מ'האלט שוין דא ביי דריי בלעטער אריין אינעם שמועס אבער איך האב נאכנישט געזען איינעם אראפלייגן מער דאטא און פשוטע אינפארמאציע.
עס דארף נישט זיין שווער אויסצורעכענען די נעמען און טאלאנטן פון סקווירא (צו נעמען די ערשטע אויפן ליסט), און צושטעלן צו סיי וועלכע אנדערע חסידות, אזוי אנאלאזירן ווער האט מער און פארוואס עס איז אדער זעט אויס וויאזוי עס איז..
איך זוך הילף..
פון סקווירא ווייס איך אויפן מינוט פון:
- מענדי אונגאר
- וועלווי פעלדמאן
- יעקב יוסף לאנגזאם
- ליפא שמעלצער
- זושא שמעלצער
- וועלוול שמעלצער
- ר' אברהם יוסף גארדען (תורה קאפ אויף קול מבשר)
ווער נאך?
ניתי נאמבערס וניחזי. לאמיר זען ווער ס'קומט פון דארט און איז פאפולער/טאלאנטפול/אייגנארטיג, ווס אנדערע חסידות'ן. און לאמיר אפשאצן..
ס'זייער יתכן אז די פאקט אז ליפא שמעלצער אדער לאנגזאם&פעלדמאן קומען פון דארט געבט פאר סקווירא מער אויגן.. צו ווייל זיי זענען עפעס אויסערארענטליך טאלאנטפול (אין אנדערע ווערטער ס'נישט מער בכמות נאר מער באיכות), צו ווייל זיי האלטן זיך שטאלץ מיט זייער סקווירא'קייט - עפעס וואס ביי רוב אנדערע חסידות'ן פשוט הערט מען נישט - וואס באדייט אז עס איז א בלויזע פריסעפשאן בייעס..