- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 97
- רעאקציע ראטע
- 834
- פונקטן
- 103
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק ט"ו - די וועלט: א מוסר־השכל צום שלוס
מען קען טרעפן אלע פאריגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.
דער אוניווערס פירט זיך לויט די נאטירליכע געזעצן פון פיזיק און מאטעמאטיק. די מאדערנע וויסנשאפט קען אויסרעכענען און פאראויסזאגן דאס אויפפירעכץ פון די באשטאנדטיילן פון נאטור, פון די קלענסטע פארטיקלען, ביז די גרעסטע גאלאקסיען; פון די קורצסטע שטרעקעס צייט – ביליאנסטלעך פון מילי־סעקונדן – ביז ביליאנען יארן; פונעם וואוקס פון א גרעזל, ביז דער פארמירונג פון בערג; פונעם וועטער, ביז מענטשליכער פסיכאלאגיע. און די וויסנשאפט איז נישט בלויז טעארעטיש: סייענס האט אונז געגעבן די וואונדערליכע און מאכטפולע טעכנאלאגיעס וואס האבן רעוואלוציאנירט אונזער לעבן און וואס אונז נעמען אן פאר אזוי פשוט אז מיר שטעלן זיך נישט אפילו אפ צו טראכטן וואס פאר א כישוף דאס איז אז מיר קענען, א שטייגער, זיך זען און רעדן מיט א צווייטן וועלכער געפינט זיך טויזנטער קילאמעטער מעבר־לים אויף א כלי געמאכט פון פארשידענע מעטאלענע עלעמענטן. אונזערע נביאים האבן זיך פארגעשטעלט נסיעות אויף אדלערישע פליגל; אז מען וועט פליען צו דער לבנה אין אייזערנע קאסטנס האבן זיי זיך ניטאמאל געחלומט. אונזער מיטלעלטערליכע און חסידישע ליטעראטור איז פול מיט שטוינענדע און וואונדערליכע דערציילונגען איבער מופתים און בעלי־שם, אבער די אלע שעפערישע אויסטראכטונגען קומען נישט צו צום וואונדער און חכמה וואס די מאדערנע וויסנשאפט האט באוויזן אין איר פארש און פארשטאנד פון נאטור.
דער הויפט מוסר־השכל וואס מיר דארפן זיך אלזא ארויסנעמען פון אט דער געשיכטע איז אן עפיסטעמאלאגישער: פארהייליגטע ספרים און אויטאריטעטן זענען נישט קיין פארלעסליכע מקורות אויף צו פארשטיין אונזער וועלט. אז איר בלעטערט דורך אונזער פארצווייגטער ליטעראטור, וועט איר אין איר נישט געפינען דעם שליסל צו פארשטיין און זיך באקענען מיט אונזער רעאליטעט, אונזער עקזיסטענץ. די תשובות צו אט די באגערן ליגן טאקע אין נאטור; מען דארף זיך נאר אויפעפנען די אויגן, פארקאטשן די ארבל און זיך צוהערן צו וואס זי האט אונז צו זאגן.
די סעריע פארשפרעכט זיך צו באציען צו דריי געביטן: דער וועלט, דעם מענטש, און אידישקייט. ביז אהער האבן מיר זיך בעיקר אפגעגעבן מיטן ערשטן געביט, און מיר וועלן נאך פיל ארומרעדן די אנדערע געביטן און קומענדיגע ארטיקלען. אבער יעצט, ביים שלוס פון אונזער באהאנדלונג פון 'דער וועלט', לאמיר זיך פרעגן די פאלגנדע שאלה, וואס וועט אונז אויך דינען אלס בריקל צום קומענדיגן טייל פון דער סעריע: אויב איז די עפיסטעמאלאגישע מעטאדע פון פארהייליגן און אומסקעפטיש נאכפאלגן פארצייטישע טעקסטן און מקורות אזוי אומפארלעסליך ווען עס קומט צו פארשטיין די פאקטן פון נאטור, דאן פארוואס זאלן מיר זי באטראכטן אלס קראנט ווען עס קומט צו די פאקטן פון היסטאריע, מאראליטעט און רעליגיע? אט די מקורות און אויטאריטעטן האבן אונז אזוי אנטוישט, אזוי פארפירט, אזוי פארלאזט אין אונזער באגער צו פארשטיין די אמת'קייטן און פאקטן פון נאטירליכער עקזיסטענץ; זיי האבן אונז געגעבן פאלשע אינפארמאציע און אקטיוו צוריקגעהאלטן, באגרעניצט, צענזורירט און באשטראפט ריכטיגע, פרוכטבארע און פארלעסליכע מעטאדן און טעאריעס איבער נאטור און אירע געזעצן. טא, פארוואס זאלן מיר זיך יעצט ערנסט באציען צו זייער אויטאריטעט און פארלעסליכקייט אונז צו געבן קראנטע אינפארמאציע איבער וויאזוי מיר דארפן צו לעבן, וואס איז מאראליש און וואס נישט, און וואס עס איז פארגעקומען אין אונזער היסטאריע און פארגאנגענהייט?
אינעם קומענדיגן טייל פון דער סעריע גייען מיר זיך באציען צום צווייטן געביט אין אונזער חוט־המשולש: אידישקייט. אויב ביז אהער האבן מיר שטודירט 'די וועלט', וועלן מיר זיך יעצט קערן צו 'אידישקייט'. אבער אידישקייט געפינט זיך אין 'דער וועלט'; זי איז אויך א טייל פון רעאליטעט, א טייל פון דער זעלבער עקזיסטענץ אין וואס מיר געפינען זיך און אין וועלכער אלע נאטירליכע ערשיינונגען קומען פאר. אידישקייט דארף מען דערפאר שטודירן נישט אלס באזונדער ערשיינונג וואס פונקציאנירט דורך גאר אייגנארטיגע פרינציפן, נאר טאקע אלס א טייל פון דער וועלט און די ערפארונגען פון אירע איינוואוינער.
אבער ערשט דארפן מיר זיך נאך באציען צו איין פראגע אינעם יעצטיגן טייל: צי קען סייענס אלץ ערקלערן? און וויאזוי טאקע האבן זיך די געזעצן פון נאטור זעלבסט אוועקגעשטעלט? דאס, אין קומענדיגן ארטיקל.