@שעפטאל וואס ביסטו אזוי
שאקד?
כ'ווייס נישט אויב דו גייסט פארשטיין

כ'האף אז גאט ליינט!
ס'האט מיר געכאפט דעם פאקט אז ער האט באמת געגלייבט אין שבתי צבי
און כ'פראביר צו פארשטיין, ער האט דאך זיכער געהאלטן איז דאס איז דעם אמת און מ'דארף עס פשוט באהאלטן פונעם פאלק וואס איז נעבעך נישט גרייט אויפן גאולה. אפשר איז עס כדאי כ'זאל באזיכן דעם אמונה?
זאלעך דאווענען צו זעיר אנפין? אפשר וועט ער אנפילן מיין באנק אקאונט. ביזדערווייל איז דער אין סוף נישט פארנימען מיט די קליינע זאכן אויף אן אופן וואס איך זאל באקומען מיינע מענטשליכע וויכטיגע ערפילונגען אלעמאל פונקטליך ווי אזוי איך וויל. אפשר וועט זעיר אנפין מאכן שבת פאר זיך און זיין א מפריד אלוף און קעיר נעמען.
כ'וויל טאקע באמת נאר וואס דער באשעפער וויל און נישט דוקא וואס איך וויל, אבער דער אין סוף וויל דאך נישט גארנישט. ס'איז.
סאו זעיר אנפין וויל, אים טוה איך דינען?
פון די אנדערע זייט, ווער ווייסט וואס דער זעיר אנפין וועט פון מיר פארלאנגן פארן מיר באזארגן מיט אביסל לחם לאכול ובגד ללבוש. ס'מיר שוין ענדערש צו בלייבן מקושר מיטן "אין סוף", מיט גיין מיטן פלאו און נישט האבן דוקא וואס מיין קליינער איך וויל.
אבער אויב איז דער "אין סוף" באמת אפגעטיילט פונעם עקזיסטענץ, דאן בין איך נאר סעיף אינעם פלאץ ווי איך עקזיסטיר נישט, ווייל דא דארף מען צוקומען צום זעיר אנפין.
-
אפשר גאר גיימער קיין תורת ישו ווי מ'איז לכאו' אזוי מיחד דעם אלוף אז אונז זעמער גאט, אונז זעמער דעם אדון השבת.
-
אני בהלם
גאט! דו הערסט?! פליז האב רחמנות הער אויף מיט די געים
