E Ink דעווייס רעקאמענדאציעס

סקרן

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
נאוו. 26, 2024
מעסעדזשעס
29
רעאקציע ראטע
98
פונקטן
13
איך וויל קויפן א אי אינק טעבלעט צו לייענען און שרייבן, איז דא איינער וואס קען רעקאמענדירן א ספעציפישע קאמפאני פון אייגענע עקספיריענס?
 
איך ניץ דעם רימארקעבל און איך האב שטארק הנאה דערפון.
געדענק, ס׳איז נישט קיין טעבלעט, נאר ס׳איז א פארגעשריטענע פען אין פעפער, מיט נאך אפאר פיטשערס.
 
דעם רימארקעבל, א חוץ וואס דאס איז גאר טייער, האב איך פארשטאנען איז בעיקר געמאכט צום שרייבן, איך זיך עפעס מיט אביסל מער ווערסאטיליטי ווען עס קומט צום ליינען.
 
איך ניץ דעם רימארקעבל און איך האב שטארק הנאה דערפון.
געדענק, ס׳איז נישט קיין טעבלעט, נאר ס׳איז א פארגעשריטענע פען אין פעפער, מיט נאך אפאר פיטשערס.
וואס איז די מעלה פון דאס קעגן א טעבלעט?
ספעציעל ווען רוב אדער אלע טעבלעטס היינט האבן פיטשערס צו מאכן גרינגער אויף די אויגן ביים ליינען ?
 
וואס איז די מעלה פון דאס קעגן א טעבלעט?
ספעציעל ווען רוב אדער אלע טעבלעטס היינט האבן פיטשערס צו מאכן גרינגער אויף די אויגן ביים ליינען ?
איך ניץ עס צום שרייבען וואס דארט ליגט די אויפטוה.
אויף צום ליינען זעה איך טאקע נישט די חילוק פון דאס אין א טאבלעט.
 
די מעלה דערפון (פאר מיר) איז, ווייניגער דיסטרעקשאנס, גרינגער ארום צו טראגן, (איך האב א געהעריגע טעבלעט אויך, באט דאס גייט געווענליך נישט ארויס פון הויז צוליב די סייז און וואג), און דערנאך איז דא די מעלות דערפון ווען עס קומט צום שרייבן.
 
איר בין לעצטענס געווען אויף די מארקעט פאר א E-reader סא קען איך שערן מיין ריסוירטש
לאמיר עס צוטיילן אויף צוויי קאטעגאריעס עס איז דא די E-reder למשל Amazon Kindle נאכדעם איז דא א Einc tablet
E-reader
בעסיקלי די E-reader איז געמאכט צו ריפלעסן א טרעדישענל באק למשל אנשטאט אריינגיין אין א סטאר/ליבעריע און קויפן א פיזיקאל באק גייסטו ארויף אויף א וערטשאל ליבעריע אזוי Kindle library ווי מען קען קויפן/דינגען באקס
E inc Tablet
די E-inc tablet's זענען געווענליך דא צו ריפלעסן א סמארט פאון/טעבליט אדער פאר נאטא'ס אין שרייבן עס וועט געווענליך זיין א פול פלעטש Android מיט אן פלי סטאר און apps. איך האב נישט די אלע דיטעלס אויף דעם איך האף עס צו אויסשמוסען און א עקסטער ארטיקל
דאס איז זייער בדרך־כלל עס זענען דא געוויסע וואס איז א E-reader און אויך האבן געוויסע note taking fetchers לאמיר עס אויסשמוסען

E-reader
מעלות
  • זײער גוט צו ליינען גענוג לעכטיג צו ליינען אינדרויסן/אונטער די זון
  • גרינג צו צו לייגן באקס פון א ליבעריע marketplace אדער Libby
  • די סיסטעם איז דעזיינט צו ליינען דאס מאכט עס געשמאקער צו מישן און נעוועגעטן
  • די battery האלט זיך זייער לאנג(אין געוויסע מאדעלס ביז 12 וואכן)
  • שטארק געבויט געווענליך water proof האלט זיך פאר זײער לאנג (10-12 year)
חסרונות
  • קען געווענליך נישט נעמען קיין נאטא'ס (און די בעסוק מאדעלס)
  • מען קען נאר נוצן באקס פון די Eco system למשל די Amazon Kindle וועט נישט קענען נעמען Ebooks גלייַך ארופ פון א צווייטע ליבעריע דירעקטעלי
  • מ'קען נישט installen קיין apps (די Kindle קומט מיט אן browser אבער עס איז נישט צום ניצען)
לאמיר אויסשמוסען די פראפעלער מאדעלס
Kindle lineup
  • Basic Kindle
    • פרייז: $109 (מוט ads)
    • סקרין : '6 in שווארץ און ווייס
    • סטארעזש: 16 GB
    • בעטערי: 6 וואכן
    • Adjustable warm light: ניין
    • Audible (via Bluetooth):יא
    • Waterproof:ניין

  • Kindle Paperwhite
    • פרייז: $199(מוט ads)
    • סקרין סייז: "7 in שווארץ און ווייס
    • סטארעזש: 16 GB
    • בעטערי: 12 וואכן
    • Adjustable warm light: יא
    • Audible (via Bluetooth):יא
    • Waterproof:יא

  • Kindle colorsoft
    • פרייז:$279 (מוט ads)
    • סקרין סייז: "10.2 in קאליר
    • סטארעזש: 32 GB
    • בעטערי: 8 וואכן
    • Adjustable warm light: יא
    • Audible (via Bluetooth):יא
    • Waterproof:יא
    • מער וועגן די Kindle scribe וועל איך שרייבן און די נעקסטע פאסט

  • Kindle scribe
    • פרייז:$399-$449 (מוט ads)
    • סקרין סייז: "10.2 in שווארץ און ווייס
    • סטארעזש: 16/32/64 GB
    • בעטערי: 12 וואכן
    • Adjustable warm light: יא
    • Audible (via Bluetooth):יא
    • Waterproof:ניין
    • מער וועגן די Kindle scribe וועל איך שרייבן און די נעקסטע פאסט
איך האב נאך צו שרייבן אסאך וועגן E-readers און Ebooks אויב דער עולם איז אינטערעסירט
 
לעצט רעדאגירט:
א גרויסען שכח פאר די פוד בעק

לאמיר צולייגן די Kindle scribe דאס איז די $399-$449 מאדעל פון Amazon Kindle דאס איז שוין צװישן א E-reader און א E-inc tablet ווייל אזוי אלע אנדערע Kindles איז נישט designed פאר א טעבליט בכלל און מען קען נישט installen סיי וועלכע app אבער פון די אנדערע זייט האט עס אסאך מער מעגליכקייטן פון די אנדערע Kindles סא לאמיר עס דא אויסשמוסען

שרייבן עקספיריענס

די Kindle scribe קומט מיט אן פען (styles premium) וואס העלפט אסאך צו שרייבן מאלען און editing PDFs.​
עס קומט מיט אן אריינגעבויטע נאטא'ס app אזוי אויך קען מען שרייבן comments און books אױך האט עס זייער א גוטע פרעשער סענסארס וואס העלפט אסאך צו מאלן אויף דעם.​
אויך האט עס בעסטער integration מיט אנדערע programs ווי למשל microsoft word און אנדערע​
A.I tools

עס קומט אויך מיט אסאך integrated AI tools​
אזוי notes summarization אין איבערשרייבן פון notes צו געטיפטע PDF אדער word און נאך (אבער עס פעלט אויס צו זיין קאנעקטיט צו Wi-Fi)​
צום שלוס אויב איינער זוכט א E-reader נאר צו ליינען books איז דאס נישט פאר אזא אינעם דאס איז געמאכט צו ליינען און שרייבן און מאלן.
עס איז דא נאך זייער אסאך צו רעדן וועגן E-readers און ebooks וויאזוי מען לייגט ארויף books און נאך אסאך אבער קודם דארף מען אויסשמוסען נאך א גרויס lineup פון E-readers Kobo אויב דער עולם איז אינטערעסירט אדער סיי וועלכע אנדערע דיטעלס

 
Kobo

איך האב געניצט קינדל פאר א לאנגע צייט און kobo איז בעסער צו האלטן אלעס מסודר, פאר די עצם ליינען זענען ביידע די זעלבע, רוב eink devices זענען שטייט אבער מען פילט עס נאר ווען מען איז מסדר ביכער אדער אנדערע זאכן, פאר ליינען מאכט עס נישט קיין חילוק

איך ניץ calibre צי ארויפלייגן ביכער און מסדר זיין
 
איז בכלל דא א מארקעט פאר אידיש/העברות בוקס

ווען קומט ארויס א שבת קינדל?
איך האב נישט געזען קיין סאך בוקסַ אויף אידיש בכלל אפילו English בוקס פאר פרויען פון די אידישע מארקעט האב איך נישט געזען קיין סאך מען קען קוקן אויף Amazon ווען די searched פאר די בוק אויב עס איז דא אויף Kindle וועט ארויף קומען א אפציע צו קויפן אויף Kindle

אויב עס איז נישט available אויף Kindle אין די האסט די Ebook אדער די Pdf קען מען ארויפלייגן אבער די חסרון פון Pdf איז אנדערש פון א Ebook format וואס ווערט resized צו די screen size און מען קען טוישן די text size אזוי די ווילסט וועט א PDF זיין די א fixed size סע מען דארף אריין zoomen
 
Kobo

איך האב געניצט קינדל פאר א לאנגע צייט און kobo איז בעסער צו האלטן אלעס מסודר, פאר די עצם ליינען זענען ביידע די זעלבע, רוב eink devices זענען שטייט אבער מען פילט עס נאר ווען מען איז מסדר ביכער אדער אנדערע זאכן, פאר ליינען מאכט עס נישט קיין חילוק

איך ניץ calibre צי ארויפלייגן ביכער און מסדר זיין
די האסט א פלאץ פון ווי די נעמסט דיין בוקס פאר free אדער א פלאץ פון ווי די האסט געטראפן אידיש אדער היימישע English books
איז דא א גוגל דרייוו אדער telegram channel אדער א וועבסייט ווי מען קען באקומען די בוקס פאר free לכתחילה אויף א Ebook format שכח
 
Back
Top