- זיך איינגעשריבן
- יולי 30, 2024
- מעסעדזשעס
- 62
- רעאקציע ראטע
- 314
- פונקטן
- 63
ס’דא וואס זאגן אז די סיבה פארוואס די וויינבערגס האבן פארלאזט זייער רבי’שע דינאסטיע און נישט געווארן רבי’ס, איז א דאנק די דאזיגע מעשה -וועלכע איז דערציילט געווארן ביים הספד פון רב וויינבערג פון נר ישראל באלטימער - דורך זיין זון.
אין טברי’ -אין די צייטן בעפאר די שואה, האבן געוואוינט א קהילה פון סלאנימער חסידים.
איז דארט געווען א סלאנימער מלמד וואס האט געלערנט מיט זיינע תלמידים ביים ים כנרת.
ביים וואסער איז געזעצן דארט א פרוי, וואס האט געניצט פייער (אפשר פאר א בארבעקיו) און פלוצלונג האט זיך עס אנגעכאפט אין איר קליידונג (?) און זי האט
אנגעהויבן ברענען. די תלמידים האבן אנגעהויבן שרייען צו זייער רבי: קוק די פרוי ברענט! ראטעווע איר! זי קען שטארבן! אבער די מלמד האט זיך אפגעזאגט:
ניין איך וועל נישט אנרירן א פרוי! *
די קינדער האט געוויינט און געבעטן אבער ער האט געלאזט די פרוי פארברענט ווערן צום טויט.
רב יעקב וויינבערג איז דאן געווען אן אכט יעריג קינד און איינע פון די תלמידים פון דעם סלאנימער מלמד, וואס האט צוגעזעהן דעם שרעקליכן בילד
ווען ער איז אהיימגעקומען פון חדר האט ער געזאגט צו זיינע עלטערן אז ער גייט מער קיינמאל נישט צוריק צו דעם מלמד. זיין טאטע האט אים נישט געוואלט אריינלייגן אין קיין אנדערע חדר וואס איז נישט סלאנים, אבער שפעטער האבן ר’ יעקב און זיין ברודער ר’ נח נאר געלערנט אין ליטווישע ישיבות. און זיי אליין האבן אנגעפירט ישיבות (ר’ נח וויינבערג האט געגרינדעט אש התורה און אור שמח און ר’ יעקב איז געווען ראש ישיבה אין נר ישראל.)
ר’ יעקב וויינבערג אליין האט דערציילט די מעשה צו זיינע תלמידים אין ישיבה.
דא ווערט די מעשה אויסגעשמועסט אויף קלאבהאוז (ביי די 23:56 מארק) מיט א קאמענטערי פון איינע פון רב וויינבערג’ס תלמידים (33:29)
Why the Weinbergs’ gave up on being Hasidic leaders

*די קלאסישע ביישפיל אין גמרא: איזהו חסיד שוטה (סוטה כא