- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 731
- רעאקציע ראטע
- 1,775
נעה נעה נעה, מען טוהט נישט אזוי. מען נעמט נישט ארויס ווערטער פון קאנטעקסט. איך זאג נישט וואס עס איז געקומען פון וואס. איך זאג אז עס איז דא אזא מושג און עס שפילט זיך אף. די מדינה האט נישט געהאלפן לינדערן די פראבלעים פון די רדיפות אנטקעגן די בחורי שבעומות אויב עפס קאויער. ווען די רשכבה"ג זאגט און עס שפילט זיך טאקע אויס ווי ער זאגט. האב איך א חשד אז דער רשכבה"ג מיט אדער אן אגענדעס ווייסט וואס ער זאגט. ווי אזוי זאגט ער? "ער זאגט עפעס" !!ווי שוין דערמאנט פריער איבער דעם אגדות חז"ל פון אני מתיר את בשרכם, אגדות חז"ל ווי אלע אנדערע אגדות חז"ל. און קיין הלכות איבערהויפט דיני נפשות קען מען נישט ארויסלערנען דערפון נישט קיין חילוק וועלכער רשכבה"ג אדער כ"ק אדמו"ר וויל מאכן א שיינעם פשט'ל דערפון, אז ס'זאל שטימען מיט זיינע/זייערע אגענדעס.
און אזויווי דו ביסט זיכער אז די זעקס מיליאן איז געקומען אלץ אן עונש פאר דעם, זענען פארהאן פונקט אזוי אנדערע מיט אנדערע מיינונגן און האלטן אז זיי ווייסן פינקטלעך פארוואס ס'געקומען, כ'האב שוין געהערט כמה טעמים פארוואס די שואה איז געקומען, יעדער קען זיך ברענגן זיירעע לאגישע ראיות מיט אגדות חז"ל מיט וואס נישט.
איין זאך וואס איז נישט קיין אגדות חז"ל נאר דאס ווארט פון גאט אליין דורך זיין שליח און נביא ישעיהו
"כי לא מחשבותי מחשבותיכם ולא דרכיכם דרכי נאם ה'. כי גבהו שמים מארץ כן גבהו דרכי מדרכיכם ומחשבתי ממחשבותיכם.
אונזער לאגיקע איז נישט גאט'ס לאגיק. אונזער מהלך המחשבה איז נישט גאט'ס מהלך המחשבה און בעיסיקלי וואס גאט זאגט קליפ און קלאר אז עם קענען מיר בשר ודם'ניקעס נישט אויסרעכענען און פארשטיין
וואס דער לאגיק דערפון איז ווייס איך נישט וויבאלד כביכול' לאגיק מיט מיין לאגיק זענען נישט אין פאראיין. אבער דאס איז זיכער אז זונט די מדינה איידיע איז אויף געקומען די לעצטע 150 יאר, איז מער אידיש בלוט פארגאסן געווארן (אין די מדינה זעלבסט אויך) ווי די לעצטע צוויי טויזענט יאר זונט די ביהמ"ק איז חרוב געווארן, און מיר זענען פארטריבן געווארן אין גלות.