי
מצוות ושומרי תורה , איז ער פילייכט בגדר ועמך כולם צדיקים , אל תהי דן יחידי שאין דן יחידי אלא אחד ,
 
דו רעדסט יעצט פון א הומאניסטישע פערספעקטיװ אדער פון דער פערספעקטיװ פון דער רמב"ם?
 
דו רעדסט יעצט פון א הומאניסטישע פערספעקטיװ אדער פון דער פערספעקטיװ פון דער רמב"ם?
די ראציאנאל פון רמב״ם וואס נעמט ארויס די קינדער פון די קראים פון דין מין,און ער לייגט
זיי אריין בגדר תינוקות שנשבו , די זעלבע הסבר
איז חל,און מיט דארף עס עפלייען, אויף די
וואס זענען נתחנך גיווארן מיט חילונים,און זיי
זענען כהיום מנהיגים , ווי אזוי מען דארף זיי
אפשאצן איז נישט א דבר פשוט.
. עס קען זיין איינער וואס ער פיהרט זיך
נישט מיט די הלכה ומצוה,אבער לפי ערכו איז ער
יקר מפנינים, און מען דארף עהם מכבד זיין ,
אליהו האט דאך מכבד גיוועהן אחאב, ווי דער פסוק
זאגט, ויד ה׳ היתה את אליהו וישנס את מתניו וירץ
לפני אחאב , אין ספר ויואל משה, האט א לענגערן
ביאור אז אחאב כאטש ער איז גיוועהן עובד עבודה
זרה , האט ער מכבד גיוועהן תורה און אליהו הנביא
האט עהם נוהג כבוד גיוועהן,אויף אזא אויסער גיוועהנליכן אופן -וישנס את מתניו וירץ לפניו -,
איז ביבי נתניהו , אפשר אזוי ווי אחאב , ווער ווייס
שאין דן אלא יחידי.
 
איך הער, שױן דו האסט אזא אױסגעקרױזט דעם רמב"ם און געלאפן צו אחאב. דער רמב"ם רעדט נישט װען זײ זענען מנהיגים. אבער לא ראינו אינו ראיה. סטיל, בײ דע סאַאוּנד אָף איט איז אחאב פיהל ערגער געװען װי ביבי און דעם ויואל משה'ס רי-רײטינג אָף הים קוקט אױס װי אזא אחרי-מות קדושים אמור.
 
דעס איז דער פוינט, דער ויואל משה פארענטפערט
אליהו , מיט דעם וואס נישטערט און זוכט עפעס מעלות און גדלות אויף אחאב , קען מען זיך אונז
ערלויבען צו זיכען עפעס גוטס אויף ביבי , ער האט
דאך דורות ישרים וחרדים
 
נאדיר די גאנצע רמב"ם

די ערשטע צוויי הלכות זענן די חיוב מיתה פון אן אפיקורס ומומר, און דערנאך קוואליפירט דער רמב"ם אז דאס גילט נישט ביי בני הקראים, מענטשן וואס זענן ליידער אויפגעהאדעוועט ביי תועים, און זיי טאר מען נישט הרגנן. נאר מיר דארפן זיי מחזיר זיין בתשובה עד שיחזרו לאיתן התורה.

ער רעדט בכלל נישט פון חייב אדער פטור מן המצוות. נישט דאס איז די נושא. אבער תוך דבריו זעט מען אז אידן זענן מחוייב זיי מחזיר זיין בתשובה, וואס ווייזט קלאר אז זיי זענן מחוייב במצוות, ווארום איינער וואס איז פטור מן המצוות דארף מען גארנישט טון אז ער זאל טון מצוות. א שוטה מעג ווייטער זינדיגן לארך ימים.
א חרש שוטה זענען אויך פטור מטעם אונס,
א שוטה ווייל ער/זי האט נישט קיין פארשטאנד צו טוהן מצוות, און א חרש האט מען נישט קיין קאמינקאציע קען מען אים/איר נישט אויסלערנען וויאזוי צו היטן תורה און מצוות, די זעלבע ווי א תינוק שנשבה,

סאיז דא א גרויסע מחלוקת, אין די ראשונים און אחרונים, וואס פטור מיינט, געוויסע לערנען אז מ'איז פטור נאר פון די עונש אזויווי די ווילסט זאגן, און אנדערע לערנען אז מ'איז פטור פון צו טוהן די מצות אויך, (איך זעה נישט ווי ס'קומט דא אבער אריין)

די רמב"ם זאגט קלאר נישט ווי דיר, ס'שטייט נישט ב"ד כופין, אזוי ווי ביי א איד וואס וויל נישט איינהאלטן א דרבנן, ס'שטייט אויף נישט אז מ'איז "מחיוב" אים צו מחזיר בתשובה, "ראוי" איז נישט קיין לשון חיוב,

און כדי מ'זאל זיך נישט טועה זיין האט ער אריינגעשטעלט קלארע ווערטער "ולמשכם בדברי שלום" (איך בין דיר דן לכף זכות, אז די ביסט נישט קיין סאטמארער, מסתמא געהערסטו צו א חסידות וואס דרכי שלום מ'מיינט פארברענען יענעמ'ס הויז, ביסט אויך אזא שטיקל תינוק שנשבה)

אוודאי אז די קענסט אויסהיילן דעם חרש אדער דעים שוטה איז עס ראוי צו טוהן, צו אוועק נעמען די אונס פון יענעם, אונסא כמאן דלא עביד אמרינן,

שוין אונז זעמער פארקראכן, די מדינה זיכט נישט צו שמד'ן קיינעם, פארקערט ס'איז א דעמאקראטיע וואס העלפט יעדעם איינעם נישט קיין חילוק וואסארא רעליגיע יענער איז, ס'איז טאקע דא אינדיווידועל מענטשן וואס זוכן אפצופארן די ערליכע אידן אהער דאס האט נישט מיט די מדינה, פונקט ווי אין אמעריקע אדער סיי ווי,

רוב גדולים האלטן אז מ'דארף מתפלל זיין פאר די חיילים, און מ'דארף זיי געבן רעספעקט.
 
נאך עפעס, ס'מאכט נישט סענס אז די רמב"ם זאל אױך רעדן פון ביבי נתניהו אדער אנדערע װאס שטײען בראש פון די רעגירונג און ער זאל זײ אױכעט אָנרופן תינוקות שנשבו װײל שוּרלי האבן זײ די מעגליכקײטן און די רעסורסן פון זיך עדיוּקײטְן איבער די אמת'דיגקײט פון די תורה לעומת װאס מען האט זײ געלערנט אינדערהײם און פונדעסטװעגן דאך טועהן זײ עס נישט. אמת ס'קומט זײ נישט קײן מיתה אבער תינוקות שנשבו זענען זײ נישט.
סאיז דא קליגער מענטשן אין יעדע רעליגיע, און און יעדע חסידות און קיינער טויש זיך נישט, ווייל מיט דאס זענען זיי אויפגעוואקסן, דאס האט מען זיי אויסגעלערנט,

די רמב"ם רעד נישט דווקא פון קיין שוטה, ער רעדט פונקט אזוי פון קליגע מענטשן, אויס איז דיר דאס נישט גענוג, האבן די היינטיגע גדולים אויך געפסקנט אז זיי זענען בגדר תינוק שנשבה
 
שוין אונז זעמער פארקראכן, די מדינה זיכט נישט צו שמד'ן קיינעם, פארקערט ס'איז א דעמאקראטיע וואס העלפט יעדעם איינעם נישט קיין חילוק וואסארא רעליגיע יענער איז, ס'איז טאקע דא אינדיווידועל מענטשן וואס זוכן אפצופארן די ערליכע אידן אהער דאס האט נישט מיט די מדינה, פונקט ווי אין אמעריקע אדער סיי ווי,
לבן האט זיך ארום געטענהט מיט יעקב אבינו, און יעקב אבינו האט אים געוויזן קליפ און קלאר ווי לבן האט אים באקריוועדעט און באגנבט אויף שריט און טריט.

וואס האט לבן גע'ענטפערט?

הבנים בני והבנות בנותי.

איך בין נישט אינטרעסירט אין די ראיות אדער געשיכטע, איך גיי ווייטער מיט מיינס.

דער רמב"ם וואס מ'האט געברענגט, האט מען געוויזן אז עס האט קיין שייכות נישט, און יעדער איד איז מחוייב במצוות, און דער וואס פירט אדער גרינדעט א סקול וואס לערנט נישט מיט זיי תורה, איז עפעקטיוו שמד.

וואס טענהט מען צוריק? מ'צווינגט נישט, ער איז סייווי פטור. כל מיני שטותים וואס מ'האט שוין אפגעפרעגט. אבער וועמן גייט עס אן? לאמיר ווייטער דערמאנן די זינלאזע טענות, כאילו שמד האט מיט צווינגן, כאילו דעמאקראטיע איז א תורהדיגע ווירדע, כאילו העלפן מענטשן איז א תירוץ אויף זיי צו דערפיטערן טרפות, כפירה, און שלעכטס.

עודך, הבנים בני והבנות בנותי, און אזוי וועט בלייבן!
 
כ'וואלט געקענט באשטיין זאלסט מיר ענפערן פון ווי עס נעמט זיך דיין דעה אז 'מ'דארף זיי באקעמפן אזוי ווי די צאר אין רוסלאנד', און אזוי אויך די שייכות אז מ'לערנט נישט תורה מיט די קינדער מיט מדינת ישראל, לכאורה האלסטו אז די פרייע איד אין מעסעטשוסעס דארף מען פונקט אזוי באקעמפן, ניין?
 
א. פונקט ווי די צאר אין רוסלאנד, ווען ער האט פראבירט צו עפענן מוסדות וואס וואלטן פאראורזאכט א מאסן שמד, האט מען געטון כל טצדקי שבעולם מבטל צו זיין די גזירות, כולל שוחד וכדו', אזוי דארף מען טון אין ארץ ישראל. דאס מיינט קעמפף, נישט פעטש און נישט שלאגן, נאר טון וואס מ'קען.

ב. מ'באקעמפט נישט קיין מענטש, נאר די מעשים. א פרייע מוסד אין מאסאשוסעטטס דארף מען אויך באקעמפפן. וויאזוי? אין א וועג וואס קען ארבעטן. למשל, עפענן אן ערליכע מוסד אז יעדער וואס וויל קען עכ"פ זיך אויסדרייען פון זיי. דערנאך דארף מען זיי אויסלערנן פארוואס עס איז וויכטיג צו לערנן תורה און נישט כפירה מיט זייער קינדער. כל זה הוא חלק פון די קעמפף. און דאס איז כוונת קדשו פון הרב משה הלל הירש.
 
פונקט ווי די צאר אין רוסלאנד, ווען ער האט פראבירט צו עפענן מוסדות וואס וואלטן פאראורזאכט א מאסן שמד, האט מען געטון כל טצדקי שבעולם מבטל צו זיין די גזירות, כולל שוחד וכדו', אזוי דארף מען טון אין ארץ ישראל. דאס מיינט קעמפף, נישט פעטש און נישט שלאגן, נאר טון וואס מ'קען.
די חילוק איז נאר אז ער האט געוואלט מאכן פריי אידן וואס האבן געוואלט זיין פרום לכאורה, האבן זיי געקעמפט פאר זייער אייגענע חינוך הבנים, ווי זעסטו אז מ'זאל קעמפן פאר קינדער פון אידן וואס ווילן זיין פריי
 
פארציילט מיר א איד וואס איז געווען ביים פראטעסט, זאגט ער מיר אז ער האט געהערט ווי צוויי גוים שמועסן און וואונדערן זיך ווי אזוי ס'קען זיין אז זייערע ברודער האט מען געהארגעט October 7th און דא מאכן זיי א פראטעסט קעגן זייערע ברודער אנשטאטס אנקעגן די טעראריסטן ס'גייט זיין נישט אריין און קאפ.
איינער קען זיי מסביר זיין????
 
דאס איז א פעהלער פון פי.אר. אז זיי האבן נישט
גענוג מסביר גיוועהן, אז מיר זענען מסכים מי די
עצם מלחמה פון די יידן, נאר אונז וויל מיר אז אנדערע זאלן גיין און מיר וועלן זיצן אינדערהיים
 
לבן האט זיך ארום געטענהט מיט יעקב אבינו, און יעקב אבינו האט אים געוויזן קליפ און קלאר ווי לבן האט אים באקריוועדעט און באגנבט אויף שריט און טריט.

וואס האט לבן גע'ענטפערט?

הבנים בני והבנות בנותי.

איך בין נישט אינטרעסירט אין די ראיות אדער געשיכטע, איך גיי ווייטער מיט מיינס.

דער רמב"ם וואס מ'האט געברענגט, האט מען געוויזן אז עס האט קיין שייכות נישט, און יעדער איד איז מחוייב במצוות, און דער וואס פירט אדער גרינדעט א סקול וואס לערנט נישט מיט זיי תורה, איז עפעקטיוו שמד.

וואס טענהט מען צוריק? מ'צווינגט נישט, ער איז סייווי פטור. כל מיני שטותים וואס מ'האט שוין אפגעפרעגט. אבער וועמן גייט עס אן? לאמיר ווייטער דערמאנן די זינלאזע טענות, כאילו שמד האט מיט צווינגן, כאילו דעמאקראטיע איז א תורהדיגע ווירדע, כאילו העלפן מענטשן איז א תירוץ אויף זיי צו דערפיטערן טרפות, כפירה, און שלעכטס.

עודך, הבנים בני והבנות בנותי, און אזוי וועט בלייבן!

ביסט גערעכט שטייט אין רמב"ם אז די אלע קינדער פון די פרייע דארף מען אוועק כאפן פון די עלטערן, מ'דארף זיי צווינגען צו עסן כשר, מ'דארף זיי צווינגען צו היטן שבת,

ראוי מיינט אז חיוב, דברים שלום מיינט מיט געוואלד און אונז זעמער לבן, די קנאים זענען די מאתים איש אשר לא כרו לבעל משיח גייט אלע גדולים אין ארץ ישראל וועל שטארבן אין די שלשת ימי אפלה פאר משיח וועט קומען, וואס נאך שטייט אין די רמב"ם

פון דיר איז די גרעסטע ראי' אז איינער וואס איז געבוירן פריי איז פטור ווייל איך זעה אז די קענסט נישט טראכטן גראד
 
לעצט רעדאגירט:

די קנאים וואס טרעפן זיך מיט די צוררי היהודים
אין פרס, און גיבען זיי מוט לדאבון ולחרפות בית ישראל, די זענען די אמת׳ע אשר לא כרעו לבעל
( עס איז מסתבר פאר מתן שכרה בצדה , פון די
רוצחים אין פרס ) אבער די אגודה און מזרחי יידן
די וועלן בלייבן אין די שלשת ימי אפילה .
קטני מוח וחלושי דעת ,
 
די חילוק איז נאר אז ער האט געוואלט מאכן פריי אידן וואס האבן געוואלט זיין פרום לכאורה, האבן זיי געקעמפט פאר זייער אייגענע חינוך הבנים, ווי זעסטו אז מ'זאל קעמפן פאר קינדער פון אידן וואס ווילן זיין פריי
עד כאן הקפה ב'.

ווייז מיר אז עס איז דא א חילוק צווישן קינדער וואס ווילן זיין פרום און קינדער וואס ווילן זיין פריי? ווי קומט עס אריין בכלל? יא, די חילוק כאפט זיך וויאזוי מיר באציען זיך צו זיי, פראקטישעהייט. אבער די שמד איז די זעלבע, און אונזער חיוב דאס צו באקעמפן איז די זעלבע

און לאמיר זאגן אז מיר דארפן עס נישט באקעמפן, פון דעם זאגסטו אז עס איז נישט קיין שמד? סך הכל זאגסטו אז שמד מרצון דארף מען נישט באקעמפן. עס בלייבט אבער די זעלבע שמד.
 
בזמנינו איז די צוגאנג פון ״ באקעמפפען ״ אפגיפרעגט , מען קען נאר משפיע זיין - אינספירירן
און מיט כח הסברה טהון וואס איז שייך , אז מען קוקט צוריק אין די היסטוריה איז באשאנפערליך
אז מיט קעממפען און מלחמה , איז ליידער גיוועהן
די אבידות און פארלוסטען פענאמענאל , מען קען
נישט זאגן אז מען איז ארויס מיט א נעט ריוח .
דרכי נועם והשתדלות , איז די ריכטיגע דרך הישר.
 
יא יא, און דאס האט הרב משה הלל געזאגט.
די עיקר השקפה, אז דאס איז שמד און מיר דארפן עס באקעמפן, איז די זעלבע. די שאלה איז נאר וויאזוי. מיר קעמפן דורך אינספירירן, דורך מעורר זיין, דורך זיכער מאכן אז די פאליטיק ארבעט נישט מיט זייער פלענער.

ביסט ממש אנגעקומן צו ווי מיר האבן געוואלט. די חילוק איז למעשה, נישט די השקפה.
 
Back
Top