מיינע 2 צענט:
עס איז קיין שאלה אז גאנס = מערדערייען, אפילו אן די מאסן שיסערייען זעט מען אז עס איז נישטא קיין איין לאנד וואס האט נאנט צו אזויפיל גאן מערדערייען ווי אמעריקע (חוץ גאזא און תימן).
דאס איז אויך אן אומלייקנבארע פאקט אז אפילו עס איז גרינג צו טראגן געווער פון איין סטעיט צום צווייטן איז דער פאקט אז בדרך כלל זענען גאן מערדערייען אין סטעיטס מיט שטרענגע גאן געזעצן פיל נידריגער ווי אין סטעיטס מיט לויזע געזעצן, איינע פון די טאלקינג פוינטס איז "שיקאגא" אבער דאס איז פארפירנד ביז גאר, הגם אין רויע נומערן איז טאקע שיקאגא הויך איז עס פשוט ווייל עס איז א סיטי מיט איבער 2 מיליאן מענטשן און מער מענטשן = מער פארברעכנס, ווען מען קוקט אויף אלע סיטיס מיט איבער 100 טויזנט מענטשן איז שיקאגא נומער #22 אין מערדערייען און #48 אין ווילדע קריים, דאס איז א סטאטיסטיק וואס מען קען דרייען ווי אזוי מען וויל אבער עס בלייבט א פאקט, אגב אונזער ניו יארק איז #127 אין מערדערייען און #101 אין ווילדע קריים.
נאך א ליגנט איז אז "עס קומען אריין מאבן אומלעגאלע גאנס פון מעקסיקא", דער מציאות איז אבער פונקט פארקערט! בערך 90% פון אומלעגאלע גאנס פון מעקסיקא קומען פון אמעריקע! די מעקסיקאנער גאווערמענט בלעימט דעם גאנצן קארטעל קאנטראל אויף אמעריקע (אן אריינגיין צו זיין זענען גערעכט איז אבער דיר מציאות מיט די גאנס א פאקט).
דער אמתער טרוקענער דעבאטע ברויך ווען זיין צו די קאנסטיטוציע הייסט טאקע לאזן יעדן קויפן מאסן מערדער וואפן אן א בעקגראונד טשעק אדער נישט, ליידער אין די פארשטינקענע פארטייאישער קולטור היינט איז מען פארנומען זיך קריגן אויף פאקטן אנשטאט די קאנסטיטוציע.
אגב, שפירא איז בכלל נישט גערעכט, די ווארשא אויפשטאנד איז אונטערדרוקט געווארן מיט טאנקען און עראפלאנען און דאס איז געווען 80 יאר צוריק, היינט ווען די שטערקסטע גאן וואס דו האסט קען נישט באזיגן די מיסלס/דראונס/טאנקען וכדו' איז עס סתם א ליצנות.
אגב, אן אריינגיין צו טראמפ איז א דיקטאטור מיטן אריינברענגען דאס מיליטער צו נישט זעט מען אבער קלאר במציאות אז א פירער וואס וויל נוצן זיין מיליטער צו אונטערדרוקן זיינע בירגער האט בכלל נישט וואס מורא צו האבן ווילאנג ער קען קאנווינסן זיינע שטיצער אז ער איז גערעכט, דייטשלאנד איז פארן קריג געווען דאס שפיגעלע פון דעמאקראטיע און טאלעראנץ און אין ווייניגער ווי 8 יאר האט היטלער מצליח געווען איבערצורעדן רואה דרובא דייטשן אז צו פארגאזן א גאנצער פאלק איז נישט נאר אקעי נאר פאטריאטיש.