2 נקודות
1. איינער האט אמאל דורכגעטון דוד ווייס הלבני'ס מהלך? כ'בין נייגעריג וואס זיינע מסקנות זענען, ער איז אפיציעל יא געווען א שטיקל תלמיד חכם און יודע ספר.
2. באמת ווייס איך נישט עכט וואו די חילוק כאפט אויב דער בעל מחבר האט געהייסן רב שרירא אדער רב אשי, ס'איז א חילוק פון אפאר הונדערט יאר אבער זהו. די סאציא-פאליטישע חשבונות דארט דארף מען סייווי אפלערנען צווישן די שורות. און דאס איז שווער איבערצוצייגן אז איין גרופע מענטשן האבן מסדר געווען דאס גאנצע מעשה, אויסער וואס געהעריגע ש''ס קאמפרעהענשאן איז א סקיל וואס רוב תנאים ואמורים האבן אליין נישט געהאט (כדמוכח בכמה דכתי), איז סתם אזוי אוממעגליך צו זאגן אז אזא צושטיקעלטע און סתירה'דיגע יצירה איז מעשי ידי איין מענטש. ענליך איז מיט משניות, הגם דארט קען מען זאגן אז ס'לכתחילה נישט געווען געמאכט קאמפרעהענסיוו.
בקיצור, צווישן עזרא הסופר און א מעמד הר סיני איז דא אסאך א גרעסערע (טעאלאגישע און באדייטענדע) געפ וואס איז קריטיש אפצולערנען, ווי איידער די פונקטליכע דאטום פונעם גמרא. לדעתי.