גוים קענען סקווירא

ווייל ס'מיינט אז זיי האבן נישט א גוטע דעטע סעט צוצוקומען צו דעם
אזוי מיט מיין משל וועגן די אמאזאן דזשאנגל מענטשן, ס'קען זיין אז אלע זענען די זעלבע קלוג אבער ווייל די טרעפסט אן איין קלוגע שבט מיינט נישט אז די קענסט לויט דעם שאצן אלע
די ריכטיגע וועג איז צו נעמען אפאר מענטשן פון יעדע שבט

א כולל אינגערמאן וואלט לכאורה געסקארט נידעריגער ווי רוב מענטשן אויף א IQ טעסט פשוט ווייל ער קען נישט די מינע מושגים,
IQ טעסט איז נישט געבויעט אויף external knowledge עס איז א טעסט געבויעט אויף פראבלעם סאלוינג סקיל, אן IQ test question גייט דיך פרעזענטען און די שאלה עני knowledge וואס די דארפסט צו קענען ענטפערען.
איבערדעם מאכט נישט אויס די פאקט אז מיר זענען אומבאלערענד און וועלטליכע ידיעות און מען קען נאך אלץ האבן א הויעכע IQ
 
totally disagree. being an artist, creative and NOT being able to express it bc of social pressure THIS is survival. it's nothing more then healthy to express talent. and to the point if people from Skver are more talented then others, I'll have to ask my father and wife😉
סארי פארן טריגערן די ארטיסטן אינעם קרעמל. למעשה בין איך אליין אן ארטיסט סאוי האביך געהאלט אז כ׳אב רעכט צו זאגן כנ״ל
 
IQ טעסט איז נישט געבויעט אויף external knowledge עס איז א טעסט געבויעט אויף פראבלעם סאלוינג סקיל, אן IQ test question גייט דיך פרעזענטען און די שאלה עני knowledge וואס די דארפסט צו קענען ענטפערען.
איבערדעם מאכט נישט אויס די פאקט אז מיר זענען אומבאלערענד און וועלטליכע ידיעות און מען קען נאך אלץ האבן א הויעכע IQ
איך מיין אז סנישט אינגאנצן אזוי ווייל סאיז זאכן וואס א היימישער וועט נישט האבן די מינדעסטע השגה ווי אנצוהייבן טראכטן אפי'

Take it with a grain of salt ווייל איך האב נאכנישט גענומען קיין IQ טעסט
אבער א שטיק צייט צירוק האב איך עס אויסגעטשעקט און אזוי האט מיך עס אויסגעזעהן
 
You're both right. It depends in a lot of things. and btw the whole idea of an IQ test is controversial. But for this will have to open a new chat for IQ tests...
 
מיך זעט עפעס אויס אז א חלק פון דעם אויב ס'איז אמת איז ווייל על אף סקווירא איז גאנץ פארמאכט
שטיפן זיי און געבן קורעדזש ארויסצוגעבן טאלאנט, סיי ווי מ'זעט זייער כולל אינגערלייט ארויסגעבן ספרים און מ'געבט זיי צושטייער אביסל
אזוי אויך טרייען זיי צו זיין קריעטיוו אין די הויף, מעמדים מיט די גאנצע קנאק, דעזיין, תוכן, חידושים (אויף זייער לעוועל און סטייל)
אפשר בין איך ראנג, סתם א רעיון
 
די עולם מישט אביסל דא

1 א IQ טעסט האט זירא ווי געלערנט מען איז, א אומגעלערנטן פויער קען סקאורן אסאך העכער אויף א טעסט ווי א געלערנטער פון קאלעדש

2. טאלאנטען האבן זירא מיט IQ, קענסט זיין די גרעסטע טיפש מיט א גיטע טאלאנט! (נישט ווייניג גוישע/יודישע מענער/פרויען זינגערס זענען די גרעסטע טיפשים וואס די וועלט פארמאגט)

אויב פון א געוויסע קאמיונעטי קומען ארויס מער טאלאנטפולע אינגעלייט/פרויען קען עס האבן ציטון מיט אנדערע זאכן ווי למשל אויב מען האט דארט אינקארידש אלס קינד צו דעוועלפן זייער טאלאנט
 
אדער ווי אונז רעדן זיך איין אז גוים זאגן, אלע אידן האבן אסאך מער טאלאנט ווי אונז
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט אריינגעווארפן א באשטעטיגטע פאקט צווישן אלע דיינע השערות...
 
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט אריינגעווארפן א באשטעטיגטע פאקט צווישן אלע דיינע השערות...
ס'איז נישט א פאקט אז זיי זאגן טאקע אבער ס'איז זיכער אז פאקט אז אסאך אידן רעדן זיך איין אז זיי זאגן
 
ס'איז נישט א פאקט אז זיי זאגן טאקע אבער ס'איז זיכער אז פאקט אז אסאך אידן רעדן זיך איין אז זיי זאגן
As of recent records, Jewish individuals have won a significant proportion of Nobel Prizes in Literature, comprising about 13-15% of the total laureates in this category, despite Jews making up less than 0.2% of the world’s population.
 
איך ווייס נישט וועגן אלע משלים אבער איך פערסענלי מיין און געהערט פון א שיינע פאר חברים אזוי
אז סקווירא האט ארויסגעגעבן גאר אסאך טאלאנט פרעפארשענלי אין פילע הינזיכטען
מחנכים, זינגערס, שרייבערס, שפילערס, רעדנערס, גרעפיקערס און נאך

אז מ'רעדט דערפון וויל איך הערן אויב איינער האט אפשר עני הסבר אויף דעם? וואס ליגט אינטער דעם?
נויט איז די מוטער פון אינווענשן.

ווען מענטשן זענען אין ענגשאפט, איז ווי טרויבן וואס ווערט אויסגעקוועטשט און פארוואנדלט אין וויין נאכדעם וואס מ'האט עס צוטרעטן

אין אנדערע ווערטער, די שעפערישקייט ווערט ארויסגעקוועטשט אין געוויסע מענטשן ווען זיי לעבן אין אן ענגע מצב
- איך זאג געוויסע מענטשן, ווייל פונקט ווי א דימאנט שלייפער מוז האבן אסך skill וויאזוי צו קלאפן אויף פונקט די ריכטיגע spot אז א פלעק אויפ׳ן בריליאנט זאל אראפגעשניטן ווערן אבער מיט די ווייניגסטע פארלוסט ד.מ. ווי מער פון די איבריגע שטיין זאל בלייבן intact (ווייל די פרייז פונ׳ם דיימאנט איז נישט נאר ווי ריינער ס'איז, אבער אויך ווי גרעסער די דיימאנט איז)

so שטעל זיך פאר ס'קומט א בטלן וואס ווייסט נישט פון זיין חיות צו זאגן, און ער געט סתם א האַק אויפ׳ן דימאנט, אָן צו פארשטיין די מומחיות וואס ס׳פאדערט אויסצומעסטן די פונקטליכע פלאץ וואו און וויאזוי צו קלאפן צו ברענגען די מערסטע ריוח און די ווייניגסטע שאדן- קען אוודאי פון דעם בטלן׳ס האמער קלאַפּ דאס טייערע שטיין אינגאנצן צופיצלט ווערן....

אזוי אויך קען מען זאגן אויף מענטשן- א געוויסע לעוועל פון צער שארפט זייערע טאלאנטן, (אבער דאס קען מען נישט זאגן וועגן טראמאטישע איבערלעבענישן וואס צופיצלט זיי).
 
גאר קלאר.
מען קען זאגן אז ענגשאפט + אנערקענונג/ קאמפלימענטירן דרייוון ארויף אז מער מענטשן זאלן דיוועלאפן א שטארקע טאלאנט.
 
מיך זעט עפעס אויס אז א חלק פון דעם אויב ס'איז אמת איז ווייל על אף סקווירא איז גאנץ פארמאכט
שטיפן זיי און געבן קורעדזש ארויסצוגעבן טאלאנט, סיי ווי מ'זעט זייער כולל אינגערלייט ארויסגעבן ספרים און מ'געבט זיי צושטייער אביסל
אזוי אויך טרייען זיי צו זיין קריעטיוו אין די הויף, מעמדים מיט די גאנצע קנאק, דעזיין, תוכן, חידושים (אויף זייער לעוועל און סטייל)
אפשר בין איך ראנג, סתם א רעיון
די הויכע פענסטער [פון די רבי & דאון] זענען כסדר פארנומען מיט זייער image לעיני כל ישראל, ממילא שטופן זיי שטארק מענטשן ארויסצוברענגען זייערע טאלאנטן ברוחניות ובגשמיות, פארשטייט זיך למען כבוד בית סקווירא - וואס אגב איז שוין כהיום עפעס אזא חפצא אדער קאנצעפט ואכמ"ל - די וואס ניצן זייער טאלאנט למען כבוד בית חיינו באקומען פארשטייט זיך פול מארעל סופארט, אבער איינמאל עס איז שוין דא רוח העלפט עס פאר די גאנצע כלל.
 
וויאזוי ברענגט טאלאנט, כבוד פאר סקווירא?
אין בעלזא איז מען געפערליך אבסעסירט מיט כבוד בעלזא, עד כדי כך אז כבוד בעלזא איז געווארען אן אפציעלער אידיאל להרבות כבוד שמים וכבוד בעלזא, בקיצור מען איז זייער אבעסעד צו באהאלטן די טאלאנטן, למשל ווען די בחורים טוען שוין יא עפעס טאלאנטפול טאר קיינער נישט וויסן דערפון ווייל ס׳וועט זיין א חילול בעלזא אויב וועט מען הערען אז בעלזא בחורים זענען פארנומען מיט א.ג. נארישקייטען אנשטאט צו זיין פארנומען מיט הוויית דאביי ורבא.
 
וויאזוי ברענגט טאלאנט, כבוד פאר סקווירא?
אז זיי קענען רעדן און פאמפען אז "סקווירא דאס" "סקווירא יענץ" וכו'
ווי געשריבן פריער איז סקווירא א מושג/חפצא, זיי זענען ח"ו נישט משבח דעם אינדיווידואל ווייל דאס עקזעסטירט נישט, כולנו משועבדים לאדונינו מלכינו.
 
אין בעלזא איז מען געפערליך אבסעסירט מיט כבוד בעלזא, עד כדי כך אז כבוד בעלזא איז געווארען אן אפציעלער אידיאל להרבות כבוד שמים וכבוד בעלזא,
דער פריערדיגער רב האט געזאגט "כבוד בית בעלזא = כבוד שמים"...
 
Back
Top