Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אוקעי לאמיר אנהייבן שרייבן אביסל פון וואס איך קען פון 'סדרות ישראליות':איך דערנטרענק מיך דא צווישען די אלע סחורה,
אוסף סרטים וסדרות בדרייב ע"י יוני – Google Drive
איינער קען ממליץ זיין אויף גוטע?
ווי קען מען עס געפינען?לעצטנס איז דא א פרישע סעריע 'חזי ובניו'. די וואס האבן ליבן עכטע איזרעילישע שאוס מיט אלע איזרעילי קלאפערגעצייג (אזוי ווי איך), וואלטן הנאה געהאט פון דעם
אקעי, ווי קען איך מיר שנעל אין גרינג אויסלערנען א גוטן עברית, מיין שפייעכטס רינט.אוקעי לאמיר אנהייבן שרייבן אביסל פון וואס איך קען פון 'סדרות ישראליות':
#1 פאודה! -די וועלט בארימטע איזרעלי פילם איבער ישראל-ערבי קאנפליקט, נעקסט לעוועל דראמא!
#2 צומת מילר -קאמעדי-מיין בעסטע סעריע אויף די דריוו, קאמעדי פון חיי יום יום דורך 'אדיר מילר' די #1 סטענדאפיסט אין ישראל! הייעלי רעקאמענדעט! וועסט דיך רייסן פאר געלעכטער
#3 תאג"ד -כ'האב זייער ליב די סעריע, בפרט די ערשטע עונה, זייער אינטערסאנט און בחורי'ש סטייל (עס איז כאילו אזא תאג"ד און צה"ל וואס האקט א לעבן)
#4 שאבאבניקים -כ'גלייב די האסט עס שוין געזעהן.... אז נישט לויף עס יעצט קוקן בפרט עונה 1
שנות ה80/90 -קאמעדי-זייער א שיינע סעריע, צילייגט די לעבן אין א דערפל 'טירת הכרמל' פון יענע יארן (אביסל אומקלאר דא אויף די דרייו) פון שלום אסייג
יעצט גיי איך שרייבן ע"פ סדר פון די א-ב,
אוטונומיה -מיני סעריע פון יהונתן אינדורסקי די קריעטער פון 'שטיסל' איך האב זייער הנאה געהאט דערפון (שחקנים ראשים, שולי רנד, אסי כהן, רותם סלע) א פיקציע פון מדנ"י נאך א בירגער קריג איז ציטיילט אין צוויי אוטונומיות חרדי-בירושלים חילוני-תל אביב
זה לא הגיל - זייער זיס, ווי א בחור'טשיק באליבט זיך און האט חתונה מיט זיין נאנטע חבר'ס מאמע! גאנץ גוט
טהרן -דארף צי זיין 'די צווייטע פאודה' לויט מאנכע... איך האב עס נישט ליב.... אבער טשעק עס אויס, חברה גייען פאר דעהם
ירושלים -(געזען אפאר יאר צוריק) לייגט אראפ ווי 'משטרת ישראל' דארף דורכקומען ציווישן דריי רעליגיעס אין ירושלים, אידן ולהבדיל נוצרים, אראבער, אינטערסאנט!!!
מגן דוד דרום - דארף צי זיין גוטע קאמעדי, איך האב עס נישט ליב...
מחוז ירושלים - זייער אינטערסאנט! א דאקעמענטרי פון כאן 11, אריינבליק אין די ארבעט פון מג"ב, מיט לייוו ווידיאוס פון אקציעס, כאפן דראג סוחרים אין מזרח ירושלים, קאנפיסקירן געווער, הפגנות פון חרדים
מלכת היופי של י"ם - געזעהן אפאר פרקים דא דארט קוקט אויס אינטערסאנט... (אלטע פילם)
מתיר עגונות -די מעשה פון א אגענט פון די 'רבנות' וואס צווינגט ארויס גיטין פון מסרבים, אבער זיין שלום בית איז נישט איי איי איי (נישט פראפעשינעל פילמד)
פלמ"ח - היסטאריע- לייגט אראפ די קאמפן פון די 'פלמ"ח קעגן די בריטישע... אויף מיין ליסט צי קוקן....
קופה ראשית -דארף צי זיין גוטע קאמעדי, לא התחברתי לזה...
שלטון הצללים - איך האלט אינמיטן זען, גאנץ א קאמפלאצירטע מעשה, מיט חברי כנסת און קארופציע
עס איז דא געוויסע TV SHOWS וואס אינטערסירט מיך נישט אזוי שטארק אבער קען זיין עכט אינטערסאנט
-האח הגדול
-חתונה ממבט ראשון
-אהבה חדשה
-בנות ברק
עס איז דא געוויסע שאוס וואס זענען 'סאטירה' אויף אקטועלע נייעס, (פארשטיי אז עס איז פון עטליכע יאר צוריק)
-ארץ נהדרת
-מועדון לילה
עס איז דא נאך וואס דארפן צי זיין אינטערסאנט לפי ידיעתי אבער איך בין נאכנישט אנגעקומען צי זען
די עולם זאל אריינקומען מיט קאמענטארן אויף די איבריגע!
טעלעגראם
נאר דורכן הערן און ליינען, און אונז קענען די בעסיק יסודות פון עברית, סאו אז די קוקסט עס מיט די ווערטער וועסטו זיך זיך שנעל אויסלערנען צו פארשטיין וואס זיי זאגן, דארספסט נישט פארשטיין יעדע איינציגסטע ווארטאקעי, ווי קען איך מיר שנעל אין גרינג אויסלערנען א גוטן עברית, מיין שפייעכטס רינט.
Wow, איך בין אנפארטשעניטלי נישט אויפגעשטענען אין די בעסטע גוסטע היינט, מילד גערעדט....וכאן המקום להודות למורינו @ספרא רבה דקהילתנו פארן צישטעלן אזא שיינע ארבעט!!!!
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
די וועלט זאגט, פארוואס וואשט מען זיך ביי שאלעשידעס, עס ווערט דאך געפסקנט אז מ'קען יוצא זיין מיט חידושי תורה? די תירוץ איז, גייסט קומען שבת און מאכן א שיינע פשעטל און דינסטאג גייט עס א צווייטער אפפרעגן, גייט אויסקומען למפרע האסטו נישט יוצא געווען של"ס, אבער א בילקע קען מען נישט אפפרעגן!!!!!
לעניננו, די עולם שרייבט אזעלכע שיינע ווערק און דיעות, און עס קומט זיך באמת א ש'כח פאר יעדעם, אבער א סברא קען מען נאך אפפרעגן, אבער א גוגל דרייוו, דאס איז הארטע סחורה!! דאס קען מען נישט אפפרעגן!!
איז לאמיר אלע געבן א שאט אוט פאר @ספרא פאר זיינע סחורה!!!!
![]()