יוסקע ווארטעמאן
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 5
- רעאקציע ראטע
- 78
- פונקטן
- 13
מיט די הייליגע ווערטער געבן אונז חז"ל איבער די אומגעהויערע צאל ירושלימער איינוואוינער איידערן חורבן בית־ראשון. מיר ווייסן דאך און גלייבן דאך באמונה־שלימה אז יעדעס ווארט אין חז"ל איז קודש־קדשים און אמת־לאמיתה, ליגט אויף אונז דער חוב אפצולערנען דעם מאמר־חז"ל בכובד־ראש.הָעִיר רַבָּתִי עָם, תָּנֵי רַבִּי שְׁמוּאֵל, עֶשְׂרִים וְאַרְבַּע פְּלַטְיוֹת הָיוּ בִּירוּשָׁלַיִם, וְכָל פְּלַטְיָה וּפְלַטְיָה עֶשְׂרִין וְאַרְבָּעָה מְבוֹאוֹת, וְכָל מָבוּי וּמָבוּי עֶשְׂרִין וְאַרְבָּעָה שְׁוָקִים, וְעַל כָּל שׁוּק וְשׁוּק עֶשְׂרִים וְאַרְבָּעָה שְׁקָקִים, וְעַל כָּל שְׁקָק וּשְׁקָק עֶשְׂרִים וְאַרְבָּעָה חֲצֵרוֹת, וְעַל כָּל חָצֵר וְחָצֵר עֶשְׂרִים וְאַרְבָּעָה בָּתִּים, וְכָל חָצֵר וְחָצֵר הָיְתָה מוֹצִיאָה עַם כִּפְלַיִם כְּיוֹצְאֵי מִצְרַיִם. (איכה רבה א:ב)
לאמיר אנפאנגען מיט דער אריטמעטיק פון דער צאל אידן אין ירושלים:
ירושלים האט געהאט 24 פלטיות × 24 מבואות × 24 שוקים × 24 שקקים × 24 חצרות × 2 × 600,000. ווען מען מאכט דעם חשבון קומען מיר צו אביסל מער ווי ניין און האלב טריליאן (9,555,148,800,000) מענטשן.
כדי דאס צו לייגן אין קאנטעקסט, קען מען דאס פארגלייכן מיט דער היינטיגער וועלט־באפעלקערונג פון 8.2 ביליאן (8,200,000,000). קומט אויס אז ירושלים פארן חורבן האט אנטהאלטן אביסל מער ווי 1,100 מאל די צאל מענטשן אויף דער וועלט היינט צו טאגס.
אט הייבן מיר שוין אן פארשטיין די גרויסע טראגעדיע פונעם חורבן און וואספארא ציוויליזאציע דאס האט אומגעברענגט.
כדי דאס צו ממחיש זיין נאכמער, לאמיר זיך באטראכטן אויף דער געדיכטקייט פונעם יישוב אין ירושלים:
אלטשטאט ירושלים האט א שטח פון 0.9 קילאמעטער קוואדראט, וואס דאס איז גלייך צו ניין הונדערט טויזנט (900,000) מעטער קוואדראט, ניין ביליאן (9,000,000,000) צענטימעטער קוואדראט, און ניין הונדערט ביליאן (900,000,000,000) מילימעטער קוואדראט.
צוטיילענדיג דעם נומער דורך דער באפעלקערונג פון ירושלים, בלייבן מיר מיט אביסל מער ווי 0.09 מילימעטער קוואדראט פּער ירושלימער איינוואוינער, ד.ה. אביסל ווייניגער ווי א צענטל פון א מ"מ קוואדראט.
פאר קאנטעקסט, א גאר קליינע מאריטשקע האט א לענג פון 2 מ"מ און א ברייט פון 1.5 מ"מ, וואס קומט צו א שטח פון 3 מ"מ קוואדראט - אדער דער פלאץ וואס ווערט פארנומען דורך בערך 32 ירושלימער איינוואוינער. נו, דאס אז נשתנו הטבעים איז דאך אונז נישט קיין חידוש. א פנים אז א מאל זענען מענטשן גאר קליין געוועזן, צי אפשר טאקע נאר ירושלימער תושבים.
ועוד יש ליישב, אז ירושלים פארן חורבן איז געווען א שטאט פון וואלקן־קראצער:
עס ווערט געשאצט אז א מענטש דארף צום ווייניגסטן 10 מעטער קוואדראט אויף צו קענען לעבן. אויף צו לעבן באקוועם דארף מען היפש מער, אבער לאמיר מקיל זיין און רעכענען מיט צען. פארן ירושלימער שטח געט דאס אונז 90,000 מענטשן פּער פלאַך, וואס אט די צאל מענטשן קען אריינפאסן אין א יעדן שטאָק. כדי אריינצופאסן אלע תושבי ירושלים דארף מען האבן פונקט 106,168,320, אדער בערך הונדערט מיליאן שטאָק.
דער העכסטער בנין אין דער וועלט פארמאגט 163 שטאק, קומט אויס אז די בניינים אין ירושלים זענען געווען בערך זעקס הונדערט פופציג טויזנט (651,339) מאל העכער ווי דעם בורזש כאליפא.
זעען מיר ווייטער דאס אומפאראלעלע גדלות פון ירושלים און דער אומבאגרייפליכער פארלוסט פונעם חורבן.
ווי אויך קומט א הכרת־הטוב פאר חז"ל וואס האבן אזוי פונקטליך און וויסנשאפטליך אפגעמאסטן און דאקומענטירט די אינפארמאציע פון אזא וועלטס־וואונדער, וואס ווען נישט זייערע פארצייכענונגען וואלט די מעכטיגע ציוויליזאציע נעלם געווארן ווי אן קיין שפור, און די וועלט וואלט גארנישט געוואוסט דערוועגן.
אויך זעען מיר דערפון א מוסר־השכל ווי ווייט פארפירעריש זענען די אזוי־גערופענע חוקרים מיט זייער ארכיאלאגיע. נו, פרעג איך אייך, אויב איז זייער וויסנשאפט טאקע אזוי פארלעסליך, טא וויאזוי זענט איר מסביר אז זיי האבן עד־היום קיין שפור נישט אנטדעקט פון די ערים גדולות ובצורות בשמיים וואס מיר האבן דא אויסגעחשבונט לויט א בפירשן חז"ל?! אלא־מאי, מ'זעט בחוש אז דבריהם דברי הבל און אז, להבדיל, דברי חז"ל לעולם עומדות.
זאלן מיר טאקע זוכה זיין צו אן אמת'ן נחמת ציון.