גוים קענען סקווירא

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
377
רעאקציע ראטע
1,137
כ'האב שוין זייער אסאך מאל געהערט אז די מענטשן וואס קומען פון סקווירא האבן די מערסטע טאלאנטן
אדער ווי מ'זאגט דא אין קאנאדע טאהש האט זייער אסאך טאלאנט
אדער ווי אנדערע זאגן לאנדאן האט אסאך זינגען טאלאנט
אדער ווי אנדערע זאגן אר"י האט אסאך טעק טאלאנט
אדער ווי אונז רעדן זיך איין אז גוים זאגן, אלע אידן האבן אסאך מער טאלאנט ווי אונז

בין איך נייגעריג וויפיל פון די זענען עכט אמת און וויפיל איז סתם ווייל א דורכגעפאלענע סקווערער/טאהשער/לאנדענער/איזראעלי קומט נישט אן אין דיין געגענט ווייל ער האט נישט וואס צו זיכן דארט
א איזראעלי טעק דורכפאל הערסטו ניטאמאל
א שלעכטע זינגער אין לאנדאן מאכט נישט גענוג געלט פאר א טיקעט אויף אמעריקא
א טיפוש סקווערער האט נישט א קנעפל אויף קול מבשר וכו' וכו'

דאס איז אין די גוישע וועלט אויך
וויפיל קאמפאניעס אין סיליקאן וועלי פאלן דורך אין די ערשטע יאר?
וויפיל מאוויס ברענגן נישט קיין דאלאר פראפיט?
וכדו' וכדו'
 
בין איך נייגעריג וויפיל פון די זענען עכט אמת און וויפיל איז סתם ווייל א דורכגעפאלענע סקווערער/טאהשער/לאנדענער/איזראעלי קומט נישט אן אין דיין געגענט ווייל ער האט נישט וואס צו זיכן דארט
א איזראעלי טעק דורכפאל הערסטו ניטאמאל
א שלעכטע זינגער אין לאנדאן מאכט נישט גענוג געלט פאר א טיקעט אויף אמעריקא
א טיפש סקווערער האט נישט א קנעפל אויף קול מבשר וכו' וכו'
אודאי זענען דא דורכפעלער אבער פון אנדערע פלעצער וויפיל זענען דא וואס זענען מצליח קעגן זייערע דורכפעלער, סקווירא האט מן הסתם האלב קול מבשר, איזראעל האט א חלק ניכר פון טעק, און אידן זענען אריינגעמישט אין אלעם ארויס פון אלע פראפארציעס
 
א מער גוטע וועג צו מעסטן וואלט געווען אויב ציילט מען וויפיל פראבירן און וויפיל פון זיי געלונגט אויב יעדער און סקווירא וויל רעדן אויף ק"מ איז נישט קיין ראיה אז זיי האבן האלב
 
איך ווייס נישט וועגן אלע משלים אבער איך פערסענלי מיין און געהערט פון א שיינע פאר חברים אזוי
אז סקווירא האט ארויסגעגעבן גאר אסאך טאלאנט פרעפארשענלי אין פילע הינזיכטען
מחנכים, זינגערס, שרייבערס, שפילערס, רעדנערס, גרעפיקערס און נאך

אז מ'רעדט דערפון וויל איך הערן אויב איינער האט אפשר עני הסבר אויף דעם? וואס ליגט אינטער דעם?
 
די שאלה איז אויב פראצענטואל איז עס טאקע אזוי
 
טאלאנט איז נישט קיין טאלאנט נאר אויב מען האט נישט קיין מורא עס ארויסצוגיבען, זעהט אויס אז סקווירא אידען האבען נישט קיין פחד פון פעליער.
 
מאכט סענס
מיין שאלה איז, צו איז עס פשוט א נאטור פון זייער מענטעליטי פון די יחידים זעלבסט
אדער ענדערש א געדאנקענגאנג פון די אויבערשטע פענסטער'ס דארט
 
ס'רופט זיך "סערווייווער בייעס", מען נעמט דעם סערווייווער און מען לייגט עם ארויף אויפן גאנצן עולם.
צי אמת'דיג וויסן פאקטן איז דא איין וועג: דאטא.
מענטשן טענה'ן אז אמאל האט מען געבויעט אסאך שטערקער, והראיה זיין באבעס וואש מאשין ארבעט נאך, אבער ער נעמט נישט אין חשבון אז אלע אנדערע וואש מאשינען פון יענע תקופה זענען שוין לאנג אין קבר, פונקט דעי איינס וואס איז טאקע יא גאר גוטע קוואליטעט איז געבליבן לעבן.
ס'קען טאקע זיין אז אמאל האט מען געבויעט שטערקער ווי היינט אבער דאס קען מען נאר וויסן דורך נעמען דאטא פון א יעדע מאשין (אדער כאטש א רעפרעזענטיטיווע סעמפל סייז) ווען איז ער געבוירן און ווען איז ער געשטארבן, און אזוי צוגלייכן.
 
Google
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241231_140301_Chrome.jpg
    Screenshot_20241231_140301_Chrome.jpg
    31.9 KB · געזען: 84
דאס ברענגט טאקע זייער גוט ארויס מיין פוינט
זיי טעסטן נישט מענטשן אין וומסב"ג / ב"פ וכדו'

אזויווי ווען איינער זאגט אז די שבטים וואס וואוינען אין די אמאזאן דזשאנגל זענען זייער קליג
צו 90% פון זיי קען ער ניטאמאל אנקומען צו טעסטן
 
פארוואס מיינסטו אז דעמאלטס וואלט די סכומים געווען אנדערש
סאיז א סטאטיסטיק
חוץ אויב איינער וואס איז חסידיש איז דא א סיבה צו קלערן אז ער האט א נידריגערע IQ
 
ווייל ס'מיינט אז זיי האבן נישט א גוטע דעטע סעט צוצוקומען צו דעם
אזוי מיט מיין משל וועגן די אמאזאן דזשאנגל מענטשן, ס'קען זיין אז אלע זענען די זעלבע קלוג אבער ווייל די טרעפסט אן איין קלוגע שבט מיינט נישט אז די קענסט לויט דעם שאצן אלע
די ריכטיגע וועג איז צו נעמען אפאר מענטשן פון יעדע שבט

א כולל אינגערמאן וואלט לכאורה געסקארט נידעריגער ווי רוב מענטשן אויף א IQ טעסט פשוט ווייל ער קען נישט די מינע מושגים,
 
מיינט נישט אז ער איז נישט אזוי קלוג
ביסט גערעכט
אבער ווען די זאגסט
חוץ אויב איינער וואס איז חסידיש איז דא א סיבה צו קלערן אז ער האט א נידריגערע IQ
זאג איך נאר אז איך און די ווייסן אז ער איז עכט יא קלוג אבער די ריסורטשערס ווייסן דאס נישט
דאס מיינט אז די דאטא וואלט געוויזן אז אידן זענען נישט אזוי קלוג
 
ביסט גערעכט
אבער ווען די זאגסט

זאג איך נאר אז איך און די ווייסן אז ער איז עכט יא קלוג אבער די ריסורטשערס ווייסן דאס נישט
דאס מיינט אז די דאטא וואלט געוויזן אז אידן זענען נישט אזוי קלוג
משם ראיה אז סטאטיסטיקס זענען יא על הכלל און דער ריסערטשער ווייסט אז חסידישע אידן זענען קלוג אפילו אויב ווען ער וואלט זיי געטעסט וואלט ער דאס נישט געוויסט
 
ניין
דאס ווייזט אז די סטאטיסטיקס זענען קארופטירט
עכט וואלט די עווערעידזש IQ פון אידן געדארפט זיין אסאך העכער ווייל די כולל אינגערמאן אין בנין זופניק ברענגט זייער שטארק ארויף די עווערעידזש

אבער סיריעסלי
דאס ווייזט אז זייער אסאך מאל איז דא סטאטיסטיקס וואס וועגן די ביסט נאנט צו די מעשה זעהסטו אז קען זיין ס'שטימט נישט
 
איך ווייס נישט וועגן אלע משלים אבער איך פערסענלי מיין און געהערט פון א שיינע פאר חברים אזוי
אז סקווירא האט ארויסגעגעבן גאר אסאך טאלאנט פרעפארשענלי אין פילע הינזיכטען
מחנכים, זינגערס, שרייבערס, שפילערס, רעדנערס, גרעפיקערס און נאך

אז מ'רעדט דערפון וויל איך הערן אויב איינער האט אפשר עני הסבר אויף דעם? וואס ליגט אינטער דעם?
יא, כ׳האב אלץ אזוי געהאלטן. מיין לכאורה׳דיגן הסבר איז ווייל ארטיסטישקייט איז א טאלאנט וואס א מענטש דעוועלאפט מכח זיין אויפוואקסן אין א אומגעזונטע סביבה בכדי צו סורווייווען. אן ארטיסט איז זייער aware אויף די subtle סובקאנטשוס פון זייער סביבה און ווייסט וויאזוי צו מענאווערן דערמיט פאר א געוויסע תוצאה.
 
totally disagree. being an artist, creative and NOT being able to express it bc of social pressure THIS is survival. it's nothing more then healthy to express talent. and to the point if people from Skver are more talented then others, I'll have to ask my father and wife😉
 
זיי זענען סקווירא אדער די?
 
Back
Top