גיין קעגן דעם סיסטעם - מעשיות שהיו

ליפא שמעלצער א סוקסעס סטארי גאר?

ער איז א סעמפל פון א סיסטעם סוקסעס סטארי, איך וויל פארשטייט זיך נישט צוברייטערן און אים חלילה צושמירן און פאבליק, אבער עס איז קלאר אז די סיסטעם האט אים אוועקגעלייגט.

זיין יעצטיגע סטאטוס זעה איך נישט בכלל אלצס סוקסעס קעגן די סיסטעם
 
זייער שיין, נאר איין טעות מאכסטו, שלומי און מלכי בערנשטיין דאס איז די סיסטעם, די טייטלבויםס און פארטוגאלס זענען פונקט ווי די ווינדסארס אין באקינגהאם פאלאץ, איבערבלייבענישן פון א וועלט וואס עקזיסטירט שוין נישט.
 
ועוד, ווער עס איז נאר אביסעל אוועק פון די סיסטעם ווייסט זייער גוט ווי זיי קענען רודפ׳ן, מוסדות, שדוכים, משפחה, ועוד…
מען קען טון וואס מ'וויל מ'דארף נאר האבן שכל.

אמאל שבת בייטאג נאכן טשאלנט כאפט דעם שווער דעם איידעם זיינע, ווי ער רייכערט א ציגרעטל,
פאלט ער עם אן מיט א געשריי,
גוי איינער מחלל שבתניק!!
-- שווער לעבן שריי נישט אזוי, כ׳האב פארגעסן..
וואס הייסט ווי פארגעסט א ייד אז ס׳איז שבת?!
ניין כ׳האב פארגעסן צו פארשפשארן די טיר....
 
View: https://www.instagram.com/reel/C__FibaxTvA/?igsh=OTN4ZmZoc3R5N3Zr


דא האבן ענק א סוקסעס סטארי פין א ברודער אין א שוועסטער, וואס שטויסן די סיסטעם אין אSSרא קדישא.

דעקלען נישט פאר קיינעם.
---
אין א סייד נאוט איז די פערפארמענס זייערע פענאנאמעל. שמעקט פין גן עדן 😍😍
ב"ה אכשר דרא,
שירבו כמותם בישראל
 
ווען מען רעדט פון מענטשן וואס טשענלענדזשן די סיסטעם איז ווערט אנצוצייכענען יענקי גאלדהאבער א חרדיש'ע יוגענטליכע פון בני ברק וואס האט זיך באטייליגט אין די לעצטע עונה פון די ריעליטי שאו "האח הגדול". די ערשטע חרדי דאס צו טון.
היינט דינט ער אין צה"ל אין פאוסט כסדר טיקטאק ווידעאס מיט שיינע מיידלעך וואס צה"ל איז געבענטשט מיט בלע"ה.
נישט קיין גרויסע חכם אבער פארט קומט זיך קרעדיט.

TikTok - Make Your Day
 
ווען מען רעדט פון מענטשן וואס טשענלענדזשן די סיסטעם איז ווערט אנצוצייכענען יענקי גאלדהאבער א חרדיש'ע יוגענטליכע פון בני ברק וואס האט זיך באטייליגט אין די לעצטע עונה פון די ריעליטי שאו "האח הגדול". די ערשטע חרדי דאס צו טון.
היינט דינט ער אין צה"ל אין פאוסט כסדר טיקטאק ווידעאס מיט שיינע מיידלעך וואס צה"ל איז געבענטשט מיט בלע"ה.
נישט קיין גרויסע חכם אבער פארט קומט זיך קרעדיט.

TikTok - Make Your Day
ביי די יעצטיגע איז שוין אויך געווען א (אזוי גערופענע) פרומע פרוי מיטן נאמען קליגער פון די שטאט ביתר
און אזוי אויך ביי די שאו המירוץ למיליון איז געווען א פרומע פאר-פאלק מיטן נאמען סאקאלאווסקי
 
א בריוו וואס א חבר מיינער וואס האט פיהל געליטן לטובת הכלל, שרייבט דאס צו זיינע נאנטע:

To Whom It May Concern,

This message is directed to all those who, through their actions, inflicted immense pain upon me by attempting to sever my ties to my family, my community, and my very identity. These were not mere personal attacks—they were assaults on the essence of who I am and on the values that bind us together as a people.

Throughout my life, I have devoted myself selflessly to the well-being of others. My connection to the community is not superficial; it is rooted in love, shared purpose, and an unshakable belief in our potential for greatness. It is this connection that has compelled me to speak out, time and time again, against the injustices, corruption, and abuses that plague us.

I have cried out about the manipulation and systematic control that stifle creativity, crush individuality, and prevent any deviation from the rigid confines of a system designed to silence dissent. I have warned of the devastating effects this has on our families, our children, and our collective future. My calls for justice were never about me—they were for all of us, for the soul of our community.

Yet, instead of heeding my warnings, you turned the very same system against me. You used the tools of manipulation, brainwashing, and suppression—tools designed to keep people from thinking independently—to try to destroy me. You sought to force me into the same box that has stifled so many others, the same box that demands conformity and obedience at the expense of truth and integrity.

But let me tell you this: your attempts to break me failed. With the help of Hashem, I have stood firm. The strength He has given me is greater than any force you could muster. I have endured the pain, the betrayal, and the isolation. I have not only survived—I have prevailed. The system you relied on to harm me is the very system I have been fighting against. It is a system that cannot tolerate even the slightest challenge, that thrives on fear, and that perpetuates its power by silencing those who dare to think differently. This system is not just an enemy of mine—it is an enemy of progress, justice, and the very values we claim to hold dear.

If you now seek peace with me, understand this: I am a man of peace. My fight has never been about revenge or personal gain. It has always been about justice, truth, and the well-being of our community. But peace cannot be achieved through empty words or superficial gestures. True peace requires a commitment to change, to breaking free from the chains of this oppressive system, and to standing together in the fight for what is right.

You must make a choice. Will you continue to cling to a system that suppresses, manipulates, and destroys? Or will you join me in rejecting its lies and working to build a community that values truth, compassion, and integrity?

The path forward is clear:
We must dismantle the mechanisms of fear and control that have held us back for so long.

We must empower individuals to think, question, and contribute their unique strengths without fear of reprisal.

We must demand accountability from those who have abused their power, not out of vengeance, but out of a commitment to justice.

I extend my hand to you—not out of weakness, but out of strength. Let us rise above the division, the fear, and the corruption. Let us create a future where our children can grow up free from the chains that have bound us, where our community can thrive in honesty and unity. But make no mistake: if you choose to remain silent, to remain complicit, I will continue this fight alone if I must. I will not falter.

The choice is yours: remain trapped in the box that has confined so many, or step out into the light of truth and justice. I pray that you will choose the latter.

Respectfully and resolutely.
--
מ׳קען דא ריפלייען מיט חיזוק, מעסעדזשעס און סיי וואס און כ׳וועל בל״נ עס אים שיקן.
_ _

מיין ריפליי צו אים:
🫣🫣🫣
“I’m sorry, but I feel like busting your bobble.. “these people are more deaf than the dead!” give up!!”
 
א בריוו וואס א חבר מיינער וואס האט פיהל געליטן לטובת הכלל, שרייבט דאס צו זיינע נאנטע:


מ׳קען דא ריפלייען מיט חיזוק, מעסעדזשעס און סיי וואס און כ׳וועל בל״נ עס אים שיקן.
_ _

מיין ריפליי צו אים:
🫣🫣🫣
“I’m sorry, but I feel like busting your bobble.. “these people are more deaf than the dead!” give up!!”
מיין הארץ גייט אויס פאר אים ווייל איך פלעג אמאל אויך גלייבן אז מיט ווערטער אליין קען מען משפיע זיין פאזיטיווע טויש. אבער די כח הבחירה וואס מיר אלע האבן בלייבט די העכסטע יוניווערסעל law און דו קענסט נאר טוישן דיין לעבן און עס מאכן בעסער, דו קענסט בשום אין אופן נישט ארויפצווינגען שכל אויף אנדערע, נישט קיין חילוק ווי eloquent און לאגיש דיינע ווערטער זענען.

ס׳איז א ביטערע פּיל אראפצושלינגען, די אלט באקאנטע ווערטל:
if you’re out to change the world
the trick to turn the tide
is first to make a change in you

ווען א מענטש קען ׳זיך אליין׳ באפרייען
(פארשטייט זיך אז מ׳דארף הילף, און ווען איך זאג ״אליין״ מיין איך נישט זאלסט עס טון אליין -
נאר אז ווען די פאקוס איז: וויאזוי דיין אייגענע לעבן קענסטו בעסער מאכן, דעמאלס האסטו אסך א גרעסערע כח ההשפעה! ווייל א בילד רעדט מער פון טויזנט ווערטער.

און ווען מענטשן זעען: וואספארא באפרייאונג איז מעגליך,
געבט עס זיי חיזוק צו ארבעטן צו פארבעסערן זייער אייגענע לעבן אויך
(קיין שום כלל ווערט נישט פלוצלונג געטוישט! ס׳נעמט אסך קוראזש פון אינדיווידועלן וואס גאַרן זיך אָן די מוט צו טוישן זייער אייגענע לעבן, און עס מאכן די בעסטע וואס קען זיין, און ווען זיי ווייזן דעם כלל נייע מעגליכקייטן - דעמאלס איז דא אנדערע who follow in their own way

*פארשטייטצעך יעדן׳ס מצב איז אנדערש, און ס׳נישטא אזא זאך ווי copy paste אין דעי הינזיכט. ווי כ׳האב אויסגעשמועסט באריכות
דא
 
איך ווייס נישט ווי עס צי לייגן, דא איז געווען די פאסיגסטע פלאץ..

א חסידיש ווייבל עדוועטייזט דזשאלערי פאר אידיש רעדנדע מענער

קען זיין ס'איז נארמאל, פאר מיר איז עס אבער געווען די ערשטע מאל..

 
מ'האט דא אויבן ערווענט ליפא שמעלצער, היינטיגע צייטן איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו ליפא'ס צייטן! די אזויגערופענע סיסטעם האט זייט קאוויד אינגאנצן אויפגעהערט צו עקזיסטירן, אז ריקי ראוז קען קומען זינגען ביי חסידים און לאה פארסטער דרייט זיך ארום סטענדאפן דאס מיינט אז די סיסטעם איז א פארגאנגענהייט. ס'טוט זיך אזויפיל נויז ביי חסידים, ליפא שמעלצער מאכט כריעות והשתחויות ביי זיין זונ'ס מצווה טאנץ, שלמה זיאנץ מאכט שבת וולאגס, פריידא וויזל מיט אירע וויליאמסבורג טורס, שייע ווייס מיט זיינע שאוס, חילו מיט זיינע פאדקעסטס, אויף אייוועלט איז דא א פריקין שנירל איבער ישי ריבו'ס נייע אלבום! זיך שלאגן מיט'ן סיסטעם?! מיט וועם פונקטליך שלאגסטו זיך? אויב ס'עקזיסטירט א סיסטעם איז נאר ביי אפאר ליידיגגייער אין קאפ, איינער וואס האט אויסגעוועלט דווקא צו פאקוסן אויף נצבים וילך פראטעסטן און באבובע חתונות איז נישט דא וואס איהם אויפצוקלערן ווייל ס'איז א קאנשענס דעסיזשען וואס ער האט אליין געמאכט.
דאס איז טאקע ריכטיג, אבער עס איז נאך אלס נישט די נארם,
עס קוקט פון דיין הודעה כאילו ווען מ‘וואקט אראפ לי עוועניא אדער 13 עוו. זעט מען אויף די לייט שטאנגען צעטלעך פון קאנצערטן פון ריקי ראוז,
און פון אקעגן איבער זעט מען א גרופע חסידישע בחורים וואס פרידא וויזל גיבט זיי א טור...
וואקסט אריין אין א חתונה זאל זעסטו ווי דער מחותן ליגט אויפן פאדלאגע, בבחינת ואנחנו כורעים....
דאס פאסירט נישט!
כהיום איז דאס ווייט פונעם רעאליטעט, אוואדאי זענען אלס דא געוויסע וואס אידענטיפעצירן זי בכלל נישט מיטן ”סיסטעם”, זיי קענסטו זען טון זאכן וואס עס וואלט זיך געוואונטשן אז דאס זאל זיין די נחלת הכלל, אבער דאס איז ווייט נישט,
עס קען זיין אז ס‘איז דא געוויסע קלייניגקייטן וואס זענען שוין געווארן די נארם, אבער....
און די גרעסטע ראי‘ אז אונזער סיסטעם גייט נאך אן בתקפו איז אז דער עולם הערט נישט אויף צו שעלטן דעם סיסטעם, ווייל זיי /אונז פילן נאך פעסט אפעקטירט פון דעם,
קיינער איז נישט פארנומען מיט א טויטע זאך, וואס אפעקטירט שוין נישט קיינעם,
 
לעצט רעדאגירט:
@קהל׳ס נער אונטער די צוואנציג טראכט מען דאך פון דעם אייגענעם שידוך
פון די צוואנציג ביז די פערציג טראכט מען פון די מוסדות פון די קינדער
און דאן פון שידוכים.
--

צוריק צום נושא. כ'וויל צולייגן א קליינע נקודה.

די סיסטעם האט נאר אזוי פיל כוח ווי דו געסט אים.
1. האסט חתונה מיט א פארמאכט סיסטעם פרוי.
2. לייגט אריין דיינע קינדער אין א סיסטעם מוסד.
3. ווילסט מאכן סיסטעם שידוכים.
4. וואוינסט ווי סיסטעם איז דער קעניג.
5. דיינע נאנטע פריינט זענען אונטערן יאך פונעם סיסטעם.

דאן איז דא נאטירליכע קאנסיקווענסן.

אבער צו זיין קאנטראלירט און זיך נישט פירן לויט דעם אייגענעם אמת איז אויך איין שטיק קאנסיקווענס.

ביידע זייטן האבן מעלות אויכעט.
האט שוין דער חאצאצקער אדמו"ר געזאגט די חילוק פון א איד צו להבדיל א גוי.

א גוי טראכט א גאנצען טאג פון מיידלעך און געלט. משא"כ דער איד טראכט אגאנצען טאג פון פרנסה און שידוכים.

האועווער, עס איז ממש אזוי.
 
לעצט רעדאגירט:
למעשה מיין איך אז ער האט די לעצטע לאך.
וויי וויי פאר די געלעכטער וואס ער האט די לעצטע. השפעה יא, ער אליינס הממממ איך ווייס נישט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
כ'ווייס נישט אויב ס'איז דא א סיסטעם
כ'האב עס נישט געטראפן די לעצטע שטיק צייט...
-

כ'זעה אין מיינע ארכיון אן אומגעצייטיגטען הודעה פון די צייטן וואס כ'האב נאך געזעהן א סיסטעם...

דא איז דא אביסל איבער ווי אזוי גייט מען טאקע קעגן א סיסטעם.
טויש די רולס און דער סיסטעם וועט זיך אליין טוישן.

1. מ'געט זיך נישט אונטער. אויב דו קענסט מאכן עפעס גוט, און עס אנהאלטן וועט עס די סיסטעם
עיווענטועל אויך ארייננעמען.
2. א סיסטעם הייבט זיך אין קליין, אהן קיין 'הלכות', אבער די דיינעמיקס ווערן מיט די צייט רולס.
די וועג עס צו צוברעכן איז מיטן שאפן חברים, שותפים, און קאננעקשאן'ס וואס טוישן עיווענטועל די דיינעמיקס און צווינגט צו טוישן די רולס.
3. רעכן וואס מ'דארף טאקע. די סיסטעם פארלאזט זיך אויף סטעיביל פרעדיקטעבול חשבונות. אבער מ'רעכנט אמאל די אומריכטיגע זאך. אויב דו האלסט קאפ צו זען וואס טאקע מאכט א חילוק, וואס וויל מען טאקע.
3. סימפלעפיי דעם זאך וואס דו ווילסט מיט קלארן פשוטן הסבר.
4. נעם עדווענטידש ווען דער סיסטעם מוז זיך אביסל אויפלאזן, צו מאכן א טויש וואס וועט שוין בלייבן ווען ס'פרירט צוריק איין. (ווי @אלעזר האט ארויסגעברענגט איז קאוויד געווען אזא פוינט ביי אונזער סיסטעם).

יעדע האק מיטן האמער מאכט שוואכער דעם שטיין ביז ס'צוברעכט זיך.
יעדע פעולה טוט אויף.

די אמת מיז געזאגט ווערן.
 
מיר זעהט אויס דעם שנירל גייט ארויס פון פראפארציע. איך האב פארשטאנען די שאלה אינגאנצען אנדערשט ווי דער עולם ריספאנד דא. ווען איינער וואס וויל טוישען און די סיסטעם לאזט איהם נישט (אפגערעדט וואס און ווער דער סיסטעם איז. צו פעיר פרעשור צו די מוסדות וכדו') מיינט נישט ער האט מורא פון די סיסטעם מיינט עס ער וויל נישט די טדזשענש ווייל ער מוז משום איזה סיבה שהוא זיין אין די סיסטעם. ער האט נישט מורא אזוי ווייט פון די סיסטעם נאר ער קען אדער וויל נישט פארלירן וואס דער סיסטעם שטעלט איהם צו. למשל זיין ווייב און קינדער די מוסדות ווי ער וויל זיינע קינדער זאלן (נישט/יא) לערנען. ע"כ איז נישט ער האט מורא פונעם סיסטעם ער דארף די סיסטעם פאר זיין אייגענער עקזיסטענץ.

איך האב פארשטאנען די שאלה איז ווי פאלגענד. איז אמאל געווען א מושג אין אסאך חסידישע געגענטער ווי מאנרא וויליאמסבורג און לעיקוואד. מן הסתם ערגעץ אנדערשט אויכעט. (למשל בארא פארק מאנסי פינעף טואנס) ווי עס זענען געווען וועד פאליציי. וועד משומרת, וועד הצניעות וכדו' ווען איז איינער גערופן געפארן פאר אן אינוועסטיגעשאן צו איינע פון די וועד'ן האט ער/זי געפישט אין די הויזן.

אמאל האט עס געקענט מיינען האבן א אסור'דיגע ווידעאו אינדערהיים, זיך גרופירן אין אומלעגאלע שבתים משפחות באנאזאם, אדער סתם אזוי א פריוואטער פלינג וכדו'. האט מען געציטערט פון די חברה ווי פונעם טייוועל אליינס.

דער פרוי איז גערופן געווארן אן דעם מאנ'ס וויסען. זי איז נאך באווארענט געווארן נישט צו איהם זאגן, טאמער יא וואס עס גייט פאסירן. האבן זיי אויך אמאל אפיר גענומען מיידלעך/בחורים און זיי באשוואוירן דאס זעלביגע נישט צו פארציילן פאר די עלטערן. (אייי מיינער'ס, נישט קיין פראבלעים די מיינער וועט עניוועי ציטערן צו זאגן א ווארט) אדער מענער און באשוואוירן צו פארציילן פאר זייערער עלטערן אדער חבירים. די פחד פון זיי איז געווען פחדים נוראים. דאס מיין איך איז היינט א פארגאנגענהייט מען הערט מער נישט אזא זאך.

אדער ווייסט ווער פארקערט ?
 
לעצט רעדאגירט:
ראחמסטריווקא רבי פון ירושלים ר' דוד'ל האט אמאל פארציילט פאר א ידיד.
אין די צייטן וואס כ'האב געוואוינט אין סקווירא מיטן פעטער (רחמיסטריווקא רבי פון בארא פארק זצ"ל).
די פעטער האט געהאט אסאך פרעשור (-רדיפות 🤫), מ'פלעגט נאכקוקן אויב ער קומט צום טיש צו נישט.

אבער מיר האט קיינער נישט נאכגעקוקט, ס'איז זיי נישט אנגעגאנגען אויב כ'בין א שטארקע חסיד צו נישט. ווייל כ'בין דאך א משוגענער... (אוי ווי קלוג איז צו זיין 'נישט נארמאל')
-

די גמרא זאגט אונז שוין אז מ'איז נישט משנה פונעם נימוס המקום. ס'טריגערט מענטשן.

מ'קען פייטן דעם סיסטעם. און מ'קען פשוט זיין אויף אן אנדערע פלאנעט, נישט א חלק פונעם פלאץ. א ספרדי טריגערט נישט דעם סיסטעם, ער איז דאך נישט פון 'אונזערע'.

שעפטי קריגט זיך מיטן סיסטעם? כלל וכלל לא.
כ'האב פשוט ארויסגעטשעקט מער און מער.
כ'לעב זיך אין מיין וועלטעל (-בּאבּעל), מיט מיינע פריינט ווי איך שפיר באקוועם און געשמאק!

כ'האב איין גרויסע קאנסיקווענס - אז כ'בין נישט א 'חלק פונעם סיסטעם'... (אבער ס'איז מיין החלטה לויט מיינע תכונות הנפש).


כ'וואטש זיך עקסטער ווען ס'קומט צו משפחה. אז זיי זאלן עס אננעמען ווי כ'בין אין א דשורני, כ'בין יוניק, אבער חלילה נישט קעגן קיינעם. איך 'כאפ נישט' וויזוי 'נארמאלע' מענטשן טראכטן און פירן זיך אויף.

מיין יונגערע שוועסטער ווייסט ניטאמאל אז כ'האב פארזיכט טיי, זי חלומט נישט וויזוי מיין שטוב קוקט אויס.
כ'פלאן איר נישט צו זאגן, זי פילט סעיף מיטן 'דעת רבים' פונעם סיסטעם, זי איז צופרידן, כ'זיך נישט צו פארדרייען איר קוק אויפן וועלט.

מיינע עלטערן (ווייסן יא אסאך, זיי) דאווענען יעדן טאג כ'זאל תשובה טון (-מיין אידישקייט זאל מעטשען זייער אידישקייט, וואס איז דאך די איינציגסטע פארזיכערטען וועג אויפן וועלט). זיי קענען מיך נישט פארשטיין, ווייל ווען יא, זענען זיי שוין פון לאנג זויווי מיר...

אבער זיי פילן נישט אטאקירט פון מיין לעבנסשטייגער, זיי ווייסן אז איך רעספעקט זיי, און פראביר נישט קיינעם אויפצוקלערן און טוישן. (כ'שאקל מיטן קאפ, יעדעס מאל אונז באזיכן מיינע עלטערן, ווען מיין טאטע זז"ג דערציילט מיר אותות ומופתים פון דעם באבא און יענעם רעבע, האפענדיג דערביי אריינצוברענגן א הרהור תשובה אין מיך. כ'ווער נתפעל פון די מעשיות, כ'בין מוסיף מיט ענדליכע מעשיות וואס כ'האב אויך אליין געהערט און געטראכט. און ס'איז גוט.)
-

ס'איז א טשויס.
אויב דו ווילסט עפעס פונעם סיסטעם דארפסטו הארמענייזן מיט זיי. חוץ טאמער ביסט א גרויסן עושר. ווי ר' חיים בריסקער האט אמאל געזאגט, אויף אלעס באצאלט מען - די ביליגסטע איז מיט געלט.

איך וויל נישט גארנישט פונעם סיסטעם, ניטאמאל א קבר אין זייער ביה"ח. סאו כ'דארף נישט באצאלן מיט מיין פרייהייט פון מיין לעבן!
@שעפטאל ביסט יאָמי..
 
ווען איז איינער גערופן געפארן פאר אן אינוועסטיגעשאן צו איינע פון די וועד'ן האט ער/זי געפישט אין די הויזן.
דאס איז לכאורה די פראבלעם, מוסדות לאזן נישט פרויען טראגן הויזן
 
Back
Top