גייט אייער ווייב/(איר אויב איר זענט א פרוי) מיט שווארצע טייץ נאר ווינטער

  • יא, איר מאמע און שוועסטערס גייען אויך אזוי

    Votes: 9 16.1%
  • יא, זי איז מער מאדערן, איר מאמע און שוועסטערס גייען נישט,

    Votes: 6 10.7%
  • ניין, איך חאליש אז זי זאל גיין, ס'איז הייס

    Votes: 20 35.7%
  • ניין, אינטערסירט מיך נישט, איך בין א פרימע יונגערמאן

    Votes: 21 37.5%
  • איר מאמע און שוועסטערס גייען אבער זי נישט צילוב די מוסדות

    Votes: 0 0.0%

  • Total voters
    56
קענסט דא אביסעל זען די חילוק פון 30 ביז 100 דעניער, די שפיצעל חברה גייען על פי רוב מיט 100
1001087522-webp.14400
ביסט גערעכט אז אסאך גאר פרומע גייען מיט 100, אבער נישט די מעינסטריעם שפיצל פרויען וואס טוען זיך אן שיין. זיי גייען ענדערש 60-70, וואס דאס איז די זעלבע די מאדערנע פרויען גייען ווינטער.
 
ביודעי ומכירי די נאמבערס זענען גלייך ביי די שפיצל ווי ביי די מאדערנערע
עס זענען טאקע דא אסאך נאמבערס און ערליי סארטן
הצד השווה שבהם יעדער איינער וועלט אויס וואס איז אים באקוועם ערגעץ צווישן 40 און הונדערט, און מאכט נישט אויס צו זי טראגט עס אלץ פרום אדער פעשענבל, זי וועלט אויס וואס זי איז געוואוינט, דעריבער וועלן מיר טרעפן אלע נאמבערס ביי ביידע קרייזן די זעלבע.
 
באופן כללי די מאדערענע גייען מיט עטוואס דורעכזיכטיג , משא"כ ביי א שפיצעל קענסטו כמעט נישט זען אז עס זאל זיין א משהו דורעכזיכטיג , דאס איז באופן כללי, אפילו אין בארא פארק ביי חסידישע, 40 איז דורעכזיכטיג, און קיין איין שפיצעל טראגט נישט 40 , דאס איז וואס יעדער קען זען אויפן גאס
 
לענ"ד מאכט איר א טעות.
 
שטותים
 
וואס הייסט שטותים? די האסט שוין אמאל געזען א שפיצעל פרוי טראגן שווארצע טייטס אינטער 70?
זיכער
מ'קען כמעט נישט זען אויף א זעכציגער (און דאס זעלבע פופציגער) אז ס'איז זעכציג.
אפשר ביי די קנעכל און די קניה...
 
Back
Top