האחיכם ילכו למלחמה ואתם תשבו

עס זעט זיך אויס אז דו רעדסט צו א צווייטע, נישט צו מיר.
איך בין נישט קיין סאטמארער, די מדינה איז נישט קיין כפירה בביאת המשיח.
אבער אפילו לויט זיי, האט קיין שום איינער פון די דערמאנטע רביס געהאלטן אז די מדינה איז אתחלתא דגאולה אדער עפעס ציוניש. לא היו דברים מעולם.

די אלגעמיינע שיטה, פון כמעט אלע גדולי ישראל פון פארן קריג, איז אז ציונות איז א סכנה פאר אידישקייט, און א באוועגונג פאר אידן וואס איז נישט באזירט אויף תומ"צ איז בעצמותו א שטיק כפירה.

יא, זיי האבן מצליח געווען צו גרינדן א מדינה, און ליידער ליידער האבן זיי א גאנצע ווערטשאפט, מיט אידישע נעמן און קולטור, וואס פאדערט נישט תומ"צ. א בית משפט וואס פסקנט נישט ווי די תורה, איז דאס נישט קיין מרידה בתורה? א רעגירונג מיט מאכט וואס פאדערט נישט שמירת התורה (איך מיין נישט צווינגן מענטשן צו היטן תורה, אבער נאר ווייל דאס וועט נישט ארבעטן, נישט ווייל עס איז נישט ריכטיג), איז דאס דען נישט קיין כפירה בתורה? א לעבענסשטייגער וואס די מקסימום וואס מ'קען פאדערן איז אז זיי זאלן לאזן אונז היטן תומ"צ, איז דאס נישט קיין טראגעדיע? איך פארשטיי נישט ווי איז שייך צו זאגן אנדערש.

השגחת השם בעולמו איז בכלל נישט קיין סברא. די זעלבע השגחה האט געמאכט חרדים וואס שרייען נאציס אויף ציונים. מה עניינו לכאן? יא, מיר זענן דאנקבאר פאר די רואיגע לעבן וואס מיר האבן אין ענגלאנד, אמעריקא, פראנקרייך, און מדינת ישראל. אבער מרידה בה' ובתורתו איז עס ווייטער. דאס איז געווען די כוונה פון הרב משה הלל הירש, און באמת אזוי האבן אלע געהאלטן זייט דעמאלס. סאטמאר פארדרייט א קאפ כאילו נאר זיי זענן די 'ריינער נישט ציונים', בשעת אז זיי פארלייגן זיך אויף א נישטיגע פרט פון די נושא.
 
די מדינה איז נישט טריפה צוליעב סאטמאר סבות, נאר למעשה שמדן זיי אידן און האבן אוועק געשטעלט א אידישע לעבן וואס איגנארירט די תורה. דאס איז א שלעכטע זאך, און מיר מוזן דאס אפשטעלן ווי ווייט מיר קענן. פאר דעם קוקט מען זיי אן ווי טריפה, און פאר דעם דארף מען זיי באקעמפן פונקט ווי די צאר אין רוסלאנד.
עס גייט מיר ווייניג אן צי די ביסט סאטמער אדער נישט, פון די אויבערדערמאנטער ווערטער וואס די שרייבסט זעט זיך קלאר אן אז די קענסט נישט די מציאות אין ארץ ישראל, קיינער אין ארץ ישראל זיכט נישט צי שמד'ן קיינעם, (עכ"פ זיכער נישט אונז זאלן ווערן ווייניגער ווי א קרעמל איד'ס ווירדן) חוץ א קומץ קטן פון לינקע פארפירער פון די נשמות פון די 'ערב רב' וואס חלמ'ן אז דת זאל אינטערגיין.

לויט די פאנטאזירנדע פאקטן וואס די שרייבסט קוקט אויס אז די ביסט נשפע פון 'סאטמער פראפאגאנדע' אז נישט זע איך נישט ווי ס'קומט צי דיר א מסקנה, אין פאקט האלט די מדינה אויס מער תורה ווי סיי וועלכע פלאץ אין די וועלט!!!

לגבי וואס די שרייבסט בפשטות דא:
אבער אפילו לויט זיי, האט קיין שום איינער פון די דערמאנטע רביס געהאלטן אז די מדינה איז אתחלתא דגאולה אדער עפעס ציוניש. לא היו דברים מעולם.

די אלגעמיינע שיטה, פון כמעט אלע גדולי ישראל פון פארן קריג, איז אז ציונות איז א סכנה פאר אידישקייט, און א באוועגונג פאר אידן וואס איז נישט באזירט אויף תומ"צ איז בעצמותו א שטיק כפירה.
עיין בשנירל 'שיטת גדו"י לגבי ציונות' ותמצא נחת!!!
 
אגודה/ספרדים: הגם מען מוז מיטארבייטן מיט זיי איז אבער דא רויטע ליניעס וואס מען קען נישט אריבערגיין, מען האט שוין למחצה, לשליש ולרביע מפשר געווען מיט די שוואכע בחורים אבער יעצט קומען זיי פאר אלע בני תורה און מען מוז גיין מיט זיי עד הסוף,
איך האב נייעס פאר אייך, אז ווען מ'וואלט זיך ווען מפשר געווען אויף די בחורים וואס לערנען בכלל נישט נאר זיי ארבעטן, וואלט די מערכה שוין לאנג געווען געשליכטעט!!!!! הא גופא איז די נושא אז די רבנים עקשן'ן זיך אויף די שוואכע בחורים!!! (און קיינער ווייגט זיך נישט צי זאגן אז די וואס לערנען נישט זאלן גיין ווייל זייער לעבן איז זיי וויכטיג) ודא עקא!!!

מיט א חטיבה ווי חשמונאים איז נישט דא קיין שום תירוץ נישט צי גיין אין מיליטער!!!!
 
פראביר ביטע זיך צו האלטן צום שמועס. די רעדע איז נישט צו מזאל גייען אין מיליטער, נאר צו התנגדות צום מדינה מיינט אז מ'טאר נישט נעמן קיין געלט.

כמו שכתבתי למעלה, פאר דער וואס טראכט נישט.........
איך האלט מיך צום שמועס, סליפקין'ס ארטיקל איז איבער די היפאקריטיע פון יא געלט און נישט מיליטער.
 
עס זעט זיך אויס אז דו רעדסט צו א צווייטע, נישט צו מיר.
איך בין נישט קיין סאטמארער, די מדינה איז נישט קיין כפירה בביאת המשיח.
אבער אפילו לויט זיי, האט קיין שום איינער פון די דערמאנטע רביס געהאלטן אז די מדינה איז אתחלתא דגאולה אדער עפעס ציוניש. לא היו דברים מעולם.

די אלגעמיינע שיטה, פון כמעט אלע גדולי ישראל פון פארן קריג, איז אז ציונות איז א סכנה פאר אידישקייט, און א באוועגונג פאר אידן וואס איז נישט באזירט אויף תומ"צ איז בעצמותו א שטיק כפירה.

יא, זיי האבן מצליח געווען צו גרינדן א מדינה, און ליידער ליידער האבן זיי א גאנצע ווערטשאפט, מיט אידישע נעמן און קולטור, וואס פאדערט נישט תומ"צ. א בית משפט וואס פסקנט נישט ווי די תורה, איז דאס נישט קיין מרידה בתורה? א רעגירונג מיט מאכט וואס פאדערט נישט שמירת התורה (איך מיין נישט צווינגן מענטשן צו היטן תורה, אבער נאר ווייל דאס וועט נישט ארבעטן, נישט ווייל עס איז נישט ריכטיג), איז דאס דען נישט קיין כפירה בתורה? א לעבענסשטייגער וואס די מקסימום וואס מ'קען פאדערן איז אז זיי זאלן לאזן אונז היטן תומ"צ, איז דאס נישט קיין טראגעדיע? איך פארשטיי נישט ווי איז שייך צו זאגן אנדערש.

השגחת השם בעולמו איז בכלל נישט קיין סברא. די זעלבע השגחה האט געמאכט חרדים וואס שרייען נאציס אויף ציונים. מה עניינו לכאן? יא, מיר זענן דאנקבאר פאר די רואיגע לעבן וואס מיר האבן אין ענגלאנד, אמעריקא, פראנקרייך, און מדינת ישראל. אבער מרידה בה' ובתורתו איז עס ווייטער. דאס איז געווען די כוונה פון הרב משה הלל הירש, און באמת אזוי האבן אלע געהאלטן זייט דעמאלס. סאטמאר פארדרייט א קאפ כאילו נאר זיי זענן די 'ריינער נישט ציונים', בשעת אז זיי פארלייגן זיך אויף א נישטיגע פרט פון די נושא.
איך פארשטיי וואס מען זאגט א וודאי האבן די רבי׳ס
נישט גיהאלטן אז עס איז אתחלתא דגאולה , דאס
איז ענדערש אהנגענומען ביי די יידן וואס אינדעטיפייען זיך מיט מזרחי,
מען קען נישט וויסען ווער עס איז גירעכט עד יבא שילה ,
אבער אז די מדינה איז געגרינדעט מיט השגחה מן השמים ,כאטש די מייסדים זענען נישט גיוועהן פרום , איז ביי מיר ברוך השם א דבר וודאי , און
אזוי האבן גיהאלטן רוב ערליכע יידן אויסער דער
סאטמאר רבי , איז ער א דעת יחיד , און עס קען
זיין אז ער וואלט וועהן גיוועהן בזמנינו, וואלט ער אויך אזוי גיזאגט , פון די ריבוי החרדיות און גדלות
הישיבות ובתי חינוך על דרכי המסורה, ער איז דאך
גיוועהן א איש אמת נר לרגלו אפילו ריש גרג ותא מוקמי משמיא
די שיטה פון ציונות און כפירה וואס איז מיט נ שערי
טומאה האט גארנישט מיט די עצם מדינה, וואס איז א פלאץ פאר יידן זיך אראפ צולייגען דעם קאפ ביז דער משיח בן דוד וועט זיך מגלה זיין .
 
'עצם מדינה' איז נישט קיין ווארט. עס מיינט גארנישט.
די קערפערשאפט דארט איז זייער גוט, פאר גוים. נישט פאר אידן. דעטס אלל איי מענט.
קיינער אין ארץ ישראל זיכט נישט צי שמד'ן קיינעם,
האסט א קינדערישע בילד פון 'שמד'. עס מיינט נישט איינער מיט א לאנגע וואנצע און לאנגע פינגערס, וואס כאפט א טייערן קינד מיט קרייזעלדיגע לאקן ביי די באקן און ער טויפט אים בעל כרחו אין ים, און דערנאך גייט ער שוין טייט הויזן אויף א שייגעץ בייק.
שמד מיינט א חינוך אפאראט וואס לערנט נישט קיין תורה מיט זיי. וואס איז דאס אויב נישט שמד? דאס האט עפעס מיט סאטמאר? ווען עס פאסירט גאר אין ווענעזועלא איז עס נישט שמד? די רעפארם באוועגונג איז נישט שמד? גארנישט מיט ציונות איינגעלייגט.
 
אבי געהאקט!!
די איזרעלי גאווערמענט מישט זיך בכלל נישט אין די חינוך! זיי פארלאנגען אפי' נישט לימודי חול!!

די שרייבסט אז 'די קערפערשאפט איז אפשר גוט פאר גוים אבער נישט אידן' דאן ווי איז יא גוט פאר אידן? אין אמעריקע מיט פולע גויאישע רעגירונג וואס וויל זיך מישן אין די חינוך??? צי אין ענגלאנד??

ארץ ישראל מיט די גאווערמענט אף מדינת ישראל איז די בעסטע מציאות פאר אידישקייט צי בליען זייט די חורבן!!!!
וויאזוי ווייס איך?? ווייל עס בליעט טאקע די שענסטע זייט די חורבן!! (אזוי ווי יענער האט געזאגט אז מושה האט איהם 'געוואלט' שלאגן! וויאזוי ווייס איך? ווייל ער האט מיך געשלאגן.....)

איך בין באמת נייגעריג אויב די ביסט שוין געווען אין ארץ ישראל, וואלסט געוואלט ענפערן ברבים?
 
וואס איז די ריכטיגע סיבה אין דיינע אויגן?
אין מיינע אויגן (אלץ פריוואטע מענטש) , איז די סיבה ווייל די חרדים זענען נישט אויפגעוואקסן מיט די שיטה און וויזע, די מאמע'ס האבן מורא, די בחורים ציטערן אין די הויזן פון זיין אין א שלאכט פעלד, און די רבנים ווילן קאנטראל אויף זייערע מענטשן, אזויווי ס'איז שטארק איינגעפירט אין א"י אז יעדער קהלה/ פארטיי האלט זיך שטארק צוזאמען, מוסדות; בית מדרש; כולל; קמחא דפסחא ועוד, ממילא זיכן זיי נישט ארויסצושיקן זייערע מענטשן פון די באקס.

דאס איז מיין פערזענליכע צוויי צענט.
 
האלטסט ''באמת'' אז דאס איז די סיבה?! 🤣🤣🤣 ;)
 
די איזרעלי גאווערמענט מישט זיך בכלל נישט אין די חינוך! זיי פארלאנגען אפי' נישט לימודי חול!!
איך ווייס נישט וואס דו ווייסט, אבער אין מדינת ישראל איז פארהאנן א שולע סיסטעם, ווי רוב קינדער לערנן. דארט לערנן מען נאר לימודי חול, און אסאך אפיקורסות, פונקט ווי אין אלע פובליק שולעס אין דער מערב וועלט. דער חילוק איז אז אין ענגלאנד זענן זיי גוים, און אין א"י זענן זיי אידן.

פונקט ווי ווען איינער וואלט גע'עפענט א שולע אין טשיקאגא פאר אידישע קינדער, און דארט לערנט מען נאר רעצעפטן און אידישע לידער, וואלט עס געווען א שמד אפאראט, אזוי אויך די בתי ספר ממלכתיים אין ארץ ישראל.

זיי מברר פאר זיך.
 
וואס ווילסטו מ'זאל לערנען מיט חילונים קינדער צו היטן שבת און עסן כשר?
אזויווי יעדע דעמאקראטישע לאנד לערנעט מען מיט די קינדער וואס די עלטערן פארלאנגן,.

אגב הלכה'דיגע האלטן רוב פוסקים, אז איינער וואס איז אויפגעוואקסן אלסט א חילוני אין א"י האט הלכה ווי א תינוק שנשבע.
 
איך וויל גארנישט, נאר וואס די תורה פאדערט. טאמער א דעמאקראטישע לאנד איז קעגן די תורה, האסט אויפגעוויזן מיין פאוינט.

תינוק שנשבה קומט דא נישט אריין. די מענטשן פערזענליך זענן נישט שולדיג, און נישט קיין שלעכטע מענטשן. דאס האט גארנישט מיט אונזער נושא. א תינוק שנשבה וואס גיבט דיר עסן איז עס פונקט אזוי טריפה ווי א געהעריגע OTD שייגעץ
 
אין מיינע אויגן (אלץ פריוואטע מענטש) , איז די סיבה ווייל די חרדים זענען נישט אויפגעוואקסן מיט די שיטה און וויזע, די מאמע'ס האבן מורא, די בחורים ציטערן אין די הויזן פון זיין אין א שלאכט פעלד,

די סיבה איז טאקע ביידע, קודם אז די צבא איז פריי, הגם דאס וואלט מען געקענט מסדר זיין אויב מ'וויל שטארק, אבער פארשטייט זיך זיי זיכן נישט קיין וועג צו עס מסדר זיין ווייל זיי ווילן נישט שיקן די בחורים וועגן מ'האט מורא
 
@אלטע שרייבער די לייגסט עס אראפ כאילו די עולם איז פריי 'ווייל' מ'לערנט נישט אין סקולס וכו', און כאילו דאס האט עפעס ציטון מיט די גאווערמענט.
ווער עס איז פריי איז ווייל זיין זיידע, עלטער זיידע ולמעלה בקודש, צי בזמן השכלה, פארן קריג, נאכן קריג, האט אפגעלאזט אידישקייט פאר וואטעווער ריזען.
למעשה היינט איז דא פריי ווס. פרומע, ווי קומסטו זאגן אז די מדינה איז שמד, כאילו די מציאות פון די מדינה אדער די רעגירונג איז אן אקטיווע שמד פראגראם??!! אתמהה?? עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ..... די ווילסט דיך נאכאמאל אויסקלארן?

אונז דארפן לוחם זיין אקעגן פרייע -וואס שטערן נישט אונזער מהלך החיים, ווייל זיי זענען פארקראכן? דאס איז וואס די האלסט?
 
איך וויל גארנישט, נאר וואס די תורה פאדערט. טאמער א דעמאקראטישע לאנד איז קעגן די תורה, האסט אויפגעוויזן מיין פאוינט.
ווילסט חילוני זאל צווינגען א חילוני זאל האלטן די תורה?

ס'איז דא הלכות ווען און וואס לגבי ערבות מ'קען נישט צווינגען היינטיגע צייטן סא וואס פינקליך ווילסטו?

תינוק שנשבה קומט דא נישט אריין. די מענטשן פערזענליך זענן נישט שולדיג, און נישט קיין שלעכטע מענטשן. דאס האט גארנישט מיט אונזער נושא.
נו סא די מדינה ווערט געפירט דורך תניקות שנשבעו וואס זענען פטור פון צו היטן די תורה.

א תינוק שנשבה וואס גיבט דיר עסן איז עס פונקט אזוי טריפה ווי א געהעריגע OTD שייגעץ
די מדינה צווינגט איינעם צו עסן טריפה??
 
די די מדינה איז נישט טריפה צוליעב סאטמאר סבות, נאר למעשה שמדן זיי אידן און האבן אוועק געשטעלט א אידישע לעבן וואס איגנארירט די תורה. דאס איז א שלעכטע זאך, און מיר מוזן דאס אפשטעלן ווי ווייט מיר קענן. פאר דעם קוקט מען זיי אן ווי טריפה, און פאר דעם דארף מען זיי באקעמפן פונקט ווי די צאר אין רוסלאנד.
נאכאמאל, נישט קיין טשויס זיינער, נאר א פשטות פאר יעדער רעכטדענקיגע מענטש.
סאיז דא אסאך שיטות
קענסט נישט מדמה זיין גור, וויזניץ, באבוב, קלויזענבורג, בעלזא,
אין דעים יעדע חסידות - רבי -האלט אנדערש,
און אזוי אויך ביי די לטאים
שיטות הרב קוק, חזון איש, הרב שך, הרב עובדיה יוסף, סטייפלער, הרב שטיינמאן, ועוד
 
האלטסט ''באמת'' אז דאס איז די סיבה?! 🤣🤣🤣 ;)
אמ.. יא,
אנפארטשענעטל"י איז די אלע אנדערע תירוצים זענען זייער לעכער'דיג, נעם איינס ביי איינס,

די תירוץ פון לומדי תורה,
זאגט מען זיי אז מען וויל נאר די בחורים וואס רייכערן אויף די שטיגן אינדרויסן פון ישיבה, פארן ארום כל רחבי הארץ אינמיטן זמן, און האלטן נישט ביים לערנען,

יעצט נאך די לעכער'דיגע טענה וואס האט נישט קיין תירוץ, קומט ער מיט'ן פרישע אויסגעוועפטע טענה אז מ'קען נישט ווייל די צב"א איז פריי,
סא פאר דעם איז דא די פול פלעטש חרידישע חשמונאים בריגאדע וואס איז כשר וישר,
וכן האלה אלע אנדערע פארשטופטע תירוצים,

אלא מאי מוז מען זאגן אז אט דאס איז די ריכטיגע סיבה וואס ליגט אינטער די חרדישע עקשנות פון נישט גיין אין מיליטער.
 
Back
Top