ה׳ אייר יום העצמאות לישראל

הרב לייבוש,

איך מיין אז דיין פראבלעם שטעקט אינעם ליינען היסטאריע פון צוריקצעוועגס.
הרצל ודעימיה זענען געגאנגן פארן געדאנק צו מאכן אן אייגן אידישע מדינה 'נאכדעם' וואס אנטיסעמיטיזם האט זיך פארשפרייט דורכאויס אייראפע.
אידן האבן אנגעהויבן מצליח זיין און זענען געווען אנדערש און די פעלקער האבן דאס נישט געגליכן און דאס האט זיך געהאלטן אין איין פארשטארקן ביז דעם חורבן אייראפע.

בכלל איז אבסורד צו זאגן אז די עונש פון נעמען א מדינה איז געקומען בעפאר דעם אקט, והלא מחשבה רעה אין הקב"ה מצרף למעשה.

און זיך לאזן אויס'רצח'ן קומט זיכער נישט אין באטראכט ווייל איך גלייב נישט אז דאס איז וואס דו נעמסט אן פון חז"ל אז מה הוא רחום אף אתה רחום. אויב דאס איז די רחמנות וואס גאט ווייזט אונז זעמער אויף געבראטענע צרות.

הכלל, די מדינה איז א סעיף העיווען פאר אידישע קינדער, מ'ליידט נאך טאקע דא דארט פון טעראר אטאקע'ס, אבער דאס איז א שיי אין ים פון וואס מ'האט געליטן אין אייראפע אלע יארן.

צום שלוס,
אויב נעמען א מדינה וואלט טאקע געווען אזא הארבע זאך, וואלט דאס גאט נישט מרמז געווען אין עפעס אן אגדתא גמרא סוף כתובות דורך עפעס אן אמורא אויף וואס דער פני יהושע זאגט אין גיטין דף ט' אז ס'איז מלתא דאגדתא ולא פסיקא און מ'דארף דרייען מיט א גאנצע פלפול ספר צו זאגן אז ס'איז א פראבלעם.
 
אידן האבן אין אלע דורות געלעבט אנדערש און עס איז געווען פיין און וואויל. ווען א איד איז געווארן אסעמילירט כאחד הגוים דאן האבן זיי אנגעהויבן ליידן די רדיפות. ווען הערצל האט מחליט געווען צו מאכן א מדינה איז עס געווען ווייל מיר ווילן און וועלן זיין א גוי כאחד הגוים. א פאלק אן קיין לאנד איז קיין פאלק נישט. איז געווען איינע פון זיינע סלאגאנען.

און די פראפאגאנדע פון א"י האט זיך אנגעהויבן מיט א צוביסלאכע עליה און איבער קערענישן. נישט נאר א מחשבה'לה ווי די רופסט עס אן. און דאס האט די גוי זייער געערבערט. זייעט אן טעראר און נאך דעם וויל ער זיין א פאלק מיט א לאנד?

ליין איבער די אנהייב פון די ענגלישע מאנדאט, און וואס די חובבי ציון האבן טערארזירט צו ווערן א מדינה (ב.ד.וו. קיין שום ענליכקייט צו אידישקייט, אויסער אז די לאנדס שפראך איז איבערגעדרייטע ספרדישע הברה לשה"ק)

עס געפעלט מיר נאר ווי אזוי די רופסט עס אן א טעראר אטאקע דא און דארט אבער אזוי איז עס אוקיי. אין יום שאין קללתו מחברתו. על מה ולמה עשה ה' ככה ? אויב איז מען אונטער א אידישע מדינה פראטעקשאן ווי זענען די פראטעקטארס, איך פארשטיי נישט.
 
אויב געדענק איך גוט האט זיך די ציונות אונטערנעמונג בעיקר ארויסגעלאזט אין וועג נאכ'ן קעשינוב פאגראם וואו 49 אידן זענען ערמארדעט געווארן, זיי זאגן אז בסך הכל אין לויף פון אלע יארן וואס דו פאגראמען זענען אנגעגאנגען זענען 100,000 אידן אויסגעמארדעט געווארן.
 
הוצז"ל העלפט נישט קיין תשובה און מען פארשניטן אריין געווארפן אין כף הכלא. און ווערט נישט דערמאנט אין די תורה.

בדרך אגב די שלש שבועות איז נישט אן אגדתא וואס קומט פון פינגער ער איז פסוקים וואס די גמ' איז מסביר וואס די פסוקים זעען אלל אבאוט
 
ס'נאך אלץ אן אגדתא אפילו ס'געבויעט אויף פסוקים אזויווי כמעט אלע אגדות וועלכעס זענען געבויעט אויף פסוקים. אן אגדתא איז אן אגדתא און וועט בלייבן אן אגדתא ואין משיבין על הדרוש
 
אויב געדענק איך גוט האט זיך די ציונות אונטערנעמונג בעיקר ארויסגעלאזט אין וועג נאכ'ן קעשינוב פאגראם וואו 49 אידן זענען ערמארדעט געווארן, זיי זאגן אז בסך הכל אין לויף פון אלע יארן וואס דו פאגראמען זענען אנגעגאנגען זענען 100,000 אידן אויסגעמארדעט געווארן.
100 טויזענט איז אבאוט רייט. און פון דאן און ווייטער אין די מדינה זעלבסט ? ווייסטו וויפיל? אריבער 6000 נאר אין ארץ ישראל אליינס. דאס איז אסאך מער ווי איין פראצענט פון די מדינה'ס איינוואוינער דורך אויס די יארן וואס עס האט פאסירט. איז דאס נארמאל א מדינה זאל פארלירן מער ווי איין % פון די פאפיולאציע פון טעראריסטישע אטאקעס. איז דאס נארמאל ?
 
הוצז"ל העלפט נישט קיין תשובה און מען פארשניטן אריין געווארפן אין כף הכלא. און ווערט נישט דערמאנט אין די תורה.
די הוצז"ל איז שוין פון לאנג דעבאטירט געווארן אין די פריערדיגע ספרים און דאס איז סתם א קבלה'סטישע איבערגעטריבענע עבירה וועלכעס האט נישט קיין שום מקור חוץ אין ספר הזוהר וועלכעס איז שוין אפגעפרעגט געווארן דורך דעם יעב"ץ און נאך. קענסט דיך פארלאזן אויפן זוהר אז דו ווילסט, אבער זאגן ס'העלפט נישט קיין תשובה דערויף איז סתם געהאקט אין קאפ
 
הוצז"ל העלפט נישט קיין תשובה און מען פארשניטן אריין געווארפן אין כף הכלא. און ווערט נישט דערמאנט אין די תורה.

בדרך אגב די שלש שבועות איז נישט אן אגדתא וואס קומט פון פינגער ער איז פסוקים וואס די גמ' איז מסביר וואס די פסוקים זעען אלל אבאוט
גראדע אויף ז"ל העלפט יא תשובה, ס'איז א בפירוש'ע זוהר אין בראשית סב.
 
100 טויזענט איז אבאוט רייט. און פון דאן און ווייטער אין די מדינה זעלבסט ? ווייסטו וויפיל? אריבער 6000 נאר אין ארץ ישראל אליינס. דאס איז אסאך מער ווי איין פראצענט פון די מדינה'ס איינוואוינער דורך אויס די יארן וואס עס האט פאסירט. איז דאס נארמאל א מדינה זאל פארלירן מער ווי איין % פון די פאפיולאציע פון טעראריסטישע אטאקעס. איז דאס נארמאל ?
צו ס'איז נארמאל ווייס איך נישט, אבער קוק אריין אין תנ"ך און זאג מיר וויפיל טויטע ס'געווען ביי מלחמות סיי ווען מ'האט זיך געשלאגן מיט פעלקער ארום א"י און סיי ווען אידן האבן זיך געשלאגן צווישן זיך ווי למשל פלגש בגבעה אדער א מלכות יהודה קעגן מלכות ישראל
 
הוצז"ל העלפט נישט קיין תשובה און מען פארשניטן אריין געווארפן אין כף הכלא. און ווערט נישט דערמאנט אין די תורה.

בדרך אגב די שלש שבועות איז נישט אן אגדתא וואס קומט פון פינגער ער איז פסוקים וואס די גמ' איז מסביר וואס די פסוקים זעען אלל אבאוט
די שלש שבועות ווערן בכלל נישט גע'פסק'נט אין שו"ע. אגב, די מימרא שטייט אויפן זעלבן בלאט פון כל מי שדר בחוץ לארץ דומה כמי שאין לו אלוה, און לעולם ידור בא"י בעיר שרבו נכרים ואל ידור בחו"ל בעיר שכלו ישראל... דאס טיסטו אויך?
 
אגב, הערצל פאר זיך האט נישט געהאט קיין שום אישו צו גרינדן דאס אידיש לאנד אין אוגאנדא, ווילאנג אידן דארפן נישט זיין קיין מינאריטי אין א פרעמד לאנד אין זיין אנגעוואנדן אינעם "חסד" פונעם ארטיגן רעגירונג, די פראבלעם מיט אוגאנדא איז נאר געוועהן אז ס'וואלט נישט געצויגן די פרומע אידן. ווען ער ווייסט ווען אז ס'קומט א האלאקאוסט און די פרומע אידן וועלן זיך הרג'נען צו קענען אריינקומען אין זיין לאנד וואלט ער עס לכאורה געמאכט אין אוגאנדא ושלום על ישמעאל.
 
צו ס'איז נארמאל ווייס איך נישט, אבער קוק אריין אין תנ"ך און זאג מיר וויפיל טויטע ס'געווען ביי מלחמות סיי ווען מ'האט זיך געשלאגן מיט פעלקער ארום א"י און סיי ווען אידן האבן זיך געשלאגן צווישן זיך ווי למשל פלגש בגבעה אדער א מלכות יהודה קעגן מלכות ישראל
איך רעד פון ווען מען איז פארטריבן געווארן אין נאך בית שניַ
 
אגב, הערצל פאר זיך האט נישט געהאט קיין שום אישו צו גרינדן דאס אידיש לאנד אין אוגאנדא, ווילאנג אידן דארפן נישט זיין קיין מינאריטי אין א פרעמד לאנד אין זיין אנגעוואנדן אינעם "חסד" פונעם ארטיגן רעגירונג, די פראבלעם מיט אוגאנדא איז נאר געוועהן אז ס'וואלט נישט געצויגן די פרומע אידן. ווען ער ווייסט ווען אז ס'קומט א האלאקאוסט און די פרומע אידן וועלן זיך הרג'נען צו קענען אריינקומען אין זיין לאנד וואלט ער עס לכאורה געמאכט אין אוגאנדא ושלום על ישמעאל.
אוגאנדע וואלט געהאט די זעלבע פראבלעים
 
די תקופה איז פון ארום 5 יאר פאר׳ן חורבן ביז אזא 500 יאר נאכ׳ן חורבן.
 
אידן האבן אין אלע דורות געלעבט אנדערש און עס איז געווען פיין און וואויל. ווען א איד איז געווארן אסעמילירט כאחד הגוים דאן האבן זיי אנגעהויבן ליידן די רדיפות. ווען הערצל האט מחליט געווען צו מאכן א מדינה איז עס געווען ווייל מיר ווילן און וועלן זיין א גוי כאחד הגוים. א פאלק אן קיין לאנד איז קיין פאלק נישט. איז געווען איינע פון זיינע סלאגאנען.

און די פראפאגאנדע פון א"י האט זיך אנגעהויבן מיט א צוביסלאכע עליה און איבער קערענישן. נישט נאר א מחשבה'לה ווי די רופסט עס אן. און דאס האט די גוי זייער געערבערט. זייעט אן טעראר און נאך דעם וויל ער זיין א פאלק מיט א לאנד?

ליין איבער די אנהייב פון די ענגלישע מאנדאט, און וואס די חובבי ציון האבן טערארזירט צו ווערן א מדינה (ב.ד.וו. קיין שום ענליכקייט צו אידישקייט, אויסער אז די לאנדס שפראך איז איבערגעדרייטע ספרדישע הברה לשה"ק)

עס געפעלט מיר נאר ווי אזוי די רופסט עס אן א טעראר אטאקע דא און דארט אבער אזוי איז עס אוקיי. אין יום שאין קללתו מחברתו. על מה ולמה עשה ה' ככה ? אויב איז מען אונטער א אידישע מדינה פראטעקשאן ווי זענען די פראטעקטארס, איך פארשטיי נישט.
אידן האבן אין אלע דורות אויסדריקליך נישט געלעבט בשלום מיט די פעלקער.
מ'האט אלעמאל געליטן רדיפות וגזרות.

דאס וואס דו זאגסט אז אסימילאציע איז גאר די גורם, בינעך נישט זיכער וואס דו מיינסט דערמיט, אין שפאניע האבן זיי געלאזט אידן בלייבן 'נאר' אויב זיי טויפן זיך. און משומדים זענען אין רוב פעלער געווען שטארק רעספעקטירט ביי די קריסטן.

בנוגע די טעראר וואס געוויסע גרופעס האבן אנגעזייט אין ארץ ישראל, הגם וואס עס איז געווען מיט א ציל מצדם און נישט סתם לשם האסע וואס די פאלעסטינער טוען אין מייסטנס פעלער, איז עס אודאי א גרויסע אומרעכט, אבער דאס האט נישט צוטון מיט ציוניזם דירעקט, דאס זענען סך הכל געווען גרופעס פון עקסטרעמע יונגן וואס האבן געטון על דעת עצמם און אין פאקט זענען די ציוניסטישע פירער געווען דערקעגן ווייל זיי האבן געהאלטן אז עס מאכט מער שאדן ווי אויפטון.
עכ"פ, וועסט נישט טרעפן און קיין שום לעגיטימער ציוניסטישע ליטעראטור אז מ'זאל זיך באגיין אפיציעל מיט טעראר.

וועגן דיין ציפער אויף איין פראצענט וואס זענען געשטארבן פון טעראר אטאקע'ס, בינעך בכלל נישט משיג ווי אזוי דו ביסט אנגעקומען צו איין פראצענט, נעמנדיג אין באטראכט אז עס וואוינען יעצט ארום זיבן מיליאן אידן דארט און במשך די לעצטע 75 יאר זענען שוין געשטארבן מסתמא א דריי מיליאן, איז זעקס טויזנט ארום א זיבעצנסטל פון א פראצענט.
 
Back
Top