גמרא, ווער ביסטו.

רב אחאי גאון בעל השאילתות איז געווען דריי הונדערט יאר פאר רבינו גרשום
ווי ווייסטו פונקטליך וועלכע יאר ער האט געלעבט?
און אפילו נניח נעמט עס נישט אוועק מיין טענה כי הוא זה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
צו זאגן אז רב שרירא האט אלעס אויסגעטראכט איז שטויות במיץ עגבניות, איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען איגנארירן די זאפאס פון תשובות הגאונים וואס גייט צוריק אפאר הונדערט יאר פאר רב שרירא
דאס בין איך מסכים, אבער ער איז דער עיקר מפרסם וואס האט עס ארומגעשיקט בכל תפוצות הגולה, ס'איז אוודאי געווען א צווייטע כותב פארן ירושלמי און אזוי אויך די ספרי מכלתא זענען נישט די זעלבע פון די ירושלמי, אבער דאס זעט מיך אויס קלאר אז די תוספתא איז די זעלבע שרייבער פון די משנה נאר איינס איז version 1 און איינס version 2, צו ער האט אויך געשריבן די ספרי מכילתא און תורת כהנים קען זיין וצ"ע.

אבער ס'איז אלס פון אפאר מענטשן אין קליינע קולט דאס זעט מיך אויס קלאר, און ס'איז געווען דארט א שושלת פון רבני הקולט וואס האבן זיך גערופן גאונים.

כן נראה לי, איינמאל דו באמערקסט דאס you almost can't unsee it.
 
רב סעדיה גאון איז אויך געווען פון די קולט? אדער פאר די קולט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אבער ס'איז אלס פון אפאר מענטשן אין קליינע קולט דאס זעט מיך אויס קלאר, און ס'איז געווען דארט א שושלת פון רבני הקולט וואס האבן זיך גערופן גאונים.
וואס א חילוק וויפיל מענטשן עס זענען געווען? איך מיין עס איז גאנץ קלאר אז די גאונים זענען געווען די מנהיגי יהדות בבל, עס איז דא אין ספור כתבים אויף דעם. איין דוגמא וואס קומט ארויף אויפן געדאנק איז די פולמוס איבער'ן לוח צווישן ר' אהרן בן מאיר און די גאוני בבל מיט'ן ריש גלותא. ווילסט זאגן אז יהדות בבל איז געווען א קולט? רוף עס אזוי.
 
ס'איז נאר געווארן שטערקער ווען די מחלוקת מיט די קראים/צדוקים האט זיך אנגעהויבן, און די ליטעראטור דארט האט זיך אנגעהויבן לכאו' צוליב דעם אדער האט זיך לפחות אנטוויקלט צוליב דעם.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ס'איז נאר געווארן שטערקער ווען די מחלוקת מיט די קראים/צדוקים האט זיך אנגעהויבן, און די ליטעראטור דארט האט זיך אנגעהויבן דארט לכאו' צוליב דעם אדער האט זיך לפחות אנטוויקלט צוליב דעם.
איך זאג פארשטייט נאר ווי ס'קוקוט מיך אויס.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דארפסט פארשטיין @אפענער אז אפילו אז ס'איז געווען א שושלת פון עטליכע ראשי גולה וואס אלע נעמען איז מער ווייניגער די זעלבע עוקבא זוטרא כהנא וכו' איבערגע'חזר'ט איז עס לכאורה געווען אין א קארצע תקופה אמאל האבן מענטשן נישט געלעבט אזוי לאנג, און יעדער איינס פון זיי האט געקענט זיין פאר אן עוורידש פון לאמיר זאגן 5 - 10 יאר מאקסימום.

און די דאטומס דארפן נישט זיין ריכטיג בכלל.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס דו האסט געזאגט ביז יעצט איז מער פרעספעקטיוו וואס האט נישט קיין קלארע השלכות, און איך זעה נישט וואו דאס מאכט צופיל אויס אויף די שאלה ווען די גמרא איז געשריבן געווארן, אפשר אויף די שאלה ווען עס איז געווארן אויטאריטעטיוו.
 
ס'מאכט אויס אז ווען דו לערנסט גמרא למשל האסטו א קלארערע בליק.
 
און לגבי ווען ס'איז געווארן אטארעטעיוו איז עס לכאורה ווען ס'איז געווארן פארשפרייט אין ווייטערע פלעצער, וואס איז ארום די תקופה פון רב שרירא גאון און אביסל פריער וואס ס'האט זיך פארשפרייט אביסל אין די מזרח התיכון.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך הער, אבער מ'האט דא אנגעהויבן מיט א טענה אז די גמרא איז בערך אזויווי די זוהר וואס איז געשריבן געווארן דורות שפעטער אויף נעמען פון פריערדיגע, און אז רב שרירא גאון איז בערך ווי רמד"ל. דערווייל האב איך נאכנישט געזעהן עפעס וואס זאל ווייזן אין דעם ריכטונג
 
וואס דו האסט געזאגט ביז יעצט איז מער פרעספעקטיוו וואס האט נישט קיין קלארע השלכות, און איך זעה נישט וואו דאס מאכט צופיל אויס אויף די שאלה ווען די גמרא איז געשריבן געווארן, אפשר אויף די שאלה ווען עס איז געווארן אויטאריטעטיוו.
און איך בין מסכים אז ס'איז פערספעקטיוו, און ס'זעט מיך טאקע אויס צו זיין בערך אזוי, אבער איה"נ ס'דארף נאר זיין א ריכטיגע חקר התלמוד.. צו אוועק שטעלן די זאכן קלארער.
 
איך הער, אבער מ'האט דא אנגעהויבן מיט א טענה אז די גמרא איז בערך אזויווי די זוהר וואס איז געשריבן געווארן דורות שפעטער אויף נעמען פון פריערדיגע, און אז רב שרירא גאון איז בערך ווי רמד"ל. דערווייל האב איך נאכנישט געזעהן עפעס וואס זאל ווייזן אין דעם ריכטונג
ארויף לייגן מימרות אויף ר' עקיבא מיט ר' אלעזר בן עזריה וכדו' איז פונקט ווי רמד"ל.

נישט דוקא רב שרירא אבער who ever wrote the בריתות
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס זענען די ראיות אז דאס איז די קעיס אין גמרא?
נישטא קיין ראיות, אבער אז ביז אזוי פיל דורות שפעטער האט קיין איינער נישט געוואוסט פון דעם (אויסער allegedly אפער איינצעלע יחידים, ס'איז נישטא קיין זכר פון דעם אויסער וואס איז ארויסגעקומען פון יענע בית המדרש און איז נאר נתפשט געווארן קרוב צו טויזנט יאר שפעטער) איז לא יעלה על הדעת.
 
נישטא קיין ראיות, אבער אז ביז אזוי פיל דורות שפעטער האט קיין איינער נישט געוואוסט פון דעם (אויסער allegedly אפער איינצעלע יחידים) איז לא יעלה על הדעת.
וואו טרעפסטו מענטשן וואס האבן געדארפט וויסן און נישט געוואוסט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואו טרעפסטו מענטשן וואס האבן געדארפט וויסן און נישט געוואוסט?
אין אשכנז און ספרד, אפילו אין סוריא זעט מען עס נאר אזוי פיל שפעטער, ס'איז נישט געווען דארט קיין פומפדותא אדער נהרדעא.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אזוי פיל מימרות פון תנאים ארום תקופת המקדש וואלט געמאכט אסאך א גרעסערע אימפאקט, דאס איז קלאר.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין אשכנז און ספרד, אפילו אין סוריא זעט מען עס נאר אזוי פיל שפעטער, ס'איז נישט געווען דארט קיין פומפדותא אדער נהרדעא.
וואס האט מען בכלל פון אשכנז און ספרד פון תקופת הגאונים אז דו ווייסט אז זיי האבן נישט געוואוסט פון משניות צו זאגן?

דאס ביסטו אבער מודה אז אין ארץ ישראל האט מען געוואוסט, אויב אזוי רעדט מען נישט פון עפעס פראדוצירט ביי די בבל'ישע קולט
 
Back
Top