א גאסט אױף א װײל - א קְלעֶש פון װעלט אַנשױאונגען - אפדײטעד (3)

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,042
רעאקציע ראטע
2,936
פונקטן
443
ײשר כח פאר החכם @אין הכי טאקע פאר'ן מסכים זײן איבערצוקוקן דעם ארטיקל פאראױס.

איך בין שױן צען יאר נישט געװען צוריק באזוכן אין די פֿאָלד. צו איך בין עקסײטעד? מער װי זיך טרעפן מיט משפחה קוק איך ארױס אױף די עקספריענס פון זיך דרײען װידעראמאל צװישן חסידישע אידן איבער װעמען איך שרײב אזױ פיהל. איך גײ לשיטתי אז אַן הינטערן שרײבטיש זשורנאַליסט ארבעט נישט. מען דארף עס לעבן.

אײנגעשטאנען בין איך בײ מײן שטיף-ברודער. נישט אין זײן הױז, דאס האט ער מיך אפי' נישט געװיזן דורך אַן אפענעם שפאלט אין טיר, דורכאױס די גאנצע 2 װאכן װאס איך האב אין אר"י פארװײלט, אבער אין א הױז נעקסט צו זײנס, װאס געהערט אױך פאר אים. סײװי זעהט אױס װי ער בּעזיצט יענע גאנצע שטאק. אפשר האט ער מורא געהאט מיר צוװײזן דעם קאנטראסט צװישן מײן קװאטיר און זײן הױז, דען איך זאל אים נישט מקנא זײן. ספעציעל אױב איז געװען א שמועס, װען איך בין קראנקער געװען, אז איך זאל קומען אהין װױנען פאר א לענגערע תקופה, און ארבעטן בײ אים אין געשעפט. דאס איז אצינד אױסגעשלאסן.

די הױז, חוץ פון די רײן-רעזיסטענדע פלאָר-טײַלס און די פאָני שמעק אין די טױלעט, איז געשמאַק געװען – 'געשמאק' א קלישײ-װאָרט װאס געהערט איבעראל ארײן אין די ארץ ישראל'דיגע ײדיש. די שמעק האב איך תולה געװען אין די גערוך װאס קומט ארױף פון די שװאך גערײניגטע דרענאַזשן אין װעלכע די ארץ-ישראל'דיגע שאַרן ארײן די װאסער פון זײערע שפּאָנזשאַס, װי-אזױ זײ רופן עס.

צװײ מאַכטיגע מַסגַנים האבן באדינט די דירה און קײנע באגרעניצונגען אױף זײערע באנוץ אפילו אױף שבת – אזאך אױף װאס איך בין מײן ברודער זײער דאנקבאר. טראצװאָס שבת האב איך אפילו אַן אופן װאס איך טאר נישט שערן מיט אײך, װי-אזױ צו שפאָרן אױף לעקטער, האב איך אבער מזל געהאט אז מײנע פענצטער זענען נישט אפן געװען צו צופיהל שכינים.

נאר ערגעצװאו אײן אװענט אינמיטן װאך בין איך יא איבערראשט געװען צו באמערקן א סעט פון פיהר אױגעלעך שטאַרן ארײן צו מײן דירה, פון די פענצטער װאס קוקט ארױס צו דער קאָרידאָר נעבן מײן טיר פון מײן אַפּאַרטמענט. איך האב געעפנט די טיר און אײדל געפרעגט פון דעם פארפאלק אין די האָלװֿײ, אױב איך קען זײ העלפן מיט עפעס. ס'קען זײן זײ האבן זיך געװינדערט װאס טוהט דא, אין דער געגנט, א אינגערמאן מיט קאלירטע בגדים, און לאנגע האר, װאס הענגען הינטער, פון זײן דאַשיק ארױס.

איך שטײ אױף דעם ערשטן פארמיטאג צו א הײסער שטינקעדיגער בית-שמש לופט (איך שלאף שװער, דארף איך דעריבער פארברענגן אסאך אין בעט). די גאסן זענען שמוציג און בּאַמיסטיגט מיט ראָבּיש, בעיקר די פרומע געגנטער. אבער קאלטע װאסער קראַנען אױפ'ן גאס איז צוגעשטעלט צו טרינקען איבעראל און די קלײנינקע װעלכע שפילן זארגלאז אין די פּאַרקן און אױף די טראטואַרן קימערן זיך װײניג מיט די עיפוש. צו זענען הײמישע 'ראשי עיר' מער אַבּגעשטימט צו די צרכים פון די אײנװױנער אדער פשוט דערפאר איז עס נישטא אין לאנדאן װײל דאָרט איז קײנמאל נישט אזױ הײס, און אינאמת'ן האט אפי' איראַן למשל, װאסער בחינם אױף די גאסן?

די עסן געשעפטן װירבלען, דרײ סארט געשעפטן זענען דא לרחצה אין הײמישע געגנטער, עסן געשעפטן, ספרים סטאָרס און 'צוקערלעך און אײזקריעם' שאָפּס. די הײמישע געגנטער אין בית שמש קוקן אױס װי א חרדישע מדינה, אלעס פֿליפּ פאָוּנס, און אפילו די סמאַרטפאָוּנס װאס איך זע יא אמאל, נעם איך אָן זענען גע'כשר'ט. די אײנציגסטע מיט קאלירטע פענימער אדער קלײדער, װי מיר, זענען בלױז ארבעטער, איז מיר מײן ברודער מסביר.

װען איך שפאציר אלײנס, ספעציעל אױב האלט איך מײן סמאַרטפֿאוּן און עס איז בײנאכט אדער אָהן א סמארטפאון, אבער עס איז שבת, באמערק איך אז מען קוקט שטארק אױף מיך. מען װינדערט זיך װאס איך זוך אין די פרומע געגנט. בין איך א ספרדישער אדער א חילוני? מ'שטײנס געזאגט ס'הענגט דאך א צעטל אױף יעדן חרידיש'ן בנין אז מען מעג נישט פארקױפן אדער דינגען א דירה פאַר א מענטשן אָהן א אישור פון די װעדת האוכלוס בראשות רבני השכונה שליט"א?!

און אז מען הערט מיך רעדן ײדיש אױפ'ן סמאַרטפאָוּן, שישקעט מען זיך אז דער חילוני רעדט ײדיש. א אױסװאָורף, אז ער פאָרט אָפּ, רעדט ער שטענדיג עברית אפי' אױב ער צעהאקט זיך די צײן, װײל אזױ איז קיהל, איז מיר מײן ברודער מסביר. אנדערש װי אין אמעריקע און ענגלאנד, רעדן אין ירושלים און בית שמש, די הײמישע פרױען און די מײדלעך, אפילו גאר אסאך ליטװישע, אױך ײדיש צװישן זיך און נישט די שְׂפַַֿת המדינה, הגם זײער ײדיש און אפי' די זאַץ סטרוקטור איז זײער בּאַאײנפלוסד פון עברית.

אפי' מײן ברודער, װאס טעקסטן צו זײנע חבירים װעט ער שטענדיג נאר אין עברית, רעדט ער אבער מיט זײ בלױז ײדיש. "ײדיש רעדן איז געשמאק!" פאר מיר אבער איז עס פאָנקשְנְל. דעריבער רעד איך ײדיש דארטן װײל דאס איז דער צד הַשָװה צװישן מיר און די הײמישע דארטן.

ער האט אױך א סמאַרטפֿאוּן, מײן ברודער. ער נעמט עס גראדע װײניג ארױס אין גאס, און װען איך װיל אים עפעס װײזן אױף יוּטיוּבּ, באהאלטן מיר זיך אין זײן מַחסַן און מען ריקט אראפ די װאָליוּם צו די נידעריגסטע. סײװי האט ער נישט קײן געדולד צו סאַאל'ס חזנות. ס'לאזט אים נישט טראכטן זאגט ער. אױפ'ן גאס, װען איך נעם ארױס מײנע, צו איבערקוקן די װעג אױף גוּגל מֶעפּס, װיצלט ער זיך מיט מיר איך זאל עס פארפּאַקן. איך בין נישט זיכער ער איז נישט האלב ערנסט.

ער איז אַן אינטרעסאנטע מענטש אפצולערנען. ער איז א געלונגענער ביזנעסמאן. צוװאס ער שטעקט א פינגער װאקסט דערין א ברכה. ער איז שטענדיג בײ דער מײנונג אז ער װעט זײן פון די %10-20 װעמענע'ס ריזיקע-נעמען איז מצליח. דערפאר האט ער טאקע א ריזן הלװאה אין באנק צו אפװישן. און ער ארבעט אָהן אױפהער, פון פארטאגס ביז שפעט אינדערנאכט, מיט א סטעף פון 30-40 ארבעטער און צװײ געשעפטן, אײנע פון ארום 40,000 ארטיקלען, צודעקן נאָר די ריבית אױפ'ן חוב, יעדן חודש. ער איז אין איט פאָר די לאָנג האָוּל.

איך טענה מיך מיט אים. איך זאג, מזיכרוני, אז ער האט אָנגעהױבן מיט פארמעגליכע אונטערשטיצער און מיט נתינות פון גוטע אידן. כמעט שנאָרערײ; ער טענה'ט אז די ערשטע סיכונים האט ער אױך גענומען אָהן א גאַראַנטי. נאך מער, ער האט שױן פילע מאל זינט, שיער נישט אָנגעזעצט און געצװינגען געװען צו בארגן פון צװײפלהאַפטיגע גמ"חן. ער לײגט אסאך פון זײנע הצלחות אָהן אױף "שקױעך באשעפער". הגם זײנע איממידיאײט געשװיסטער און קאזינס זענען עמפּלױד בײ אים און אפילו שותפים אין זײנע ענדעװערס.

עס איז אינטרעסאנט צוהערן פון אים װי-אזױ ער האט אױפגעבױעט זײן ביזנעס און די שװערע החלטות װאס ער מוז נעמען יעדן טאג. ער האט אזא שיטה אז װען מען גלײבט עפעס שטארק װערט די מציאות אזױ; דערפאר פארשטײט ער נישט פארװאס למשל איך, אדער סײ װער, פיר\ט נישט אזא ביזנעס װי אים. לדידו, אױב װיל מען נאר עפעס ''גענוג שטארק' קריגט מען עס לבסוף. אײ ער נעמט סיכונים װעלכע זענען פיהלע אפי' דורכגעפאלן בײ אים אלײנס, אפגערעדט בײ אנדערע? נאר דאס לײגט ער אהן די סיבה מחמת ער האט יענץ, אדער יענע האבן, נישט גענוג שטאַרק געװאלט, װאס אימערער עס איז מיט װאס זײ זענען דורכגעפאלן.

נאר װען ער רעדט פון זײנע ארבעטער פאררעדט ער זיך אז רוב פון זײערע זיטן און נאטורן זענען נישט קאָנדוּסיװ פאר זײן ביזנעס. ער כאפט זיך תיכף און זאגט אז דאס רעדט ער נאר מכוח בּאַלעבוּס, װאס ברױך טראכטן פון רװחים אלעמאל, און באמת האט יעדער מעלות און חסרונות און ער קאָנצערטריט זיך אװדאי אױף זײערע מעלות. איך גלײב אים װײל װען איך קום אין געשעפט זע איך אי די דרך ארץ און אי די קאַמעראַדיע מיט װעלכע זײ באציען זיך צו אים. זײן ערשטע און לענגסטע ארבעטער קומט אפילו ארױס פארברענגען מיט אונז אין שװיץ דאנערשטאג נאכט. די שװיץ געהערט אױך פאר מײן ברודער, כאטש נישט אינגאנצן.

אבער קומענדיג פון דער חדר פון װאו ער קומט, פארלײדט ער נישט קײן אַבּסטראַקט. ספעציעל אין דיוּנים און דיסקוסיעס. ס'איז נישט אז ער קען נישט פארשטײן. װען איך אינטרעדוּס נײע געדאנקען, ברױכענדיג פון צײט צו צײט נוצן א טרענסעלײט עפּפּ פאר װילד פרעמדע טערמינען, כאפט ער עס גראדע אױף שנעל. נאר ער איז דאך אַװערס צוזײ.

ער זאגט מיר, ער גלײכט נישט צורעדן אדער דַן זײן אין עפעס װאס איז נישט ממש שױן יעצט נוגע אין פּראַקטישן לעבן. און די נושאים פון ידיעה-בחירה אדער השגחה און תפילה זענען זאכן װאס אױסער װאס ער איז איבערצײגט אין זײ מחמת אײגענע עקספיריענס, איז צופיהל פיליזאפירן װעגן זײ, סתם פארדרײט א קאפ װעגן היפּאָטעזן. דאס צעמישט אים זאגט ער. ס'איז סתם געקײעט אַבּי. אפילו װען איך פרעג אים פארװאס ער אינװעסטירט נישט אין סטאָקס, װײזט ער מיר אױפ'ן מִינִי קאָקאָקאָלע קען אין די האנט אז ער האט נאר ליב צו אינװעסטירן אין זאכן װאס מען קען 'שפורן און זעהן'. גײ טענה דיך אז קאקאקאלע איז ליסטעד.

װי ער דעפֿינירט זיך אלײנס איז ער א פראקטישער מענטש װאס מעסט אַזאך אױב ס'ארבעט, לױט װיפיהל געלט ס'קען דזשענערײטְן. ער מיט איך קוקן אױף א צײטונג און זעהען אנדערע זאכן. ער זעהט פירסוֹמתן, ספעציעל פון זײנע קאָנקורענטן, און איך זעה די געדאנקען און מײנונגען װאס די שרײבער זוכן דיר צו פארקױפן, ספציעל דיע מיט װעמען איך זעה מיך נישט אױג אױף אױג. ער זעהט נומערן און איך זעה אותיות. ער פארקױפט זאכן, איך פארקױף אײַדיעס.

איך האב ליב צורעדן און זיך טענה'ן מיט אים װײל ער איז דער ערשטער מענטש מיט װעם די אַרט פון זיך טענה'ן איז פאר מיך טשאַלעדנזשינג. ער האט א מין הלל'ס געדולד פאר מײנע איבערהאַקוּנגען און א יוּניק פעאיקײט אלעמאל אפירצוברענגען אַן איבערצײגנדע ארגומענט, פון א פּראַקטישע קוק-װינקל. ער זאגט ער האט די געדולד אײנגעקױפט דורך די לְחַצים װאס ער איז אדורך פון נישט האבן צו-צאלן די צװײפלהאפטע גמ"חן סוף חודש. אין די מאדערנע ציװיליזירטע װעלט, איז דאס די נאענסטע װאס מען קען קומען צו א סינאַריאָוֹ װאו מען איז װיטהין שפרונגונג מֶרחק פון א פארציקנדע לײב.

װאס געשעהט אז מען פֿארפֿעהלט זײ צו צאלן אין צײט, פרעג איך? מען װארפט פּאַשקעװילן אין גאס אז דו ביסט א גַנב און שװינדלער און מער זאל קײנער נישט טוהן ביזנעס מיט דיר. און אז מען צאלט יא, פרעג איך? דאַן איז דא א גוטע טשענס אז זײ װעלן דיר שלעפן אין בי"ד, דיך צװינגען צו צאלן א צװײט מאל, און זײ װעלן האָבן געװינען דעם דין-תורה אױכעט װײל דער דײן איז קאָנװיניענטלי אײנגעשלאפן װען דו האסט געטענה'ט דײן קײס.

דאך, ער פארטראגט נישט אײַדיעלס – װאס ער רופט 'אידעלאָגיע'. אבער ער בלײבט שטענדיג רוהיג און קיהל און אנדערש װי אונזער געמײנזאמען פאטער, פארלירט ער קײנמאל נישט דאס גלײכװיכט בײ א טענה'רײ.

װי רוב חרדים, האט ער ליב מײסאַלאַך, אפילו װען ס'איז װעגן די כנסײת-הקבר װאס איך האב באזוכט, און װעגן די אגדות און קבלות אסאָסיאצירט דערמיט, אדער װעגן יעקב צמח און נתן העזתי װאס רירט שױן ממש אָן די װערי הײליגטום, די זוהר, אױף װאס זײן זײדע האט אװעקגעשאָנקען זײן לעבנסארבעט.

אבער ס'איז מיר שװער צו פעסטשטעלן פון זײן געזיכט אלײנס, אױב דאס איז ער באמת נײגעריג אדער טוהט ער דאס בלױז צוליב זײן נימוס צומיר. איך האב דאך נישט אזױפיהל רעספעקט בײ'נעם װי אונזער פאטער האט. נאך אלעמען, אפי' איך יכול טאקע נישקשה, פֿאָפּ איך קײנעם נישט אז װען איך לערן קודש, איז עס לשמה. במילא א קלײם װי דער פאטער האט, צו זײן געלט, דאס האב איך נישט, קלער איך צו מיר. איך בין װי װײַזל האט געזאגט, פארפײנטעט בײ די פרומע און נישט גענוג געלערנט בײ די מאדערנע'.

והאמת, מיט'ן פאטער, קריגט ער זיך אױכעט, נאר נישט אױף אזעלכע יסודיות'דיגע עקרונות װי איך מיט'ן פאטער הרג'נען זיך איבער. נאר מער אױף אזעלכע ניוּ-אײדזש, חסידישע סטיל דרשה'לעך, װי אז דער אױבערשטער גיבט פרנסה װיפיהל דער מענטש װיל, און נישט װיפיהל ער דער אױבערשטער מאכט אפ, אדער אז פאר א איד גיבט השם פרנסה אפילו ער איז נישט ערליך, אױפ'ן שטײגער פון דעם בארדיטשוּבער'ס אדער סאַסובער'ס המלצה זאגן אױף אידן, אפי' פון דעם נידעריגסטן סארט. דער פאטער איז טאקע א חסיד אבער א צוגאנג האט ער גאנץ א ר' יואליש'נס. דער פאטער פארבינד זיך מער צו א שטרענגע און מאָנענדע גאָט פון דער ברית הישנה.

נאר פון מײן ברודער'ס איבערפרעגן און 'מבין דבר מתוך דבר' זײן, פארשטײ איך אז ער איז שנעל קוֹלְט. דאס קומט, האלט איך, א חלק צוליב זײנע דזשינס און א חלק צוליב זײן אזױ שװער-ארבעטן. בכלל שטײט ער אװעק פון קאָנפליקט. בײ קײנעם אבער בין איך נאכנישט אזױ אומזיכער געװען צו יענער פארשטײט באמת מער װי מיר נאר שטעלט אָהן א פנים װי איך בין אים עפעס מחדש צוליב זײנע גוטע מידות.

ער כאפט שנעל אַן עסק. די שמועסן װעגן די מושגים פון גראַװיטי; די ראָטײשְן פון ערטה ארום די זוהן, די אכט מינוט פארצעגערונג פאר די ליכט פון די זוהן אונז צו גרײכן, די עקספּאָנענשְל אױסבּרײַטונג פון די יוּניװערס, און װאס די מרחק פון די שטערנס פון אונז, זאגט װעגן די גיל-העולם?, האבן גראַדע, אפילו פון זײן אינגער זוהן, א טינײדזשער, נישט עװאָוּקט קײן ערנסטע התנגדות. פארקערט, אינטערעסע.

װען די נושא איז פון דארט געפארן צו די קאנצעפט פון װאס קאָליר באַשטײט באמת, האט מײן ברודער אפי' גיך עקסטראַפּאָלירט אױב דאס איז די סיבה פארװאס א שװארצע קאַר, אדער טונקעלע געפֿארבטע הױז, איז הײסער אינװענדיג װי א װײַסער. פון װאנעט קומט צו א יונגל אזא פארשטאנד קאפּאציטעט? זײן טאטע'ס, מײן ברודער'ס, האָרװאניע אין פשוט'ן זין?, אדער דער עלטער זײדנ'ס עיון אין לערנען? שװער צו װיסן אױף זיכער.

נאר װען ער קען, שפאצירט ער אפט אװעק פון מיר כאטש ער קומט שטענדיג שפעטער צוריק זיך אראפזעצן, און פרעגט, "נו װאס זאגסטו?," װי כאילו ממשיך צוזײן פון װאו מיר האבן געהאלטן. איז דאס װײל ער האט נישט קײן זיץ-פלײש אדער װײל איך גײ אים צופיהל אױף די נערװן? פילײכט אביסל פון בײדע. דערפאר גיב איך אוּבּאַכט אים נישט נאכצולױפן. נישט װײל איך דארף פון אים געלט נאר װײל כ'האב באמת הנאה צושערן מיט אים און הערן זײן רעאקציע.

המשך יבוא
 
לעצט רעדאגירט:
המשך פון פריער:

מײן ברודער'ס זײדע, דער מחבר ספרים, האט פון צװישן זײנע צװעלף קינדער און טױזנטע אײניקלעך, נישט זוכה געװען צו קײן אײן ממשיך מיוצאי חלציו. חוץ אײן אײדעם האט ער יא װאס איז עוסק אין קבלה אבער אײדעמער קען מען זיך קלױבן. דאס נוּגט אין הארץ און מיטשעט פאר א הסבר. איך האב אפילו בײ א געװיסע פונקט, פרובירענדיג צו פארשטײן דעם עניגמע, דאס געפרעגט מײן ברודער אין פנים: איז זײן מאמע פֿעד אָפּ געװען פון הימל'דיגע מענטשן אדער איז זײן טאטע ע"ה מער רילעקסד געװען? ער האט נישט געענטפערט בבירור. איז דאס א הײקעלע פונקט?

ס'קוקט אױס ער איז מְצַדֶד דאס איז זײן טאטן צו פארדאנקען. זײן טאטע פלעגט װאשן די פלאָרס אין שוהל, א בחינה װי רש"י מיט זײן בארד, מילא קען איך זעהן פון װאנעט די האָסלער-מײנדסעט קומט. נאר א שאד ער איז אזױ יונג אװעק. ער זעהט אױס פאַרטרערט רעדענדיג פון אים. ער זאגט מיר צופעליג אז זײן טאטע האט יא געשריבן חידושים, אין די נושא פון שמיטת קרקעות, װאס ער האט אפילו אלס בחור, נאר שױן נאך זײן טאַטן'ס פטירה, געדרוקט אין א ספר, צוזאמען מיט זײנע אײגענע חידושים.

נאך שװערע ארבעט האט ער זיך געגרײט דעם ספר מפיץ צוזײן. נאר ער האט דעם אױפלאַגע פון בערך 1000 ספרים געדארפט עװענטועל דראַפּן אין גניזה װײל מענטשן האבן אָנגעמסר'ט בײ זײן רעבין אז דער ספר קריגט זיך מיט אַן אנדער יחיד-מומחה אין די קהילה, װאס האט א פארקערטער דעה אין דער שמיטה-נושא געהאט, און ס'װעט יענעם מְקַפֵחַ פרנסה זײן אױב דיסטריבּיוּט מען דעם ספר. װײס איך נישט צו ס'איז געװען צוליב א בחינה פון "װילאנג דו זאגסט נאך אײגענע, פֿײן!, אבער אז דו קומסט פארקױפן מײנע, זאג זײ כאטשיג ריכטיג נאך?!".

נאר אױף מײן װינדער צו טױש װעט קומען פון אזעלכע װי אים, האב איך מחליט געװען אז 'די דזשוּרי איז אַאוּט'. װי געזאגט טוהט ער נישט אין אידעלאָגיע. װען עס קומט צו א העד-אָן צװישן אים און די רבנים, און נישט אז דאס האט נאכנישט פאסירט, װעט ער שטענדיג קאָמפּרעמײַזן. װײל הגם ער האט יא א דעת להבדלה װעט ער שטענדיג זיך אונטערגעבן צו "דעת-תורה". פארװאס? װײל ער קוקט אױף פארדינסטן. און זײ, די רבנים, אין ריטױרן, אנערקענען אין זײנע כישרונות, תרומות און ניצונג.

צוהאַלט ער אױך אײן פאר זיך די חרדישע סאציאלע פירונגען און רעליגעיזע חומרות אײנגעשטעלט דורך אט די רבנים?, ס'קוקט אױס אז יא אבער װען איך זאג אים אז איך עס נישט בהמה פלײש, קוקט ער עס אָן קוריאַז און פרובירט מיר ארײנצושמאָגלען א טשולנט געקאכט מיט בהמה און טױרקי, האָפענדיג אז איך װײס נישט דער חילוק צװישן זײערע בײדן'ס בײנער. ס'גײט אים נישט ארײן אין קאפ פארװאס א װעדזשיטעריען זאל טריטן זײן הערבּיװערעסנעס אזױ װי כשרות. דאס קומט האלט איך פון א חרידישער קרענק פון נישט מחשיב זײן אנדערע, אז יענע מײנען זײערע דעות ערנסט און װעלן שטײן אױף זײ פונקט אזױ.

װען ער הערט אז איך שרײב אױף קרעמל אומזיסט פאררעכנט ער מיר דריטל בטלן, דריטל עצלן און דריטל נאַר. ער פארשטײט נישט פארװאס איך רעפֿיוּז צו ארבעטן פאר א רעדאקציע װאס הײסט מיך מעקן בילדער פון פרױען. "איז פרױען דײן פראבלעם?".

װען איך זאג אים אז דזשורנאליזם איז בעיקרון, אין א נאטורליכע געזעלשאפט, א דראַנג זיך צו דערגרינטעװען צום אמת און מענטשן װילן לײענען צײטונגען דערפאר, װײל זײ רעדן זיך אײן אז זײ גײען דארטן געפינען די אמת; ולכן האט גאט אײנגעשטעלט אז עיתונאים זענען בד"כ שװארץ-קוקער װעלכע טרעפן פראבלעמען אין געזעלשאפט, און לײענער זענען בדרך כלל אינטרעסירט אין גאָסיפ, כדי אז פראבלעמען אין געזעלשאפט זאלן עװענטוּעל װערן פארראכטן, האלט ער אז איך רעד שטותים.

לדידו איז די פרײע מידיא ביז לעצטנס געװען גענצליך לינקס געשטימט און אז שרײבער מיט א רעכטע מײנדסעט האבן זיך פאר פיהלע יארן ארומגעדרײט אין גאס אהנע ארבעט װײל זײ האבן נישט געהאלטן בײם זיך זעלבסט-צענזורירן. ער איקװֿײט 'רעכטע' מיט װײס-קוקעכץ און 'לינקע' מיט שװארץ-קוקעכץ. אלנפאַלס, פארװאס קען איך נישט שרײבן האלבע צײט פאר חרידישע מידיא און האלבע צײט פאר מײן "אידעלאָגיע"? איך האלט אז ער איז דורכאױס װֿראָנג.

אז מ'רעדט שױן, זײנע מײנונגען װעגן עזה זענען נישט צו אונטערשײדן פון אונזערע ברודער אין יהודה ושומרון. אײן טאג באזוכנדיג אין געשעפט בין איך סורפּרײַזד געװארן צוזעהן עמיצן מיט א לאנגן ביקס אױף די איקסלען טיקן א אײטעם-ליסטע בשעת'ן רעדן הין און צוריק מיט זײנע ארבעטער און מײנע אנדערע שטיף ברודער. "אה, דאס איז א סוּפּלײַער אונזערער װאס איז פונקט יעצט אין מילוּאים. ער פארזארגט אונז מיט פּענעס". איך האב מיך שטיל אונטערגעשמײכלט, דערמאַנענדיג זיך פון די מדרש אז די קינדער פון ביתר זענען געװען אזױ פילצאָליג כחול הים, אז זײ זענען ארױס מלחמה האלטן מיט די רומאים בײ די מרד בר-כוכבא, מיט זײערע בּלײַען אין די הענט. עפעס אזױ.

װען עס קומט צו משפחה איז ער א געװאלדיגע בעל-צדקה. ער טראכט נישט צװײ. װי אױך האלט ער נישט קײן גראָדזש. ער שטיצט אזעלכע משפחה, אפילו װען זײ האבן אים געטוהן רעות מיט יארן פארדעם. מיר איז ער אפילו נאענטער װי אַן אמת'ע ברודער. ער האט מיר שױן פריער געהאלפן אמאל מיט געלט אין א צײט װען איך האב קײנעם נישט געהאט. די גאנצע טריפ יעצט האב איך אים צופארדאנקען. װאס איך דארף קען איך אים בעטן. ער איז שטענדיג גרײט פאר מיר.

איך זוך צופארשטײן, װאס דרײװט אים צוגיבן צדקה? שטעלט זיך ארױס, זײן געפיהל עס זאל זײן גוט פאר מענטשן. פארװאס האט ער מיר אױסגעצאלט דעם טריפ, װײל ער האט געװאלט ס'זאל מיר און פאָטער גוט זײן. אז אים גײט גוט װיל ער אז אנדערע זאל אױך גײן גוט. דאס איז אױך די חיות װאס ער באקומט אױך פון זײן סאַוּנאַ און סְפּאַ. דער געשעפט איז צומאכן געלט, איז ער מיר מסביר, און דער שװיץ איז צו הערן דעם "שקױעך, האסט מיר געמאכט דעם כיף פון טאג!". "קײנער קומט מיר נישט זאגן, שקױעך פאר די װאַנע שטאָפּער װאס דו האסט ארײנגעברענגט פון כינע."

הגם ער איז מודה אז די שװיץ האט ער אױך טײלװײז געעפנט נאר צוליב א עיכוב צו זײן ארגינעלע פלאן ארױפצוציען דירות אױף דעם ארט – דער עיכוב אױך נאר צוליב א טריצוּנג װאס ער האט מיט דער לאָקאַלע גארװערנמענט. סאָוֹ װען די ביוראקראטישע רעדער פון דער קאָנסול װעלן זיך אָנהױבן דרײען װעט ער קען זײן צענעמען דעם שװיץ-פּראָיעקט? מעגליך, ײתכן אז יא. נאך אלעם איז דא דארט מער געלט.

ער פארשטײט גארנישט, און עפנט אױף מיר צװײ אױגן, װען איך סוגדזשעסט האלב און פרעג האלב, אױב מיט זײן געלט קען ער זיך אױך אפרעכענען אין דיע װעלכע האבן אים אמאל שלעכטס געטוהן. קען מען דאס דזשענערלײזְן אױף אלע גבירים? פארװאס האבן מענטשן אזא פאלשע בליק אױף גבירים? ער איז טאקע נישט קײן גביר יעצט אבער אז ער װעט זײנע הלװאות אפצאלן װעט ער זײן אױפ'ן װעג אהין.

און למעשה, טראץ די שװערע ארבעט און די כסדר'דיגע צדקה װאס ער ברױך מסתמא שנוּדערן פאר משפחה און קהל - אפילו װען יענע פױלעצן לשמה בשעת װאס ער פלאגט זיך אזױ פאר זײן געלט – טראגט ער זיך פונדעסטװעגן, מענטעלי, ארום מיט א פאזעטיװע בליק אױף די װעלט און אױף זײן סביבה. און נישט סתם, נאר ע"ד 'איגנאָראַנץ איז בּליס'. ער יאָגט זיך נישט צוװיסן זאכן װי איך. ער האט אפילו רחמנות אז איך בין אזױ האָנטעד בײ מײנע ידיעות און רײץ פאר װיסענשאפט. מסתמא טראכט ער דאס איז א טײל אדער גורם פון מײן מחלה. "ס'מוז זײן אז די ענדזשױסט פֿאָרט זיך צוטענה'ן מיט טאַטי," זאגט ער מיר עטליכע מאל, מיט א שֶמֶץ פון קאָנטעמפט און זלזול.

אבער װען איך באטראכט זײן אײגענע געזונט קוקט אױס אז די ביזנעסער האבן אױף אים אױך גענומען א טאָל. עס איז אַפּפּערענט פאר אבזערװירער אז די אונגעהױערע פרעשור װאס ער איז נאכאנאנד אונטער, שלאגן זיך אױס אױף זײן געזונט פיזיש און גײסטיש. ציגארעטלעך מאכן זײער װעג ארױס פון בּאָקס און ארײן צװישן די ליפן, אין רעפּיד סוּקסעשְׁן. זײן גוף אױסגעדאַרט און הױט צעאַקערט פון דאגות און סטרעס. ער זעהט אױס א צען יאר עלטער װי מיר װען ער איז באמת אינגער. דאך ליגט אױסגעלײגט אױף זײן צורה א סארט הדרת פנים. א געשטאלט פון עמיצער װאס איז אױפ'ן װעג צוװערן א ראש הקהל װײל ער האט זיך דעם אָרט פארדינט. ער קען דערהײבן די היץ.

אבער װען איך בעהט אים צו נעמען א בּרײק און זעהן א דאקטער מאכט ער עס אװעק, ספעציעל אזױ װײל ער גלײבט נישט אין קאָנװעשְנְל דאקטױרים אסאך. זאג איך דערפאר אנשטאט פאר אונזערע עלטערן, אז זײ זאלן אים מעודד זײן, מער נאכצוקוקן זײן העלטה. װאס א מענטשן'ס מֶרֶץ קען אלס אפטוהן צו זײן אײגן געזונט.

אין א שמועס אײן נאכט װעגן מײן אײגענע פסיכיאַטרישע קראנקהײט, פארצײלט ער מיט ענטוּזיאַזם װי ער פיטערט זײן װײב מיט טבעוני'דיגע צמחים צוליב א געװיסע בלוט-פראבלעם װאס זי האט יעדן מאל זי גיבט געבורט, און אז ער קלערט גאר אז איך זאל מיך צוכאפן צו האָמיאָפּאַטיקס. װאַקסינען איז ברור בײם אים זענען נישט געזונט, און סײַד-עפֿעקטס זענען לױט אים א באװײז אז א מעדעצין איז נישט געזונט פאר'ן מענטש.

ער זאגט, א ראיה די צמחים העלפן, װײל נאך עטליכע יאר איז ער געגאנגען מאכן א קאָנװענשְנְל טעסט און נישט אױסגעזאגט די דאקטױרים אז זי איז שױן יארן אױף די געװיקסן, און אז ער נעמט נישט זײערע פארשריבענע מעדעצינען, און דאך האבן זײ גארנישט אױסערארדענטליך באמערקט. ס'איז מיר נישט לײכט געװען צו ברענגען אַקראָס דעם געדאנק אז א פראבלעם קען זיך אנטװיקלען צוביסלעך און באהאלטענערהײט, במשך יארן און דאַן, פלוצלונג װען זי װעט האבן א נעקסטע קינד, װעט חלילה אלעס עקספּלאָדירן.

איך האב מיטלײד מיט זײן פרױ. זי איז א שײנע און א פארשטענדליכע, און זי האט אים געגיבן זיסע פינף מײדעלעך, אינקלודינג אַן עדאָרעבּל אידענטישע צװילינג מײדעלעך, מיט אײן אינגל, װאס כאטש ער זעהט זײ מסתמא װײניג דורכ'ן װאך, פארברענגט ער שײן מיט זײ שבת און זײ האבן צו אים גרױס הערצה און ליבע.

שבת נאכמיטאג זעצט ער זיך אראפ מיט זײ ענדיגן גאנץ תהילים, דרײ מאל, דורכ'ן זיך אײנטײלן די קאפיטלעך. איך קען נישט טראכטן פון א מער לאנגװײליגער און פּױנטלאָזער עקסערסײז װי דאס, צװישן מיר און מײנע קינדער, אבער אז איך זעה עס בײ אים בין איך עס מחשיב. ס'קומט פון אמונה פשוטה און ס'האט א געװיסע איננאָסענטס צו זיך.

זי, זײן פרױ, טראגט א חשוב פלאץ בײ אים אין הארץ װײל ער ברענגט און טראגט איר איבעראל, און אינאָװענט, חוץ װען מען פארברענגט ליל שישי, מאכט ער זיכער צוזײן אינדערהײם פאר חצות, טראצװאס דער ספּאַ הערט נישט אױף ארבעטן בײנאכט. און װען כ'האב אים געזאגט דאס איך פיהל נישט באקװעם זי זאל זיך מטפל זײן מיט מײנע שמוץ װעש, אױב איך קען עס ענדישער װאשן בײ אים אין ספּאַ, האט ער מיך גראטולירט אױפ'ן געדאנק.

נאר אױף מײן װינדער צו זי איז אױף אײן פײדזש מיט אים האבן די עטליכע קלײנע דעטאלן װאס כ'האב באמערקט - װי דאס אז זי זיצט אין פאָרנט װען ער פירט איר מיט זײן װען, און דאס אז שבת גלײכט זי א געזונטן זופ פון די טרוקענע װײן און שארפע ברױנפן, און האט אױך ליב צו טונקען די רױטע מעלאוּנע סלײסעס אין גלענליװיט - מיך גורם געװען גלײבן אז לכה"פ צו הנאות און מסתמא געזעלשאַפֿטליך, פארשטײען זײ זיך.

זײן פרױ דרוקט אױך אױס אינטערעסע אין אונזערע שמועסן אבער װען איך דערװאַג זיך צו קװֿעשטענען װאו עס ליגט די רחמנות אין מאכן שילוח הקן, פרעגט זי מיט װינדער, 'איז דען נישט די װעלט, און אלעס װאס אין איר, ספעציעל באשאפן פאר'ן מענטש?' איך טענה נישט צוריק. סוכ"ס איז זי נישט מײן רעספּאנסעבּילעטי און כ'װיל נישט סאַוּנדן אַבּרײסיװ צו אזא טײבּעלע.

אױף מײן פראגע אױב זי לײגט צוריק די אײער, זאגט זי אז זי האט ליב צומאכן אָרנעמְנטס אין גלאָז פון די אײערלעך און לײגן צװישן די טשאַטשקעס ארום איר הױז. מײן ברודער פון דער אנדערע זײט, װינדערט זיך פארװאס איך האב אזאַ רחמנות אױף די פױגל, װען לױט אים, און אַרגיוּבְּלי פילע אנדערע חרידים, האב איך נישט גענוג רחמנות אױף מײנע אײגענע קינדער.

איך האב גרױס עהרע פאר אים, צוזאמען מיט גרױס רחמנות אינאײנעם. עהרע צוליב זײן לב-טוב און רחמנות װידער צוליב זײן לב-טוב; אפשר נוץ איך אים צופיהל אױס. זײן זײדע'ס בוך-חכמה בין איך נישט זיכער אז ער האט געירשנ'ט אבער זײן ענדוּרענץ יא. ס'טײטש, זיצן איבער די קלײנע אותיות און צוזאמענרעכענען שֶם קְסָ"א און קְמַ"ג אַגאַנצן טאג פארלאנגט טענאַסיטי.

נו, שפינאָזע'ס אײניקלעך טוען אױך נישט עפעס װײסעך װאס. נאר זײ זענען הײנט די בעלי בתים פון די צװײט-גרעסטע טשײן גראסערי אין די יוּ-קעי – סײנסבּוּריס. אָנפירן געשעפטן זאגט זיך לײכטער װי געטוהן. "ס'קען זײן אז דאס פיליזאפירן איז טאקע נאר די מיטל. אפשר איז די ציהל גראָד לְהִתעַנג," פרעג איך מײן ברודער? ער הערט מיר נישט, ער איז אינמיטן פארדביקות װערן אין מאָטי װיזל'ס א ניגון אױפ'ן גרױסן מסך װאס באצירט די װאַנט נעבן פּוּל. ער האט נאר ליב שטאַטע ניגונים זאגט ער. אזױ?, איך האב נאר ליב שנעלע. פילײכט איז דאס א קְלוּ.
 
לעצט רעדאגירט:
@קץ דוחק זייער שיין. וואס שיין? הערליך! וואס הערליך? אויסערגעווענליך.

ס'ליינט זיך ווי א טאג בוך פון א משכיל/ציוני אין 1926 ביים באזוכן זיין דארפישע ברודער אין ווילנא.
 
@קץ דוחק זייער שיין. וואס שיין? הערליך! וואס הערליך? אויסערגעווענליך.
💯 ממש אין מילים!

כ'האף נאר אז דיין ברודער האט נישט קיין פאראיבל, אז דו פאקסט אים אזוי אויס ברבים.
אונז האבן זיכער א געוואלדיגע הנאה, און איך האף אז דו גייסט אנקומען צום עיקר, איבער דיין גאנצע באזוך אין ארץ ישראל, אלע שטעט ווי דו ביזסט געווען וכדו'.
 
איך האף אױך אזױ. כ'האב נישט געשריבן עפעס װאס װאלט מיך געבאדערט אז מען שרײבט װעגן מיך.

איך האב נאך אײן ארטיקל געפלאנט, אױך אױף אַן ענליכן שניט, װאס כ'האב נאכנישט אָנגעהױבן.

איך בין כמעט נישט ארומגעגאנגען. כ'האב בעיקר פארברענגט מיט משפחה.
 
המשך פון פריער

אינדרױסן איז בריעדיג. איך פארשטײ נישט װי-אזױ מ'קען הנאה האבן ציען פון ציגאַרעטלעך אין אזא היץ. און נאך אזעלכע גרױסע סאָקען װאס מײנע ברודער גיבן. זײ אטעמען דורכ'ן ציגארעטל. ס'פעלט קײנעם פון זײ אנדערע געזונט פראבלעמען, דער אױף צוקער, דער מיט א טשיפּ אין קאפ אבער פון די ציגארעטלעך קענען זײ זיך נישט טײלן. דאך, איך נעם אָן די אָנבּאָט פון א ציגארעטל. מען טאר קײנמאל נישט זײן א קיצוני װיל איך דאמענסטרירן. איך האב דעם אױבנדערמאנטן בּיף טשולנט אױכעט געגעסן, נאר אָהן די פלײש.

נעקסט אױפ'ן סדר היום איז ארײנפארן צו ירושלים זיך טרעפן מיט'ן פאטער ('טאַטי' פון דא און װײטער). מײן ברודער שטיפּט מיר ארײן אפאר עקשנות'דיגע הערעלעך װעלכע זענען ארױסגעפאַלן פון הינטערן דאַשיק. ער האט אינזינען מאמי. זי איז מקפיד אױפ'ן אױסזעה. אינאמת'ן איז מיר שװיציג מיט די פאניטײל אזױ פארשטעקט און פארבונדן אגאנצן טאג הינטער א װינטערדיגן דאשיק. נאר דאס איז געװען די פשרה צװישן אפשנײּדן אדער בכלל נישט קומען אױף דער באזוך.

טאטי, ברױכענדיג אדאפטירן די משפחה קוריקולעם, האַלט האָר איז געפערליכע קליפות. איך זאג איך גלײב נישט אין קײן קליפות. אױף דעם װערט ער שױן אױפגערעגט. איך זוך אױסצומײדן נאכאמאל א געפעכט צום װיפלטן מאל, װעגן ר' משה די-ליאון און ר' יצחק דמן עכו. דער אמִתִּיות הזוהר גײט אים בנפשו. אנשטאט דערמאן איך די מקובלים װעלכע פלעגן זיך דוקא יא שערן די בארד, אלס א פארקערטע ארגומענט. װען דאס העלפט נישט ברענג איך דעם 'נזיר' פון תנ"ך צומײן רעסקיוּ. טאטי זאגט איך בין נישט גענױ א נזיר. אפגעשײדט פון א אשה הײסט לדידו נישט קײן נזירות.

איך גײ צום גרױס כביש װארטן אױפ'ן באס. אין לאנדאן רופט מען זי א דְיוּל קערידזשװֿײ. קארס, טראָקס און אוטובסים פאָרן דארט ארום 70 מפ"ש. דארטן, בײ יענעם באס סטאפ, איז דא א גרעסערע אױסװאל פון באָסעס צו ירושלים. די זון בּאַקט אומדערטרעגליך. א בחור'ל קומט צו שפאנען מיט שנעלע טריט. ער טראגט א פנים פון א צעפלױגענער דזשיניעס, א למדן. ער שטעלט זיך נישט אפ נאר שפאנט װײטער אין נאָוֹ מענס לענד. װאס טוהט א בחור'ל שפאצירענדיג אין די זײט פון אזא מסוכנ'דיגע כביש כחום היום? מײנע אױגן פֿאַלױען אים.

שטיקלעך פאפיר, סינגל בלעטער פון אלגעמײנע צײטונגען פליען אין די הײסע װינט און קױלערן זיך אױפ'ן כּביש. פילײכט צײטונגען ארױסגעװארפן פון אומאחריות'דיגע דרײװערס װעלכע שטעלן זיך צײטנװײז אפ אױסרײניגן די שמוץ פון זײער אױטא, ארױס אױפ'ן ראָוּד. די װינט דזשענערײטעד פון די שנעל דורכפאָרנדע מאשינען העלפן די צײטונגען זיך הױבן אין די לופטן, זיך אפטײלן נאך מערער, און פאַר די אינדיװידועלע פײדזשעס, זיך אױסצושפרײטן, דאס רוב ענדיגן אָפּ אױף די זײטן פון דער כביש, פארכאפט צװישן די װילדע גראז און דערנער. דער בחור'ל הױבט יעדן פּאַפּירל אױף, װעלכע ער קען נאר לײגן א האנט אױף, שטעלט זיך אפ, גײט צװישן די הױכע גראזן אזױ מען זאל אים נישט זעהן, און לײנט זי דורך מיט נײגער. דער באשעפער טרעפט זיך זײנע װעגן צו זעטיגן די לעכצנדע.

איך פאָר בכװנה נישט מיט די 'מהדרין' באס. דען איך װיל נאך מײן סמאַרטפָאוּן אין אײן פִּיס ביז צו די ענדע פון מײן טריפ. אבער אפילו אױף די אלגעמײנע באס איז געפּאַקט מיט חרידים. א טאטע, אזא שלום שטיסל טיפּ, לאזט מיר זיך נישט זעצן נעבן אים, דארטן װי זײן בּעֶג זיצט. ער װײזט מיר אָן אנשטאט זיך אראפצוזעצן נעבן זײן זוהן א בחורל. ליטְל דיד הי קנאָוֹ װאספארא כלי-משחית איך האב ליגן אין טאש.

כ'האב זיך ליב צו באװײזן מיט מײן הײַ פּיקסל רעזעלוּשען סקרין. קודם קוק איך נאר אזױ אומשולדיגערהײט אױף גוּגל מעפּס. דערנאך סװיטש איך צו ”קרעמל„. איך דרײ אױס דעם טעלעפאן אױף לענדסקײפּ. פלוצלונג גלײך איך צוקוקן אױף מײן טעלעפאן פונדערװײטנס, לאזענדיג דעם טעלעפאן ליגן אנגעשפארט אױף מײנע קניען.

דער בחור'ל הױבט אָן רעדן צו מיר: ”איר קענט דאס ביטע ארײננעמען?” ”נײן!,” סנעפּ איך צוריק. ”אז עס שטערט דיך?, קוק נישט אױפֿדעם.” זײן טאטע האט אצינד שױן מסכים געװען דער בחור זאל זיך טױשן מיט זײן עלטערע ברודער. ער פאָרט קוקט אױס, מיט דאס גאנצע געזונדל.

האב איך אצינד גורם געװען אז דער בחור טראכט יעצט שלעכטס אױף סמארטפאון באנוצער? קען זײן, אבער איך בין נישט דא צו שמד'ן קלײנע בחורלעך, בארוהיג איך מיר; און אז איך זאל נישט קוקן אױף מײן סמארטפאון װעל איך נישט װיסן װאו אראפצוגײן און כ'װעל פארלױרן װערן. און דאַן װעט מײן ברודער אױפהערן זיך װינדערן װי-אזױ איך געב מיך אלײנס אַן עצה ארומרײזן איבעראל, אין א פרעמדע מדינה? און אז דער בחור'ל װעט עלטער װערן װעט ער פארשטײן אז װאס ער האט איצט געטוהן איז אױך נישט מענטשליך. הממ., זײ נישט אזױ זיכער?, טראכט איך מיר.

אױפ'ן באס טוהט זיך א גערודער העכער פון סײ װאס איך האב אמאל אין לאָנדאן בּײגעװױנט. אז מען האט נישט קײן סמארטפאון, און מען קען נישט טעקסטן, פּלאַפּלט מען אױפ'ן טעלעפאן דער גאנצער צײט. הינטער מיך בורטשעט עמיצער אױפ'ן טעלעפאן. ס'הערט זיך װי ער לערנט מס' בבא בתרא. נאר ס'איז מיר שװער אױפצוכאפן װען ער רעדט פון לערנען און װען ער רעדט פון אײגענע געשעפטן. אלעס זאגט ער אױף דעם זעלבן טוּן.

פארנט פון מיר זיצט א עלטערער קלײנטשיקער אידל און נעבן אים א פולער בחור װעלכע פּרײַט אים דעם קאפ מיט פיליזאפישע טערמינען װעגן שכר ועונש. דער אידל איז אין זײן פולער עלעמענט.

דער דרײװער רעגט זיך און אסר'ט פאר װער עס זיצט אין פארנט צורעדן אױפ'ן פלאפון. דען נאר ער מעג הױך אין אראביש דַרש'ענען װיפיהל ער װיל אױף זײן אײגענע טעלעפאן. דער מסגן ארבעט אױף טױזנט און ס'פרירט מיר די בײנער. אױפ'ן כביש איז געשען א תְּאוּנה און די קישקעס דרײען זיך מיר איבער פון די אומאױפהערליכע, פֿאָר-און-סטאָפּ אָסילײשְנס.

מײנע אױגן קוקן ארױס, פון די פענצטער, אױף די בערג אָנגעזײעט מיט דערנער, שטײנער און לײדיגע אױסגעקראָכענע פּעטשעס פון לאנד לרוב, אױף װעמען די זון באקט אָהן רחמנות. אין א היץ אין װעלכע לכאורה נאר שלענג און עקדישׂן קענען איבערלעבן. א לאנד װעלכע פיהלט נישט קײן טראפן װאסער דורכאױס דעם זומער. איך װינדער מיך אױב דאס איז דער ארץ זבת חלב ודבש פונװאס דער תורה רעדט אזױ. װי-אזױ קען מען אױף די לאנד פלאנצן בכלל? אױף די לאנד שלאגט מען זיך אזױ?

אנקומענדיג אין ירושלים דארף איך טױשן באס בײ ירמיהו\הצבי. די באסעס זענען אָנגעשטאָפט מיט מענטשן פון אלע פארעמען און סײזעס, עד אפס מקום. ענדליך בין איך מצליח זיך ארײנצוקװעטשן אין א באס. װי נישט װי האב איך אַן עדװענטעזש – אנדערש פון די פרומע, קען איך מיך ארײנשטופן פון סײ װעלכע טיר.. װידער גײט אױף די באס אזא הױכע רעש.

דא זיצן א חבורה גאר אינגע חסידישע אינגעלײט מיט אײן עלטערער ליטװישער אינצװישן און רעדן צװישן זיך אין עברית מיט א שװערע אקצענט. ער שיסט יֶדַע. אײנער פון זײ האלט א סינגל A4, װאס זעהט אױס װי א מין קאָנטראַקט, אין א פּאָנטְשּד-פּלאַסטיק-פּאָקעט. ער האלט עס װי מען האלט א 'הצטײנות' פון חדר. זײ זענען יעצט אױפ'ן װעג צועפענען א ביזנעס אַקאַונט מסתמא. דער ליטװישער איז דא אױף ארױס צוהעלפן מיט קאָמיוניקאציע. אדער איז ער דער װאס נעמט זײ גאר אױף א רײַד – אַן ”אינװעסטמענט” סקעם.

די באס װארפט זיך און הערט נישט אױף צומאכן װילדע שאָרט-סטאָפּס. אינמיטן, אין דעם בױך פון דעם באס זיצן 7 קלײנע קינדער אױף דער ערד. אלע אָנגעטוהן די זעלביגע. דער טאטע, אױך א ליטװאק, מיט א שײן צוגעפאסטן היט, קורצע רעקל און געביגְלטע ציצית, גיבט אובאכט אױף זײ. איך נעם אָן ער ארבעט אין הײַטעק. ער לאזט זײ זיך נישט אױפהײבן. דאס איז זעהט אױס א סגולה נישט אומצופאלן.

פלוצלונג מאכט די אױטאבאס אזא װילדן דרײ, און עס פליהט עפעס א פרעמדע אינגל ארױף אױף אײנע פון זײנע קלײנינקע. ער צעװײנט זיך שטארק און דער טאטע װערט אין כעס. דאס איז שױן דאס צװײטע מאל װאס עמיצער פאַלט אױף זײנע קינדער ארױף. ער װיל נעמען דעם פרעמדן אינגל און צעמקל'ן פארװאס יענער שטײט נישט אױף אײן פלאץ בשעת װען דער באס װארפט זיך. מיר, די צושױער, דארפן אים פיזיש אפהאלטן און זיך אננעמען אױף דעם אינגל - װאס האט פילײכט נאר זיך געזוכט צו רי-פּאָזישענען, כדי ער אלײנס זאל נישט אומפאלן - דען ער איז נאך א קינד און איז נאכנישט צוגעװױנט אז אױב רוקט מען זיך בשעת די אױטאבאס פארט, און מען כאפט זיך נישט אָן בײ די האַנט, פאלט מען. און עניװײ, װעלכע נאַר זעצט אױס זײנע קינדער אױף דער ערד. זאג זײ זאלן שטײן, און זיך שטארק אָנכאפן װי יעדער. אין קאפ קומט מיר דעם 'איש את רעהו חײם בלעו'.

אין ירושלים גײ איך אראפ אױף כיכר השבת און שפאציר-צו ביז מאה שערים נעבן שִבטֵי ישראל. די גאסן זענען געפאקט מיט אלע סארטן אומגעװענליכקײטן. דא שטופט א רעביש קינד א הענט-טראָק. אַן אלטער איד מיט א קאַפֿטן אָנגעקלײדעט, שטופט א װֿהיל בּעררעל מיט ארבעטס-כלים. א איד קומט אים אנטקעגן און שטעלט זיך אפ רעדן מיט אים און בלאָקירט דעם גאנצן טראַטוּאַר אדער טרעפּל װי די ירושלמײם רופן עס. אז די טראטואר איז בלאקירט, גיסן זיך אלע מענטשן פון הינטער זײ, איבער אױף די כביש װײל דער שטראם הערט נישט אױף אפילו פאר א רגע.

א קלײן מײדעלע שטופט א ברײטע אײזערנע לעכעריגע אײנקױפֿ-װעגעלע װאס איז העכער פון איר. איך פרעג זי צו זי האט א רשיון. זי קוקט מיך אָן װי פון די לבנה אראפגעפאלן. איך האב ליב צו מאכן אפי' קלײנע קינדער לאכן. ספעציעל דא װי ס'לעבן איז אזױ שװער און עס קומט זײ נישט אזױ אפט אָן צולאַכן.

די װענט פון די הײזער זענען באדעקט מיט גרױסע פלאקאטן װעגן גיוס בחורים ואברכים. 'לא נװתר אפי' על נפש אחת' שרײען די צעטלען. איך זעה נישט קײנעם זיך אפשטעלן לײענען די פּאָוּסטערס חוץ אײן ספרדישע קלײן מײדעלע מיט איר ברודערקע בײ די האנט. זי האט מסתמא נישט קײן ביכלעך אינדערהײם. פארװאס אבער זענען די צעטלעך אזױ בּלענד? אפשר װײל ס'נישטא קײן צײט צו פארברענגען אױף די גראפֿיקס װען יעדן טאג דארף מען זיך ספראװען מיט א פרישע פירצה.

אױפ'ן װעג, גײענדיג צו טאטי'ס הױז, באגעגן איך מיר מיט די מיסט-טראק װאס נעמט צוזאם די מיסטן בײ די װינקל פון רחוב חבקוק. זעה איך װי ער ציעט ארױס א טיפע קאסטן פון אונטער די ערד. דאס האבן זײ געמאכט אז מער זאלן די פרומע נישט קענען פארברענען מיסטן, און די קאַנעס ארױס קױלערן אינמיטן כביש בײ הפגנות. נאר דאס שאפט אזא שטינק און גערוך אז עס מישט זיך אױס מיט די שמעק פון די קיכעלעך פון 'מאפית נחמה' און צוזאמען װערט דאס א יוּניק געשטאנק, אײגענאַרטיג צו מאה שערים.

איך באטראכט די הײזער און װינדער מיך אױב מען טשעקט זײ אמאל פאר זײער שטארקײט אזױ װי מען ברױך טשעקן בריקן מזמן לזמן. װי-אזױ האבן נישט מענטשן מורא דא צו װאָקן אונטער זײ אױב װעט ציגל אפשר ארױספאלן פון פלאץ אױפ'ן קאפ ארױף? אזױ אלט און צעברעקלט זענען די הײזער.

אין זײן הױז נעמט מיך טאטי אױף זײער װארעם. מען אינטרעדוסט מיך צו די דרײ מײדלעך. זײ האבן אצינד חופש. אײנער איז א גרױסע לײנערקע. די אנדערע בעהט פון טאטי זאל איר אנפיהלן דעם נַגַן מיט נײע חרדי פּאָפּ-מוזיק. זאַנװיל װנ"ב סטײל. די דריטע קערט און ראַמט די גאנצע צײט. זײ גרײטן זיך גײן זעהן א גרױסע מעדזשישען װאס די זומער-שולע האט אראנדזשירט פאר זײ. מעדזשיק איז א מותר'דיגע פארברענג. פאר די מײדלעך עט-ליעסט. װי איז נאך אז עס רי-אינפאָרסד מושגים װי כישוף און מאגיה אז זײ זענען עכטע פענאמענאן.

”דו מײנסט עס ערנסט אז ס'איז נישט עכט?,” פרעגן מיך די שװעסטער מיט װינדער. ”פונקט אזױ, לאמיך אײך פארצײלן װעגן א װֶעט װאס עמיצער, א גרױסער צױבערער, דזשײמס רענדי האט אמאל געמאכט,” און איך מיט טאטי פארגײען זיך אין א שמועס װעגן די מחלוקה צװישן רמב"ן און רמב"ם בנוגע כישוף. די קינדער ברענגען צוריק אהײם פילמען פון דער צױבערער, װאס זײ האבן אפגעכאפט מיט אלטע 2000'ס סטײל װידעאו-קעמערעס. זײ קוקן עס איבער און איבער צו איבערצײגן זיך אז דאס איז טאקע נישט עכטע כישוף.

טאטי און מאמי באנעבעכן מײן זיך-שאָקלען כסדר - די סײד-עפֿעקט פון מעדיקײשאן. איך בין שױן צוגעװױנט. פון דארט גײט די שמועס אודך צו אָלטערנאַטיװ מעדיצין, און פון דארט צו װאקסינען און זײער שעדליכקײטן. לדידם, איז דאס אז די מײנסטרים חרדישע רבנים זענען דאס מעודד, א סימן אז די רבנים זעלבסט זענען קארופטירט. אבי איך טרעף א צד-השװה ערגעץ מיט זײ. הגם טאטי איז נאך אױפ'ן גדר לגבי דער נושא. ער האט פארלױרן א שװעסטער צו אלטערנאטיװע מעדעצין.

די הױז איז פול מיט עלונים װעלכע מען ברענגט פון שוהל אהײם. אײנע זאגט יא װאקסינען, א צװײטע זאגט נײן. אפילו די גאסן, װעל איך שפעטער אױסגעפינען, װערן כסדר באװארפן מיט פאשקעװילן װעלכע פארשרײען דאס זיך װאקסינירן, פסק'ענענדיג אומצװײדײטיג אז דאס איז גורם אוֹטיזם.

צװײ זאכן רעגן מיך גאר שטארק אױף װען איך קום צוריק אין די אלטע חדר. אײנס, די פולע שענק איבעראל, אין די הײמען און שוהלן, אנגעשטאָפּט מיט שאפעס פוהל מיט ספרים פון אלע ערלײ נושאים װאס האבן נישט קײן טראפ רעלעװאנץ צו דער עכטער װעלט אינדרױסן. און אױף זײ גיסן זיך איבער, יונג און אלט די קעפ, אלע שעה'ן פון טאג און פארשװענדן זײער לעבן אױף זײ. מיט אזעלכע ריזיגע פראיעקטן װי ארטסקרול, שטינזלץ, אוצר הספרים און ספריא. װער לאזט זיך קאסטן פאר די אלע זאכן? װאס זענען זײ פונדעם מרװיח? און די אלע באמת װיכטיגע ספרים זענען מונח בקרן זװית.

און דא אזא שאלה: אױב איז עס הײנט אזױ, קען מען אָננעמען אז ס'איז שטענדיג אזױ געװען, און די תנ"ך און תלמוד למשל זענען טאקע 100% מדיוק? (דער תרגום השבעים למשל איז בלי ספק אױך א ריזיגע פראיעקט געװען װאס איז אָנגעגאנגען און האט גענומען צװישן 250 און 300 יאר). אדער זאגט מען פארקערט, די אלע פראיעקטן, סאָמהַאוּ פּאַראַדאָסיקלי, פארמערן נאר דיפערענצן און טעותים?

און די צװײטע זאך װאס רעגט מיר אױף, זענען די מיליאנע גליונות און עלונים װאס יאַװען זיך א דײַם א דאָזען. דאס רוב פון זײ העתקות, ציטאטן פון דרשות, און איבערגעדרוקטע זאכן פון פאַראַיאר און צװײ יאר צוריק, װעלכע קײנער לײענט במילא נישט.

דא קען זיך יעדע רעבעלע אױסגעבן. יעדער מלקט'ל אדער װאס קען אביסל לשון קודש נעמט דארטן אױף א בלעטל-צװײ. אפילו פאר זוהר מיט עברי טײטש איז מוקדש דארטן א קאָלום, נאר פארשטײט זיך אױך צענזורירט דען מ'גײט נישט מסביר זײן פאר בחור'לעך די 'נוקבא הנפרדת ונוקבא בגופו של הזעיר אנפין'.

נאכאמאל ר' יעקב מאיר, נאכאמאל דער סלאָנימער מיט דברי-קנאות װעלכע גרעניצן זיך מיט אלימות, נאכאמאל הלכות שבת, װי דין מעג מען צושנײדן סאלאט? װי-אזױ קען מען עפענען א עסן אזױ אז ס'זאל סײ זײן, נישט אױף די געװענליכע װעג און סײ עס זאל נישט ארײנשנײדן אין אותיות?

װיפיהל דברי-תורה קען מען שױן לײענען אין אײן שבת װען חידושים זענען נישטא? סתם אױף ציטירן שטיקער ספרים קען איך דאך לערנען די ספרים אלײנס. אבער אײ גֶעס אידן דארפן פרנסה. און איך דארף מיך נישט אזױ עסן; @מימון זאגט, אבי מען לײענט און מען לערנט זאגט. זאל עס זײן װאס נאר.

המשך יבוא
 
1757366669996.webp
1757366707402.webp

1757366726158.webp
 
Back
Top