- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,697
- רעאקציע ראטע
- 3,880
- פונקטן
- 433
די לשון אין תפילת שמונה עשרה - ועל נסיך שבכל יום עמנו - איז טאקע די גידאנק אז די טאג טעגליך לעבען איז אויך פארבונדען מיט נס , א נס חוץ לדרך הטבע פאסירט נישט, אבער נאטירלעכע ישועות זענען אויך בגדר נס איז דא ביי מרה, נאך קריעת ים סוף. איז מען געקומען ווייזען אז דער עיקר סורווייוועל איז מיט נס אין די נאטור , אזוי ווי ביי די מרה וואסער, עס איז געוועהן ביטער און נישט ראוי טרינקען צושטילען די דורשט , האט גאט אהנגעוויזען א געוויסען עץ,א מין האלץ וואס גיהאט די עביליטי זיס צו מאכען די וואסער,אין אבן עזרא איז ער אויך מפרש אויף דעם אופן, און ער צייכענט אהן די מכילתא פאר א ראיה לדבריו.איינער האט מיר געוויזען א שטיקל חתם סופר אויף לעצטע וואכעדיגע פרשה ווי משה האט אריינגעווארפן א שטיקל האלץ אין די וואסער און אזוי האט מען עס געקענט טרינקען זאגט ער אז בעצם איז נישטא אז זאך ווייס ניסים נאר עס איז דא זאכן אין די טבע וואס אונז פארשטייען נאכנישט ווי אזוי עס ארבייט במילא זעט עס אויס ווי עס איז א נס אבער עס קען זיין אז איין טאג וועט מען חוקר זיין און פארשטיין פארוואס די האלץ איז גורם אז די וואסער זאל ווערן זיס... וכו'