געים טעאריע

מי אני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 16, 2024
מעסעדזשעס
378
רעאקציע ראטע
1,989
{זייענדיג אז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט, וועל איך אי״ה דא ממשיך זיין מיין אשכול דארט איבער געים טעאריע והמסתעף}

דא האב איך געהאט צוגעברענגט וואו מ׳טרעפט בהתלמוד עניני געים טעאריע. דא האב איך צוגעברענגט דעם קאנצעפּט לגבי קרעדיבּל סטראשעס. דאס איז בתוך די ברייטערע געדאנק פון סיגנעלינג, וואס באדייט אז מ׳געבט איבער צום שפילער שכנגד א סיגנאל און אינפארמאציע איבער מעגליכע אויסוואלן וואס איך האב/קען טוהן (לדוגמא דאס׳ן האבן א דעגרי), אזוי אז די שפיל פונעם צד שכנגד זאל מער מתאים זיין צו מיינע יוּטיליטיס. ביי דעם דארף די סיגנאל אויך זיין קרעדיבּל אלס איבערגעבן ווי מער אקוראטע אינפארמאציע איבער די פּראַבּעבּיליטי פון האבן/מאכן דעם שפיל. דאס איז בפרט ביי סיגנעלינג וועלכעס ״קאסט״ דעם שפילער. והיינו, לדוגמא, אז טאמער סיגנעלד ער ברצינות א שפיל ער וויל מאכן, וועלכעס גייט אים קאסטן, כדי דער אנדערער זאל קאָאַפּערירן מיט אים, אלס מער טוהט ער אינפלוּענסן די צד שכנגד. (דאס גייט אין איינקלאנג מיט דעם געדאנק.) א דוגמא ביי מלחמה איז וואט איין שפילער טוהט שוין אינוועסטירן אין מאבּיליזירן זיין מיליטער, וואס די קאסט און ארבעט דערין סיגנעלד און צייגט צום צד שכנגד אז די סיגנאל/סטראשע איז ערענסט און קרעדיבּל.

ועפי״ז ברענגט הרה״ג ר׳ צבי יונתן מארטאן צו אין די שיעור פון דר. יובל סיני אז די סיבה פון דעם אז בהלכה איז נאר אַן עדות שאתה יכול להזימה גערעכענט אלס א כשר׳ע עדות, איז ווייל דורך דעם אז די עדים זענען זיך למעשה מסכן דערמיט אז עס איז דא אַן אפשרות זיי מזים צו זיין, דורך דעם שיקן זיי א קרעדיבּל סיגנאל דורך אט די קאסט צו די אנדערע שפילערס השומעים אז זייער עדות איז ברצינות און אמת. (ולהבית הלוי, ח״ג סימן ו, איז דאס אפילו וואו עס איז נישט שייך קיין עונש אויב מ׳איז זיי מזים כבדין עדות קידושין. און דאס איז ווייל אפילו אין טעאריע אויף זייער עדות מוזן זיי צייגן אט די קאסטלי סיגנאל.)
WhatsApp Image 2025-01-27 at 16.16.43_6cc89474.jpg

ער ברענגט אויך צו אז דר. חנינא בן-מנחם האט אָנגעפרעגט ביי דר. קאַרל פּאַפּער אז די געדאנק אז עס מוז זיין אַן עדות שאתה יכול להזימה, איז מכח זיין פּרינציפּ פון פאָלסיפיקעישאן צו קלאסיפיצירן עפעס אלס מדע. און דר. פּאַפּער האט מסכים געווען דערמיט.
WhatsApp Image 2025-01-27 at 16.16.43_8a99ba01.jpg
 
Back
Top