הערות צו ניקס

יא, כלויף שנעל צוריק אהין, ס'לוינט זיך צו באגריסן נייע מעמבערס, מ'באקומט פריינט, לייקס, און כבוד! 😘

ווען מענטשן וואלטן געכאפט ווי סאך מ'באקומט פאר איין קליינע באמערקונג און ליבשאפט וואס מ'געט פאר א צווייטן, וואלט מען געשטאנען אין א לאנגע שורה צו געבן א גוט ווארט!
 
איך האב א קרוב משפחה וואס זיינע טעכטער ווערן געבוירן שוין מיט די נאמען. וואס הייסט? דער איז א מונקאטשער צום געזונט, און דארט פירט מען זיך צו געבן דעם נאמען פאר מיידלעך ביים ערשטן קריאת התורה מעגליך, איז אויסגעקומען אז כמעט אייביג וואס מיר האבן געהערט אז ער האט געהאט א מיידל איז עס שוין געקומען מיטן נאמען באגלייט, ווייל עס איז אלץ געווען א מאנטאג, דאנערשטאג, ר"ח, יומא דפגרא, אדער סתם האבן מיר געהערט א טאג שפעט..

פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל @שעפטאל מיט דיינע לייקס דערמאנסט מיר פון דעם. איך באמערק לעצטנס אז מיינע תגובות ווערן שוין געבוירן מיטן לייק אין די האנט, נאך איידער איך האב די מעגליכקייט צו ריפרעשן די פעידזש און איבערגיין צו עס איז דא א מיסטעיק האסטו שוין מצליח געווען עס צו לייקן.. קיפ איט אן..
 
קודם כל, ס'איז א סעטינג פון די בעק ענד זאלסט ווערן געלייקט נאך פאר ס'גייט ארויף...

צווייטענס. יא, כ'לייק אמאל ווי נאר כ'האב הנאה בעפאר כ'ענדיג ליינן די גאנצע הודעה אדער נאכקוקן די לינקס און כ'בין ממשיך ליינן נאכן לייקן.

ווען א חָבר לייגט עפעס לענגער, לייק איך אמאל נאך בעפאר ס'קומט שבת קודש און מ'האט צייט צו ליינן דעם ארויסגעפרינטע ווערסיע...

שטעל זיך פאר כ'קום איך צוריק מוצאי שבת און כ'רייס אראפ א לייק ווייל צום סוף זעה איך אז ס'איז זיך נישט געקומען... 🤣🤣🤣
 
Back
Top