נאדיר די גאנצע רמב"ם
די ערשטע צוויי הלכות זענן די חיוב מיתה פון אן אפיקורס ומומר, און דערנאך קוואליפירט דער רמב"ם אז דאס גילט נישט ביי בני הקראים, מענטשן וואס זענן ליידער אויפגעהאדעוועט ביי תועים, און זיי טאר מען נישט הרגנן. נאר מיר דארפן זיי מחזיר זיין בתשובה עד שיחזרו לאיתן התורה.
ער רעדט בכלל נישט פון חייב אדער פטור מן המצוות. נישט דאס איז די נושא. אבער תוך דבריו זעט מען אז אידן זענן מחוייב זיי מחזיר זיין בתשובה, וואס ווייזט קלאר אז זיי זענן מחוייב במצוות, ווארום איינער וואס איז פטור מן המצוות דארף מען גארנישט טון אז ער זאל טון מצוות. א שוטה מעג ווייטער זינדיגן לארך ימים.
א חרש שוטה זענען אויך פטור מטעם אונס,
א שוטה ווייל ער/זי האט נישט קיין פארשטאנד צו טוהן מצוות, און א חרש האט מען נישט קיין קאמינקאציע קען מען אים/איר נישט אויסלערנען וויאזוי צו היטן תורה און מצוות, די זעלבע ווי א תינוק שנשבה,
סאיז דא א גרויסע מחלוקת, אין די ראשונים און אחרונים, וואס פטור מיינט, געוויסע לערנען אז מ'איז פטור נאר פון די עונש אזויווי די ווילסט זאגן, און אנדערע לערנען אז מ'איז פטור פון צו טוהן די מצות אויך, (איך זעה נישט ווי ס'קומט דא אבער אריין)
די רמב"ם זאגט קלאר נישט ווי דיר, ס'שטייט נישט ב"ד כופין, אזוי ווי ביי א איד וואס וויל נישט איינהאלטן א דרבנן, ס'שטייט אויף נישט אז מ'איז "מחיוב" אים צו מחזיר בתשובה, "ראוי" איז נישט קיין לשון חיוב,
און כדי מ'זאל זיך נישט טועה זיין האט ער אריינגעשטעלט קלארע ווערטער "ולמשכם בדברי שלום" (איך בין דיר דן לכף זכות, אז די ביסט נישט קיין סאטמארער, מסתמא געהערסטו צו א חסידות וואס דרכי שלום מ'מיינט פארברענען יענעמ'ס הויז, ביסט אויך אזא שטיקל תינוק שנשבה)
אוודאי אז די קענסט אויסהיילן דעם חרש אדער דעים שוטה איז עס ראוי צו טוהן, צו אוועק נעמען די אונס פון יענעם, אונסא כמאן דלא עביד אמרינן,
שוין אונז זעמער פארקראכן, די מדינה זיכט נישט צו שמד'ן קיינעם, פארקערט ס'איז א דעמאקראטיע וואס העלפט יעדעם איינעם נישט קיין חילוק וואסארא רעליגיע יענער איז, ס'איז טאקע דא אינדיווידועל מענטשן וואס זוכן אפצופארן די ערליכע אידן אהער דאס האט נישט מיט די מדינה, פונקט ווי אין אמעריקע אדער סיי ווי,
רוב גדולים האלטן אז מ'דארף מתפלל זיין פאר די חיילים, און מ'דארף זיי געבן רעספעקט.