די אומגעהויערע צאל ירושלימער איינוואוינער פארן חורבן

יוסקע ווארטעמאן

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
5
רעאקציע ראטע
78
פונקטן
13
הָעִיר רַבָּתִי עָם, תָּנֵי רַבִּי שְׁמוּאֵל, עֶשְׂרִים וְאַרְבַּע פְּלַטְיוֹת הָיוּ בִּירוּשָׁלַיִם, וְכָל פְּלַטְיָה וּפְלַטְיָה עֶשְׂרִין וְאַרְבָּעָה מְבוֹאוֹת, וְכָל מָבוּי וּמָבוּי עֶשְׂרִין וְאַרְבָּעָה שְׁוָקִים, וְעַל כָּל שׁוּק וְשׁוּק עֶשְׂרִים וְאַרְבָּעָה שְׁקָקִים, וְעַל כָּל שְׁקָק וּשְׁקָק עֶשְׂרִים וְאַרְבָּעָה חֲצֵרוֹת, וְעַל כָּל חָצֵר וְחָצֵר עֶשְׂרִים וְאַרְבָּעָה בָּתִּים, וְכָל חָצֵר וְחָצֵר הָיְתָה מוֹצִיאָה עַם כִּפְלַיִם כְּיוֹצְאֵי מִצְרַיִם. (איכה רבה א:ב)
מיט די הייליגע ווערטער געבן אונז חז"ל איבער די אומגעהויערע צאל ירושלימער איינוואוינער איידערן חורבן בית־ראשון. מיר ווייסן דאך און גלייבן דאך באמונה־שלימה אז יעדעס ווארט אין חז"ל איז קודש־קדשים און אמת־לאמיתה, ליגט אויף אונז דער חוב אפצולערנען דעם מאמר־חז"ל בכובד־ראש.

לאמיר אנפאנגען מיט דער אריטמעטיק פון דער צאל אידן אין ירושלים:

ירושלים האט געהאט 24 פלטיות × 24 מבואות × 24 שוקים × 24 שקקים × 24 חצרות × 2 × 600,000. ווען מען מאכט דעם חשבון קומען מיר צו אביסל מער ווי ניין און האלב טריליאן (9,555,148,800,000) מענטשן.

כדי דאס צו לייגן אין קאנטעקסט, קען מען דאס פארגלייכן מיט דער היינטיגער וועלט־באפעלקערונג פון 8.2 ביליאן (8,200,000,000). קומט אויס אז ירושלים פארן חורבן האט אנטהאלטן אביסל מער ווי 1,100 מאל די צאל מענטשן אויף דער וועלט היינט צו טאגס.

אט הייבן מיר שוין אן פארשטיין די גרויסע טראגעדיע פונעם חורבן און וואספארא ציוויליזאציע דאס האט אומגעברענגט.

כדי דאס צו ממחיש זיין נאכמער, לאמיר זיך באטראכטן אויף דער געדיכטקייט פונעם יישוב אין ירושלים:

אלטשטאט ירושלים האט א שטח פון 0.9 קילאמעטער קוואדראט, וואס דאס איז גלייך צו ניין הונדערט טויזנט (900,000) מעטער קוואדראט, ניין ביליאן (9,000,000,000) צענטימעטער קוואדראט, און ניין הונדערט ביליאן (900,000,000,000) מילימעטער קוואדראט.

צוטיילענדיג דעם נומער דורך דער באפעלקערונג פון ירושלים, בלייבן מיר מיט אביסל מער ווי 0.09 מילימעטער קוואדראט פּער ירושלימער איינוואוינער, ד.ה. אביסל ווייניגער ווי א צענטל פון א מ"מ קוואדראט.

פאר קאנטעקסט, א גאר קליינע מאריטשקע האט א לענג פון 2 מ"מ און א ברייט פון 1.5 מ"מ, וואס קומט צו א שטח פון 3 מ"מ קוואדראט - אדער דער פלאץ וואס ווערט פארנומען דורך בערך 32 ירושלימער איינוואוינער. נו, דאס אז נשתנו הטבעים איז דאך אונז נישט קיין חידוש. א פנים אז א מאל זענען מענטשן גאר קליין געוועזן, צי אפשר טאקע נאר ירושלימער תושבים.

ועוד יש ליישב, אז ירושלים פארן חורבן איז געווען א שטאט פון וואלקן־קראצער:

עס ווערט געשאצט אז א מענטש דארף צום ווייניגסטן 10 מעטער קוואדראט אויף צו קענען לעבן. אויף צו לעבן באקוועם דארף מען היפש מער, אבער לאמיר מקיל זיין און רעכענען מיט צען. פארן ירושלימער שטח געט דאס אונז 90,000 מענטשן פּער פלאַך, וואס אט די צאל מענטשן קען אריינפאסן אין א יעדן שטאָק. כדי אריינצופאסן אלע תושבי ירושלים דארף מען האבן פונקט 106,168,320, אדער בערך הונדערט מיליאן שטאָק.

דער העכסטער בנין אין דער וועלט פארמאגט 163 שטאק, קומט אויס אז די בניינים אין ירושלים זענען געווען בערך זעקס הונדערט פופציג טויזנט (651,339) מאל העכער ווי דעם בורזש כאליפא.

זעען מיר ווייטער דאס אומפאראלעלע גדלות פון ירושלים און דער אומבאגרייפליכער פארלוסט פונעם חורבן.

ווי אויך קומט א הכרת־הטוב פאר חז"ל וואס האבן אזוי פונקטליך און וויסנשאפטליך אפגעמאסטן און דאקומענטירט די אינפארמאציע פון אזא וועלטס־וואונדער, וואס ווען נישט זייערע פארצייכענונגען וואלט די מעכטיגע ציוויליזאציע נעלם געווארן ווי אן קיין שפור, און די וועלט וואלט גארנישט געוואוסט דערוועגן.

אויך זעען מיר דערפון א מוסר־השכל ווי ווייט פארפירעריש זענען די אזוי־גערופענע חוקרים מיט זייער ארכיאלאגיע. נו, פרעג איך אייך, אויב איז זייער וויסנשאפט טאקע אזוי פארלעסליך, טא וויאזוי זענט איר מסביר אז זיי האבן עד־היום קיין שפור נישט אנטדעקט פון די ערים גדולות ובצורות בשמיים וואס מיר האבן דא אויסגעחשבונט לויט א בפירשן חז"ל?! אלא־מאי, מ'זעט בחוש אז דבריהם דברי הבל און אז, להבדיל, דברי חז"ל לעולם עומדות.

זאלן מיר טאקע זוכה זיין צו אן אמת'ן נחמת ציון.
 
קודם, אדאנק אויף ארטיקל, שלום וברכה.

עס ווערט שוין אויך דערמאנט אין גיטין נז,א
אמרי‘ על הר המלך שהיו שישים ריבוא עיירות, שבכל עיר
היו כפליים כיוצאי מצרים, ועוד ג‘ עיירות שהיו בהם כפליים כיוצאי מצרים.
דהיינו בסה“כ למעלה משלוש מאות ושישים מיליארד!

די מהר"ל שרייבט, אז עס איז לכאורה דרך גוזמא
 
דער מדרש זאגט עס אויף אן אופן , אזוי אז אפילו
א קליינקעפיגער ,פארשטייט אז עס נישט במציאות
ווייל ער זאגט בכל חצר ששים רבוא , איז דאך גראהד קלאהר און יעדער זעהט באשיינפערליך , אז ער וויל אריס ברענגען א גידאנק בדרך הבאי ,אזוי ווי ערים גדולות ובצורות בשמים
אינאיין וועגס , געט ער אויך סחורה , פאר א ליצנות
אם ללצים הוא יליץ ולענוים יתן חן
 
@ריבי מיט אזעלכע ווי דיר האט דער שנירל עפענער נישט קיין פראבלעם, אבער דו ווייסט דאך יא אז רוב מענטשן ביי אונז לערנען דאס כפשוטו
 
דער מדרש זאגט עס אויף אן אופן , אזוי אז אפילו
א קליינקעפיגער ,פארשטייט אז עס נישט במציאות
ווייל ער זאגט בכל חצר ששים רבוא , איז דאך גראהד קלאהר און יעדער זעהט באשיינפערליך , אז ער וויל אריס ברענגען א גידאנק בדרך הבאי ,אזוי ווי ערים גדולות ובצורות בשמים
אינאיין וועגס , געט ער אויך סחורה , פאר א ליצנות
אם ללצים הוא יליץ ולענוים יתן חן
אויב ס'איז נאר א בדרך הבאי דעמאלס פון וואנען ווייסמער אז ס'איז אן ארץ הצבי?
 
גראדע האב איך געזהען א פשט אז ארץ צבי מיינט ארץ חמדה, צבי בלשון חמד, אזוי ווי ס'שטייט אין אקדמות "צבי וחמיד ורגיג", ממילא קען מען פארענטפערן די וואס ווילן שטארק וויסן פשט אין ארץ צבי.''
 
גראדע האב איך געזהען א פשט אז ארץ צבי מיינט ארץ חמדה, צבי בלשון חמד, אזוי ווי ס'שטייט אין אקדמות "צבי וחמיד ורגיג", ממילא קען מען פארענטפערן די וואס ווילן שטארק וויסן פשט אין ארץ צבי.''
די גמרא גיטין נ"ז ע"א ברענגט דעם מושג "ארץ הצבי" אויף צו מסביר זיין ווי אזוי אזא קליינער שטח האט אנטהאלטן אזוי פיל מענטשן. די גמרא זאגט בפירוש "מָה צְבִי זֶה – אֵין עוֹרוֹ מַחֲזִיק אֶת בְּשָׂרוֹ, אַף אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל – בִּזְמַן שֶׁיּוֹשְׁבִין עָלֶיהָ רָוְוחָא, וּבִזְמַן שֶׁאֵין יוֹשְׁבִין עָלֶיהָ גָּמְדָא."

כנראה אז די גמרא האט יא אנגענומען די אומגעהויערע סכומים כפשוטם, עד כדי כך אז ער רופט אן דעם וואס רופט עס א גוזמא "מין".

איך ציטיר דא דעם גאנצן שטיקל גמרא

דְּאָמַר רַב יְהוּדָה אָמַר רַב אַסִּי: שִׁשִּׁים רִבּוֹא עֲיָירוֹת הָיוּ לוֹ לְיַנַּאי הַמֶּלֶךְ בְּהַר הַמֶּלֶךְ, וְכׇל אַחַת וְאַחַת הָיוּ בָּהּ כְּיוֹצְאֵי מִצְרַיִם, חוּץ מִשָּׁלֹשׁ שֶׁהָיוּ בָּהֶן כִּפְלַיִם כְּיוֹצְאֵי מִצְרַיִם. אֵלּוּ הֵן: כְּפַר בִּישׁ, כְּפַר שַׁיחֲלַיִים, כְּפַר דִּכְרַיָּא. כְּפַר בִּישׁ – דְּלָא יָהֲבִי בֵּיתָא לְאוּשְׁפִּיזָא. כְּפַר שַׁיחֲלַיִים – שֶׁהָיְתָה פַּרְנָסָתָן מִן שַׁחֲלַיִים. כְּפַר דִּכְרַיָּא – אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן: שֶׁהָיוּ נְשׁוֹתֵיהֶן יוֹלְדוֹת זְכָרִים תְּחִלָּה, וְיוֹלְדוֹת נְקֵבָה בָּאַחֲרוֹנָה, וּפוֹסְקוֹת. אָמַר עוּלָּא: לְדִידִי חֲזֵי לִי הָהוּא אַתְרָא, וַאֲפִילּוּ שִׁיתִּין רִיבְּווֹתָא קְנֵי לָא מַחְזֵיק. אֲמַר לֵיהּ הָהוּא מִינָא לְרַבִּי חֲנִינָא: שַׁקּוֹרֵי מְשַׁקְּרִיתוּ! אֲמַר לֵיהּ: ״אֶרֶץ צְבִי״ כְּתִיב בַּהּ, מָה צְבִי זֶה – אֵין עוֹרוֹ מַחֲזִיק אֶת בְּשָׂרוֹ, אַף אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל – בִּזְמַן שֶׁיּוֹשְׁבִין עָלֶיהָ רָוְוחָא, וּבִזְמַן שֶׁאֵין יוֹשְׁבִין עָלֶיהָ גָּמְדָא.
 
די מימרא ״ארץ הצבי״,איז גם כן דרך מליצה , און
עס קומט אהנווייזען ,אז די מספרים ,וואס ווערן גיזאגט איז ארויס צו ברענגען די חשיבות , פון וואס
איז אמאהל גיוועהן ,און צי טרויען אויך וואס עס איז
מער נישטא ,
אזוי האט מען אמאהל גירעדט , צי באקלאגן אן
אבידה , האט מען אלץ מוסיף גיוועהן נופך ספיר
ויהלום ,
יעדער בר דעת פארשטטיט אז די ערד ציהט זיך
נישט אויס , און די ערד שרומםט נישט איין , עס איז
א שפראך , ווי מען רעדט ,
יעדער זמן און עפאכע האט זיין סטיל , זיך אויס צודריקן און ממחיש צו זיין .
למשל ולדוגמא , בזמנינו , נישט לאנג צוריק איז
ארויס געקומען דער ספר ויואל משה,( מען קען עס נאכקוקן) , איז ער מעתיק פון ספר ,צמח ה׳ לצבי
אויף ״ארץ הצבי״ , אז ארץ ישראל ווערט איבער
גידעקט מיט א רצועה של חול , איך מיין אז ער וויל
זאגן אז די אדמת ארצנו הקדושה , איז איבער גידעקט מיט א שיכט , פון עפעס א מין ערד פון חוץ לארץ ,
נו! די סאטמאר רבי , איז גיוועהן א פארשטאנדיגער
ייד , ער האט גוט געוואסט , אז דאס א ביטוי און מליצה , וואס האט נישט קיין שייכות צו מציאות און
פאקט , פונדעסטוועגן איז ער מעתיק אזא בחינה,

איז וואס איז דער פלא , אז אין מדרש , און אין די גמרא שטייען נומערן וואס
זענען א משל און א דוגמא ארויס צו ברענגען די פארלוסט פאר כלל ישראל , און דראמטאזירן די
היסטורישע פאסירונג פון חורבן און גלות ,

יו העוו טו טעיק איט וויט א גרעין אף סאלט
 
הרב @ריבי ,

איר זענט בארעכטיגט צו האלטן וואס אימער איר ווילט, עס איז א פרייע וועלט היינט. אבער פארוואסזשע זיך איין דרייען אין קניפן?

עס איז קלאר פון אייער געשריבענע מיינונג אז איר זענט אן אפיקורס און איר האלט אז די דברי חכמינו זכרונם לברכה זענען פוסטע גוזמאות בעלמא. נו שוין!

מיר פערזענליך - אלס א מאמין בחז''ל - שמעקט עס נישט אזוי, אבער צו וואסזשע דארפסטו זיך זארגן וועגן מיין מיינונג? עס איז א פרייע פלאטפארמע דא. ווי אויך ווערט נישט אייער זילזול בחז''ל קלענער ווען איר פרובירט צו אריין קוועטשן אייער אפיקורסות אין חז''ל ( וההיפך הוא נכון).
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

כ'מיין אז אננעמען אגדת חז"ל אלץ ליטעראל איז מער זילזול בדברי חז"ל.
 
הרב @ריבי ,

איר זענט בארעכטיגט צו האלטן וואס אימער איר ווילט, עס איז א פרייע וועלט היינט. אבער פארוואסזשע זיך איין דרייען אין קניפן?

עס איז קלאר פון אייער געשריבענע מיינונג אז איר זענט אן אפיקורס און איר האלט אז די דברי חכמינו זכרונם לברכה זענען פוסטע גוזמאות בעלמא. נו שוין!

מיר פערזענליך - אלס א מאמין בחז''ל - שמעקט עס נישט אזוי, אבער צו וואסזשע דארפסטו זיך זארגן וועגן מיין מיינונג? עס איז א פרייע פלאטפארמע דא. ווי אויך ווערט נישט אייער זילזול בחז''ל קלענער ווען איר פרובירט צו אריין קוועטשן אייער אפיקורסות אין חז''ל ( וההיפך הוא נכון).
יישר כח פאר די דברי תוכחה
איך בין אייך מקנא אין א געוויסן זין , אז איהר לעבט
אין אזא פארמאכטן איינגישלאסענעם מוח און מחשבה , אז איהר האלט באמת אז וואס דער געשריבענע ווארט דיקטירט , נעמט מען אהן כפשוטו וכמשמעו —- עס איז אלץ דא אזעלכע , אשרי להם , אפרוחים שלא נפתחו עיניהם -
אבער אונז הער מיר צו די ראשונים , אזוי ווי דער
נשר הגדול
דער רמב״ם , אין פרק חלק און אין הקדמה צו מורה דער רשב״א אין תשובות לגבי עוג מלך הבשן
דער מהר״ל אין זיינע ביאורים אויף אגדות
דער מהרש״א אין חידושי אגדות
די אלע זענען גיוועהן מאמינים , און זיי האבן מסביר
גיוועהן מאמרי חכמינו ז״ל באופן עס זאל מאכן סענס ,
 
הרב @ריבי ,

איר זענט בארעכטיגט צו האלטן וואס אימער איר ווילט, עס איז א פרייע וועלט היינט. אבער פארוואסזשע זיך איין דרייען אין קניפן?

עס איז קלאר פון אייער געשריבענע מיינונג אז איר זענט אן אפיקורס און איר האלט אז די דברי חכמינו זכרונם לברכה זענען פוסטע גוזמאות בעלמא. נו שוין!

מיר פערזענליך - אלס א מאמין בחז''ל - שמעקט עס נישט אזוי, אבער צו וואסזשע דארפסטו זיך זארגן וועגן מיין מיינונג? עס איז א פרייע פלאטפארמע דא. ווי אויך ווערט נישט אייער זילזול בחז''ל קלענער ווען איר פרובירט צו אריין קוועטשן אייער אפיקורסות אין חז''ל ( וההיפך הוא נכון).
אזא אפיקורס ווי דער רמב"ם (פירוש המשניות פרק חלק)

וממה שאתה צריך לדעת כי דברי חכמים ז"ל נחלקו בם בני אדם לשלשה כתות:

הראשונה והוא רוב מה שראיתי ואשר ראיתי חבוריו ומה ששמעתי עליו הם מאמינים אותם על פשטם ואין סוברין בהם פירוש נסתר בשום פנים והנמנעות כלם הם אצלם מחויבות המציאות ואמנם עושין כן לפי שלא הבינו החכמה והם רחוקים מן התבונות ואין בהם מן השלמות כדי שיתעוררו מאליהם ולא מצאו מעורר שיעורר אותם סוברין שלא כוונו החכמים ז"ל בכל דבריהם הישרים והמתוקנים אלא מה שהבינו לפי דעתם מהם ושהם על פשוטם ואע"פ שהנראה מקצת דבריהם יש בהם מן הדבה והריחוק מן השכל עד שאילו סופר על פשוטו לעמי הארץ כל שכן לחכמים היו תמהים בהתבוננם בהם והם אומרים היאך יתכן שיהיה בעולם אדם שיחשוב בזה או שיאמין שהיא אמונה נכונה ק"ו שייטיב בעיניו וזו הכת עניי הדעת יש להצטער עליהם לסכלותם לפי שהם מכבדין ומנשאין החכמים כפי דעתם והם משפילים אותם בתכלית השפלות והם אינם מבינין זה וחי השם יתברך כי הכת הזה מאבדים הדרת התורה ומאפילים זהרה ומשימים תורת ה' בהפך המכוון בה לפי שהשם יתברך אמר בתורה התמימה אשר ישמעון את כל החוקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה והכת הזאת מספרים משפטי דברי החכמים ז"ל מה שכששומעין אותו שאר האומות אומרים רק עם סכל ונבל הגוי הקטן הזה ורוב מה שעושין זה הדרשנים שהן מפרשין ומודיעין להמון העם מה שאינם יודעין ומי יתן אחר שלא ידעו ולא הבינו שיהיו שותקין כמו שאמר מי יתן החרש תחרישון ותהי להם לחכמה או שיהיו אומרים אין אנו מבינים כוונת החכמים בזה המאמר ולא היאך יתפרש אבל הם מחשבים שהם מבינים אותו ומשתדלים להודיעו לפרש לעם מה שהבינו הם עצמם כפי דעתם החלושה לא מה שאמרו חכמים ודורשין בראשי העם דרשות ממסכת ברכות ופרק חלק וזולתם על פשטם מלה במלה:

והכת השניה הם רבים ג"כ והם אותם שראו דברי החכמים או שמעום והבינו אותם כפי פשוטו וחשבו שלא כוונו חכמים בו זולתי מה שמורה עליו פשט הדבר והם באים לסכל אותם ולגנותם ומוציאין דבה על מה שאין בו דבה וילעגו על דברי חכמים ושכלם יותר זך מהם ושהם ע"ה נפתים גרועי השכל סכלים בכלל המציאות עד שלא היו משיגים דבר חכמה בשום פנים ורוב הנכשלים בזה השבוש המתיחסים לחכמת הרפואות והמהבילים בגזרת הכוכבים לפי שהם במחשבתם נבונים וחכמים בעיניהם ומחודדים ופילוסופים וכמה הם רחוקים מן האנושית אצל אותם שהם חכמים ופילוסופים על האמת אבל הם סכלים יותר מן הכת הראשונה והרבה מהם פתיות והוא כת ארורה לפי שהם משיבים על אנשים גדולים ונשיאים אשר נתבררה חכמתם לחכמים ואלו הפתאים אילו היה עמלם בחכמות עד שיהיו יודעים היאך ראוי לסדר ולכתוב הדברים בחכמת האלהות והדומה להן מן הדברים אצל ההמון ואצל החכמים ויבינו החלק המעשיי מן הפילוסופיא אז היו מבינים אם החכמים ז"ל חכמים אם לא והיה מתבאר להם ענין דבריהם:

והכת השלישית והם חי השם מעטים עד מאד עד שאין ראוי לקרותם כת אלא כמו שיאמר לשמש מין ורק היא יחידה והם אותם בני אדם שנתברר אצלם גדולת החכמים ז"ל וטוב שכלם ממה שנמצא בכלל דבריהם מורים על ענינים אמתים למאד ואע"פ שהם מעטים ומפוזרים במקומות מחבוריהם הם מורים על שלמותם וכי הם השיגו האמת ושנתברר ג"כ אצלם מניעות הנמנע ומציאות המחויב להמצא וידעו כי הם ע"ה אינם מדברים התולים ונתאמת להם שדבריהם יש לו נגלה ונסתר וכי הם בכל מה שאומרים מן הדברים הנמנעים דברו בהם בדרך חידה ומשל כי הוא זה דרך החכמים הגדולים ולפיכך פתח ספרו גדול החכמים ואמר להבין משל ומליצה דברי חכמים וחידותם וידוע הוא אצל בעל הלשון כי חידה הוא הדבר שהמכוון בו בנסתר לא בנגלה ממנו וכמו שאמר אחודה נא לכם חידה וגו' לפי שדברי החכמים כולם בדברים העליונים שהם התכלית אמנם הם חידה ומשל והיאך נאשימם על שמחברים החרמה על דרך משל ומדמים אותם בדברים הפחותים ההמוניים ואנו רואים החכם מכל האדם עשה זה ברוח הקדש ר"ל שלמה במשלי ושיר השירים ובמקצת קהלת ואיך יקשה עלינו לסבור פירוש על דבריהם ולהוציאם מפשטם כדי שיאות לשכל ויסכים עם האמת ועם היותם כתבי הקדש והם בעצמם סוברים בפסוקי המקרא ומוציאים אותם מפשוטם ומשימין אותם משל והוא האמת כמו שאנו מוציאים שאמרו (ברכות יח: ) בפירוש פסוק הוא הכה את שני אריאל מואב שהוא כלו משל וכן מה שנאמר והוא ירד והכה את הארי בתוך הבור משל וכן מה שנאמר מי ישקני מים מבור בית לחם (ב"ק ס: ) ושאר הספור כלו משל וכן ספור איוב בכללו אמרו קצתם משל היה (ב"ב טו.) ולא פירש לאיזה דבר הושם זה המשל וכן מתי יחזקאל (סנהדרין צב: ) אמרו קצתם משל היה ורבים כאלה. ואם אתה המעיין מאחת השתי כתות הראשונות לא תשגיח בדברי ולא בשום דבר מזה הענין לפי שלא יהיה נאות לך שום דבר ממנו אבל יזיקך ותשנאהו והיאך יאתו המאכלין הקלים המעטים מכמותם הישרים באיכותם לאדם שהרגיל במאכלים הרעים אבל באמת הם מזיקים לו והוא שונא אותם הלא ידעת מה אמרו האנשים שהיו רגילים לאכול בצלים ושומים והדגים ונפשנו קצה וגו'. ואם אתה מן הכת השלישית כשתראה דבר מדבריהם שהדעת מרחיק אותו תעמוד ותתבונן בו ודע שהוא חידה ומשל ותשכב עשוק הלב וטירוד הרעיון בחבורו ובסברתו ותחשוב למצא כוונת השכל ואמונת היושר כמו שנאמר למצוא דברי חפץ וכתוב יושר דברי אמת ואז תסתכל בספרי זה ויועיל לך בע"ה:
 
אמר רבי אמי: דברה תורה לשון הבאי, דברו נביאים לשון הבאי, דברו חכמים לשון הבאי.

חז"ל אליינס זאגן אונז אז זיי האבן גערעדט אויף א גוזמאדיגע וועג.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ייש"כ @יוסקע ווארטעמאן פארן ארויפברענגען דעם שיינעם שמועס, און ייש"כ @ריבי פאר די דברי חכמה.

ס'איז ווערט צו באטאנען, אז אפי' דברו חכמים בלשון הבאי, אבער ס'איז געווען א גרויסע פאפולאציע אין ירושלים מער ווי ס'וואלט געדארפט אריינפיטן, און ס'איז געווען ניסים בדבר.
 
Back
Top