מען דערציילט ווען דער חוזה פון לובלין איז נפטר גיווארען האט דער רב פון שטאט רבי עזריאל הורוויץ ( אייזערנער קאפ ) מיט די חברה קדישא נישט גיוואלט גיבען א מקום מכובד אויפן בית החיים , דערציילט מען אז דער ראפשיצער רב האט זיך צוגישטעלט אזוי לפנים, צו דעם אייזערנער קאפ , אז ער האלט אויך אז מען דארף נישט געבן אזא בכבוד
מקום , און ער שלאגט איהם פאהר, פאר דעם אייזערנער קאפ,לאמיר גיין צוזאמען קובע זיין א מקום, עס איז גיוועהן תשעה באב, און דער ראפשיצער רב נעמט מיט א שאוועל און ער גייט צוזאם מיט דעם רב צו טרעפן א פלאץ , און מען הייבט אהן צוקוקען , און דער ראפשיצער רב זאגט נע, נישט דא, נישט דא,נישט דא ,
עס ווערט שוין טונקעל, און פלוצלינג גיט זיך דער ראפשיצער רב א רוף אהן אזוי ווי שוין אויסגעמוטשעט- שוין-,זאל זיין דא, און ער געט א ריק אריין די שאוועל אין דער ערד צו גראבען , און דער רב , האט זיך נאך אפילו נישט גיכאפט ווי ער איז פונקטליך , און ער גיט אזא מסכים -גוט- א מאמענט שפעטער כאפט ער,אז דאס איז די מערסטע בכבוד׳יג פלאץ, ממש סמוך לקברו פון הגאון רבי שלום שכנא דער רבי פון רמ״א, עד כאן
המעשה.