די סטאק מארקעט וועלט

איך וועל אביסל שעירן פון מיין היסטאריע.

גם אני, איך האב אויך אמאל געהאט א תקופה מיט אזא אומגעפער צען יאר צוריק ווען איך בין געווען א שטארקע אנהענגער אין הרב אסוואט און טרינקען זיינע לעקטורן און פובליצירטע אינפארמאציע מיט דארשט. אבער מיט די יארן האב איך אנערקענט אז טראץ וואס מ'איז קונה אסאך וואס קען אסאך ארויסהעלפן אין לעבן. און ס'האט מיר באמת געהאלפן אנצוקומען וואו איך שטיי היינט. איז עס אבער דאך נישט עפעס וואס וועט דיר רייך מאכן. מיט די יארן בין איך געוואויר געווארן אסאך מער וויאזוי זאכן ארבעטן סיי פראקטיש און סיי פאליטיש. און דער אסוואט מקומו מונח אין אוניווערסיטעט און דעטס איט.

איך שעץ איהם זייער שטארק, און איך האב איהם גראדע זעהר ליעב. ער איז א מוסטער פון א גוי. און חכמה האב איך אסאך קונה געווען ביי איהם. עשירות אבער נישט. ווילסטו קליגער ווערן אדער זיין מער געלערנט איז ער ווערט אלע צייט. ווילסטו רייך ווערן, ספענס דיין צייט בעסער.
 
א קורצע אפדעיט ווי זאכן האלטן: די מארקעט איז אין א פולע נויזדייוו בלוט באד, זינט די peak אין Jan איז די דאו דזשאונס דאון 4,417 פונקטן אדער 9.85% און ווידער די עס ענד פי איז דאון 522 פונקטן אדער 8.61% פאר קאנטעקסט: די עס ענד פי האט געבראכן די רעקארד צו דערגרייכן 6000 פאר די ערשטע מאל הארט אנהייב ווען טראמפ איז געווארן די איינגעשוואוירענע קאנדידאט, אבער ווי נאר ער האט זיך גענומען אנמאכן וואס ער רופט making America great again האט די מארקעט זיך גענומען פאלן שטיקער אזוי מין שנעל אז די שיינע growth פון בעפאר איז אינגאנצן אפגעווישט געווארן און פיל ערגער ווי פריער.

אויף אזוי ווייט אז דאס איז באציייכנט אלס די ערגסטע 100 טעג צו די אנהייב פון א נייע פרעזידענט זינט 1974 ouch

וועסטו פרעגן פון וואו מ'קען וויסן אויף זיכער? ס'מוז נישט זיין אז ס'איז נאר דאס, ס'איז אלס דא אביסל אנסורטענטי און מענטשן האבן די ענקזייעטי פון א רעסעסיע, אבער אזא פארלוסט אינמיטן א אומשולדיגע January February ווען אינפלעישן איז שוין ווי כמעט אריבער און מיטאמאל קומט טעריפ'ס מיט רעטאריק איבער גרינלנד און קאנאדא אינפעסטירט אמעריקע מיט פענטאנאל ועוד ועוד און אלעס צוזאמען איז דא שטארקע קארילעישן אז די מארקעט גלייכט דאס נישט.

אז דאס גייט אזוי ווייטער פאר נאך א חודש איז זייער נארמאל צו ערווארטן א בעריש מארקעט (א אנזעץ פון 20 פראצענט אדער מער)

אבער נישט אלע האפענונג איז פארלוירן, אויב קאוויד און סופליי טשעין'ס האבן מיר עפעס אויסגעלערנט וויאזוי די עקספערטן ווי דזשאושע בראון אויף סי ען בי סי קוקט אויפן מארקעט אין די שארט טערם, איז אלעמאל דא א סעקטאר וואס rides the wave ווי מ'זאגט און זיי ווערן נישט אפעקטירט, למשל בענק,

Jp Morgan האלט זיך נאך אן


טעק און סייבער
Palo Alto
Check point software

Parts
Auto zone האלט זיך שיין אן

גאלד איז זייער גוט יעצט
קענסט פרובירן גאלד אדער גאלד מיינערס

מ'שפילט זיך ארום מיט די פארטפאליא מיט געזונטע דייווירסיפייד נעמען אזוי ארום קען מען אויסמיידן די היקאפ'ס וואס די מארקעט מאכט און די רייזע איז smoother

גאלד איז א פשוט'ע זאך אז ווען מארקעט'ס גייען down אין אזעלכע ווילדע סעטבעקס נישט אן קיין חשבון נאר ווייל די עולם איז טאקע אין א פאניק איבער טרעיד פאליסי גייען גאלד ארויף ביילייפיג ווייל די עולם לויפט צו עססעט קלאסן וואס זענען "סעיף" און גיט די געפיל אז ס'איז ווייניגער ריזיקאליש. נישט אז אייביג העלפט עס, אבער ס'איז א וועג אויסצומיידן די רעסעסיע מיט סעקטארס וואס זענען פון די ווייניגסטע אפעקטירט און דעי איין צוויי קאמפאני'ס קענען זיין די חילוק פון א 9-% סעטבעק, אדער א 2-%

ווייל מ'האלט אן די באלאנס די שיף זאל נישט אינגאצן איינזינקען!

=====
דאס קומט מיט עקספירענס אבער קענסט אנהייבן גאר פשוט, גיי צו עני פון די אויבענדערמאנטע נעמען און קליק אויף די 1 year און צוריק צו יעצט, וועסט גלייך באמערקן אז די וואס איך האב אויסגערעכנט האבן נאך גענוג פלייש אין זיך אין פארגלייך צו א Amazon וואס בלוטיגט יעצט צוליב וואס זי אפעקטירט פון די פאליטיק...

אויב האסטו הנאה פון מיין קאנטענט און ווילסט איך זאל שעיר'ן זיי מיר מכיר טוב
 
אונזער וועלט בארימטן פראפעסאר און מבין על כל דבר הרב @אלפא וואלסטו געמיינט זיצט אויף א בארג מיט אפענע ביכער מיט א פאר קנייטשן שטערן, איז אין ריעלעטי א שוחט...!
שוחט פרות קדושות
 
נעטפליקס איז נאך א נאמען וואס ווערט נישט אפעקטירט פון די נארישע trade war און זייערע gains זענען איבער אלא ערווארטונגען. Use caution ס'קען מעגליך זיין אז אסאך אינוועסטער'ס קלאמערן זיך אהין צו אנטלויפן פון די ראלי קאוסטער פארלוסטן וועלכע פלאגן די מארקעט...
https://www.wsj.com/business/media/...the-1-trillion-club-fdacb250?mod=hp_lead_pos5
 
אויך באמערק יעצט אן אינטערסאנטע דאטא פוינט וואס איך מאניטער שוין די לעצטע פאר וואכן: אלע מיינע זאכן, אווער סיז זענען up אריינגערעכנט אינדיע, טייוואן, סינגאפור, מיטל איסט, וואס איז געווען שטארק דאון אין די לעצטע 6-7 חדשים איז יעצט אויך אין א ריבאונד, דאס איז פאר מיר פרוף צו וואס איך האמער אלס איבער זיין שטארק דייווערסיפייד, ווייל רוב וועלט פילט נישט די פעין וואס איז אייגנערטיג צו אמעריקע.


למשל דא זענען אזיע און אביסל פון יוראפ
EWQ איז גאנץ פראנקרייך אין א פאנד
Inda אינדיע
Ewn נעדערלאנדס
און CHT די טימאביל פון טייוואן

און נאכדעם
Screenshot_20250509-144753.png



נאכדעם האמיר דא
Enb אויל פון קאנאדא העלא future 51st state
EWT גאנץ טייוואן אין א פאנד
TSM
DBS איז די גרעסטע באנק אין סינגעפור
טעקנאגלעסס איז א גלאז קאמפאני בעיקר אין די קאלאמביע מארקעט, דאס האב איך ממש פריש געקויפט און ס'פארט ארויף א מחי'
EPU גאנץ פערא אין א פאנד
MDLZ איז טשאקלאד אריאאוס מיט עקספאזשער צו אפריקע.

יעדער קען זיך אליין פסק'ענען וואס פאר זיי איז גוט, איך האב נאר דא צאמגעשלעפט אלע winners פון מיין פארטפאליא, און באמערקט א שטארקע international בולישער טרענד.

האלסט מ'זאל אינוועסטירן אין גרינלאנד און פאנאמא?
Screenshot_20250509-144926.png
 
אויך באמערק יעצט אן אינטערסאנטע דאטא פוינט וואס איך מאניטער שוין די לעצטע פאר וואכן: אלע מיינע זאכן, אווער סיז זענען up אריינגערעכנט אינדיע, טייוואן, סינגאפור, מיטל איסט, וואס איז געווען שטארק דאון אין די לעצטע 6-7 חדשים איז יעצט אויך אין א ריבאונד, דאס איז פאר מיר פרוף צו וואס איך האמער אלס איבער זיין שטארק דייווערסיפייד, ווייל רוב וועלט פילט נישט די פעין וואס איז אייגנערטיג צו אמעריקע.


למשל דא זענען אזיע און אביסל פון יוראפ
EWQ איז גאנץ פראנקרייך אין א פאנד
Inda אינדיע
Ewn נעדערלאנדס
און CHT די טימאביל פון טייוואן

און נאכדעם
View attachment 4876


נאכדעם האמיר דא
Enb אויל פון קאנאדא העלא future 51st state
EWT גאנץ טייוואן אין א פאנד
TSM
DBS איז די גרעסטע באנק אין סינגעפור
טעקנאגלעסס איז א גלאז קאמפאני בעיקר אין די קאלאמביע מארקעט, דאס האב איך ממש פריש געקויפט און ס'פארט ארויף א מחי'
EPU גאנץ פערא אין א פאנד
MDLZ איז טשאקלאד אריאאוס מיט עקספאזשער צו אפריקע.

יעדער קען זיך אליין פסק'ענען וואס פאר זיי איז גוט, איך האב נאר דא צאמגעשלעפט אלע winners פון מיין פארטפאליא, און באמערקט א שטארקע international בולישער טרענד.

האלסט מ'זאל אינוועסטירן אין גרינלאנד און פאנאמא?
View attachment 4879
אלע פון די נעמען ווייזט עס די total return פון ווי לאנג די פאזיציע'ס זענען אפן (א יאר, יאר אהאלב בערך)
 
נעטפליקס איז נאך א נאמען וואס ווערט נישט אפעקטירט פון די נארישע trade war און זייערע gains זענען איבער אלא ערווארטונגען. Use caution ס'קען מעגליך זיין אז אסאך אינוועסטער'ס קלאמערן זיך אהין צו אנטלויפן פון די ראלי קאוסטער פארלוסטן וועלכע פלאגן די מארקעט...
https://www.wsj.com/business/media/...the-1-trillion-club-fdacb250?mod=hp_lead_pos5
דאס קען איצטערט געשפיהל ווערן נאר מיט א באדערפליי פאזישאן. ד.ה. נעמן די רווח פון די געינס ביי ועלעכע סטרייק דו האסט מחליט געווען אז דאס איז מיט וואס דו ביסט צופרידן מיט. (אויב האסטו א טינק אר סווים, קענסטו אוטאמאטיש לאזן גיין העכער ווי דיין סטאפינג פוינט און ווען עס פאלט פון די הויכערע פוינט דאן זאל די סטאפ ארדער אריין קיקען) און האלטן א ווייטע עקספירעישאן דעיט פון די פוטס, פארשטייט זיך אז די פוטס זאל זיין אין די מאני. און ווי אויך א דריטער פיסל צום באדערפליי. פארקויף פאזישאנס (נישט קיין חילוק וועלעכער זייט צו דעקען די קאסטן פון דיין פוטס פרימיום'ס. איך מיין אז דאס איז א קלארערע בעט אין די איצטיגער מצב מיט די נעטפליקס סטאק.

האט ווער פארשטאנען ?
 
האט איינער אן אנאליז אויף AXXA ? איך שטיי און שטוין ווי אזוי דער זכר ריקט זיך נישט ארויס פון די סטאנציע מיט אזאנא גרויסע ריקעס אין רעוועניו די לעצטע 3-4 יאר ער בלייבט א פינק סטאק. איך פארשטיי נישט פארוואס.
 
וואס מיינט דאס?
א סטאק וואס ווערט נישט געטרעידט אויף די רעגיולאר בערזע. OTC וואס מיינט אווער די קאונטער סטאקס ווערט אנגערופן פינק שיט סטאק Pink Sheet Stock.
די סטאק ווערט אויך אנגערופן פעני סטאק. נישט א יעדעס ביליגע סטאק איז אין די פינקע שיטס נאר אויב זיי ווערן געטרעיד אווער די קאונטער.
 
Just צו געבן אן איידיע פון די לעצטע 1,682 טעג ווי גוט דאודזש און טעריפ'ס און אלע אנדערע כאאטישע צומעשענישן למינהם וויפיל דאס מאכט אויס פארן מארקעט אין די medium term

די S&P 500 איז כרגע אזוי הויעך ווי אביסל פאר טראמפ איז געווארן ערוועלט און האט שוין געהאלטן איבער 6000 צום ערשטן מאל.

נישט אז טעגליכע טיימינג די מארקעט איז אזא אנגענומענע זאך, נאר וואס דען פון 1600 טעג קען מען יא עטוואס קלוגער ווערן. פונקט ווען מאסק זאגט זיך אפ, און אפיציעל זיך אפן צוהארגעט מיט טראמפ און די מארקעט רוקט זיך פאראויס מיט א שנעלקייט.

גארנישט קיין צופאל, און אז ס'וועט ארויסקומען א שוואכע דזשאב'ס ריפארט נעקסטע חודש וועט דאס פשטות אימפאקטן די מארקעט ווידערסאמאל, און אזוי אהין און צוריק ביז מ'וועט פטור ווערן פון טראמפ און האפענטליך וועט מען אריינוועלן איינער וואס האט בעסערע איידיע'ס פאר עקאנאמיקס, ווייל די אלע זאכן וואס ער טוט שאדט פארן מארקעט און עפ"י רוב האט עס בכלל נישט אויסגעפעלט. והא ראיה, נאך 100 יאר פון דאטא האלט איך קלאר אז א פרעזידענט מיט מער סטאבילע איידיע'ס האט פיל בעסער פערפאמד פארן מארקעט.

ווייטער מ'זאל מיך נישט נעמען ראנג, time the market איך ברענג פשוט ארויס נאך א דאטא פוינט ווי צופראסקעט זיין פירערשאפט איז.
 
דאס איז אין מיין אפשאצונג איינע פון די וויכטיגסטע קאמפאניס אויפן סטאק מארקעט צו פאלויען וואס האט גאר ערנסטע טשאנסן צו זיין די פירער פון עי איי און סופער קאמפיוטערס והמסתעף פאר לאנגע יארן. איך האב נאכנישט ארויס זייער fair value אבער עס איז גאר א שטארקע און סאפיסטיקירטע פלעיער ווען עס קומט צו פארבעסערן די ספיד פון טשיפס וואס וועלן זיין צו באקומען אין עטליכע יאר און זיי נוצן עפעס א אנדערע סארט סייענס מעטאד וואס הייסט Extreme Ultraviolet אדער EUV אין קורץ.

ווערט אריינצוקוקן אין דעם, יעצט ווען קיינער אין בית מדרש ווייסט נאכנישט דערפון, נישט ווען ס'ווערט א סעקסי נאמען ווי טעסלא און אלעס לויפט עס כאפן און ס'ווערט א צומישעניש און די מאמענטום שיסט ארויף... יעצט איז נאך שטיל, נאר איך און דו ווייסן :LOL:
https://finance.yahoo.com/news/morningstar-expects-asml-holding-asml-051037117.html

א טור אין זייער פאקטארי וואס גייט אביסל מער אין דעטאל וואס זייער niche איז און פארוואס עס איז אזוי גלעצנדיג



======

א אנדערע יוטוב טשענל וואס איך נוץ שוין יארן, פאר א guide נישט עדווייס, איז everything money ער גייט מער ווייניגער אין באפעט'ס טריט, עס איז גאנץ אינטערסאנט צו פרעקטיסן אנאליסעס און זיך באקענען מיט וואס צו קוקן אויף, יעדער גרויסער אינוועסטאר האט זיך זיינע הידורים און קולות

און לאמיך קלאר מאכן: די פוינט איז נישט צו קויפן אויף זיין דימענד, אסאך פון ענק האלטן נאכנישט דארט, קאנצענטריר דיר נאר אויף זיין אנאליז און פארוואס ער איז מחליט צו גיין בול אדער בעיר... גוד לאק!


פארדעם איז גוט צו באלאנסירן אינפארמאציע מיט אנדערע און זעהן צו מ'קען אויפפיקן א קארילירטע אווערלעפ צווישן ביידע

איך האב דאס געטראפן אלס א תוכן'דיגע ווידיא, ער לויפט דא דורך א רייע סארטן אינוועסטמענטס וואס ער האלט, ווי סטאקס, באנדס, גאלד, אינטערנאצינאלע, ראוילטיס. ער האט טאקע אנגעזעצט מיט עף טי עקס און זיין אדווייס אויף שפארן געלט מיטן נישט קויפן לאטעיס ווען ער טראגט טייערע אנצוגן איז גארבידזש, פארט אבער דארף מען אין דעם ביזנעס האלטן פלעקסיביליטי פאר די אויגן א גאנצן צייט.

טיפ:

כ'האלט מיין שטארקייט אין אינוועסטירונג איז אז איך בין נישט סטאק אין איין וועג, ער זאגט דא למשל אז ער קוקט בעיקר נאר אויף די פאזיטיוו קעש פלאו אין א ביזנעס, (א סתירה מיט די קלאסישע קאנווענצינאלע באפעטיזם אדווייס וואס איז ממש גאספל) און ער איז אנדערש ווי די אנדערע יוטובער וואס איך האב געברענגט, פיטער לינטש איז אביסל אנדערש ווי אנדערע, מיט די יארן, קען מען פון יעדעם קונה זיין צו האבן אן אוועראל זייער ברייטע בליק אויפן מארקעט צו נעמען פון יעדעפ

פארוואס איך גיי פאר אים:

ער איז שטארק פאר דיוועדענד פעאינג קאמפאני'ס, איך האב שוין געליינט זיין בוק cold hard truth ווי ער גייט אביסל מער אין דעטאל איבער זיין סטראטעגיע, ער טענה'ט אז א סי אי או וואס גיט אים גארנישט אין ריטורן איז ער נישט אינטערסירט צו שטיצן אזא קאמפאני, ער טענה'ט אז סתם אריינגיין אין א סטאק אויפן חשבון אז "ס'גייט ארויפגיין" איז נאכנישט גענוג, ער איז זייער טרענזקשענעל, ער פרעגט וואס גיסטו מיר? אפשר ביזטו גארנישט ווערט? וויאזוי קען מען טעסטן אז דיין פראדוקט האט פרוף אף קאנצעפט און אז דיין ביזנעס איז גענוג וועליובל פאר די פרייז וואס דו בעטסט? דיוועדענדס, בפרט דיוועדענדס וואס גייען ארויף און ארויף פאר 20-30 יאר איז איין וועג דאס צו וויסן. און אין די צייט וואס איך האב אסאך פראבלעמען מיט זיין גאווה און געמיינע פערסאנאליטי, און זיין קאנסערוואטיווע פאליטיק, איז דא זאכן פון אים ווי ער איז גאר שטארק קאנסיסטענט מיט זיינע פרינציפן און האט אסאך צו פארקויפן.

האסט הנאה? שרייבן און ריסורטשן די קאנטענט נעמט צייט, איך וויל געבן נאך אבער איך דארף א בוסט עס זאל זיך מיר לוינען און מיר וועלן ביידע זיין צופרידן.

ווארף אריין סיי וואס, יעדע פעני מאכט אויס
 
Back
Top