ה׳ אייר יום העצמאות לישראל

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
716
רעאקציע ראטע
3,334
וואס איז די שמחה אום ה׳ אייר, פארוואס איז עס אזא גרויסע טאג?
(אמאל איז עס געוועהן פשוט פאר יעדעם, אבער אזויווי די נייע דור פארגעסט שוין און מען קען שוין הערן פרעגן וואס איז דאס ה׳ אייר, וואס איז די גדלות וכו׳ דארף מען עס אפשרייבן למען יעמדו ימים רבים)

1.
ה׳ אייר איז מען באפרייט געווארען פון די בריטישע, און געווארען אליינס א מדינה, דוגמת יציאת מצרים.
2.
ה׳ אייר נאכן ליינען די מגילת העצמאות איז מען געווארען אנערקענט דורך די וועלט אלץ א מדינה, א מדינה וואס קיינער אנערקענט נישט איז נישט ציפיל ווערט,דוגמת עזה.
3.
ה׳ אייר איז א טאג פון רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר, אז עני איד פון די גאנצע וועלט זאל האבן א פלאץ צו אנטלויפן, אין פאל פון אנטעסעמיטיזם.
4.
ה׳ אייר איז א טאג פון אויסרופן ״ניין צו כצאן לטבח״
5.
ה׳ אייר איז א טאג פון הן עם לבדד ישכון, און מיר וועלן זיך מער נישט פארלאזן אויף די גוי׳אישע שכנים.
6.
ה׳ אייר איז די התחלת הניצחון פון מלחמת העצמאות וואס איז געוועהן רבים ביד מעטים, זעקס הונדרעט טויזענט אידן האבן געוואונען אפאר מיליאן אראבערס.
 
איכה ישבה בדד העיר רבתי עם. אין דעם יום המר והנמהר, יותר משריפות בית אלוקינו ה' אייר. דארף א יעדעס רעכטדענקדער ערליכער איד זיך אנטוהן א שק ואפר, און יוצא זיין לרבים, און זועק זיין בלב נשבר ונדכה. אי לאו האי יומא, וואלט שוין משיח צדקינו אונז שוין לאנג ארויס גענומען פון גלות און באמת געהאט אן אייגענע מדינה, ווי א יעדעס איד זיצט זיך תחת גפנו, ותאנו.

קיין אטאבער 7 וואלט נישט פאגעקומען, ווי עס זענען מערדערליך אומגעברענגט געווארן 1200 אידישע נפשות מישראל פארן בלויזן חטא פארן כאפן די גאולה פאר די צייט פון די שלטות הכופרים. מיט אן אייגענע מדינה וואס די תורה האט אנ-געזאגט די שלוש שביעות. דער שטראף דערפאר איז, אני מתיר את בשרכם כאיל בשדה במלוא מובן המלא.

ווי קענען מיר ערליכע אידן יראי ה' שטיין גלייך גילטיג און זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה? מיר קלאגן נישט נאר אויף די 1200 נפשות יקרות מישראל, נאר מיר קלאגן אויף די אלע אידישע נפשות וואס זענען אויף געברענגט געווארן אויף די ציוניסטישע מזבח פאר די לעצטע 70 יאר וואס זענען ל"ע פארשניטן געווארן מיט מיתות משינות ואכזריות. נאר ווייל די ציונים ווילן האבן א מדינה כאחד הגוי. וואס א גלות איד ווייסט היל"ת

מער איבער די היסטאריע און א באזונדערע ארטיקל בעז"ה
 
זייער שיין, דערמאנט מיר פון די פסח דיינו...

אויב מ'קען מוסיף זיין צו דיין ליסט.
מיר זענען מער נישט קיין פארשמעטע אינדיווידואלע מענטשן לביזה ולחרפה לעיני העמים.
ווייל א פאלק וואס איז נישט אין איר לאנד, נאר זענען אורחים ביי אנדערע, איז א גרויסע פארשעמונג. אזוי ווי די תורה זאגט אין פרשת כי תבוא

והיית לשמה למשל ולשנינה בכל העמים אשר ינהגך ה' שמה׃
הוא ילוך ואתה לא תלונו הוא יהיה לראש ואתה תהיה לזנב׃

ובגוים ההם לא תרגיע ולא יהיה מנוח לכף רגלך ונתן ה' לך שם לב רגז וכליון עינים ודאבון נפש׃

והיו חייך תלאים לך מנגד ופחדת לילה ויומם ולא תאמין בחייך׃

בבקר תאמר מי יתן ערב ובערב תאמר מי יתן בקר מפחד לבבך אשר תפחד וממראה עיניך אשר תראה׃

די חידוש איז אז די יעניגע וואס אנערקענען נישט אין די צוריקקער פון אידן אין ארץ ישראל אלס א פאזיטיווע ערשיינונג, שפירען ביי זיך זייער באקוועם אין זייער וואוינונג ארט אין חו"ל. בשעת'ן זאגן אז זיי נעמען אן גזירות הגלות, און שפירען ניטאמאל א פארשעמונג אז זענען אין גלות...
 
לעצט רעדאגירט:
זייער שיין, דערמאנט מיר פון די פסח דיינו...

אויב מ'קען מוסיף זיין צו דיין ליסט.
מיר זענען מער נישט קיין פארשמעטע אינדיווידואלע מענטשן לביזה ולחרפה לעיני העמים.
ווייל א פאלק וואס איז נישט אין איר לאנד, נאר זענען אורחים ביי אנדערע, איז א גרויסע פארשעמונג. אזוי ווי די תורה זאגט אין פרשת כי תבוא

והיית לשמה למשל ולשנינה בכל העמים אשר ינהגך ה' שמה׃
הוא ילוך ואתה לא תלונו הוא יהיה לראש ואתה תהיה לזנב׃

ובגוים ההם לא תרגיע ולא יהיה מנוח לכף רגלך ונתן ה' לך שם לב רגז וכליון עינים ודאבון נפש׃

והיו חייך תלאים לך מנגד ופחדת לילה ויומם ולא תאמין בחייך׃

בבקר תאמר מי יתן ערב ובערב תאמר מי יתן בקר מפחד לבבך אשר תפחד וממראה עיניך אשר תראה׃

די איראנע איז אז די יעניגע וואס אנערקענען נישט אין די צוריקקער פון אידן אין ארץ ישראל אלס א פאזיטיווע ערשיינונג, שפירען ביי זיך זייער באקוועם אין זייער וואוינונג ארט אין חו"ל. בשעת'ן זאגן אז זיי נעמען אן גזירות הגלות, און שפירען ניטאמאל א פארשעמונג אז זענען אין גלות...
איך וואלט בעצם נישט ציטירט א גאנצע תגובה. נאר א יעדעס ווארט דא שרייט מדינות ישראל.

מדינת ישראל האט קיין שייכות מיט אידן נישט. און אזוי אויך, איז נישטא קיין איין מענטש וואס וואוינט דארט ביי זיך אינדערהיים און ציטערט נישט פון זיין אייגענע שאטןַ

די מדינה טאטעס פראקלאמירט בכלל נישט אז זיי זענען אידן. דאס אידישע פאלק וואס מיר בני אברהם יצחק ויעקב ווייסן פון. נאר זיי זענען אן אומה ווי אלע אומות וואס הייסט ישראל.

טריפה, שבת, משפחה ווירדיקייטן, א.א.וו איז פונקט ווי אין סיי וואספארא ליבעראלע מדינה. א איד א שתו''מ האט נישט קיין רואיגע רגע אין די א.ג. אידישע מדינה.

אפי' דער ישראלי וואס פראקלאמירט די מדינה און פראקלאמירט צו זיין אן ישראלי אזוי ווי דער גוי פארופט זיך אן אמעריקאנער אדער ענגלישער האט אויך נישט קיין איין סעקונדע מנוחה דארט.
 
קיין אטאבער 7 וואלט נישט פאגעקומען, ווי עס זענען מערדערליך אומגעברענגט געווארן 1200 אידישע נפשות מישראל פארן בלויזן חטא פארן כאפן די גאולה פאר די צייט פון די שלטות הכופרים. מיט אן אייגענע מדינה וואס די תורה האט אנ-געזאגט די שלוש שביעות. דער שטראף דערפאר איז, אני מתיר את בשרכם כאיל בשדה במלוא מובן המלא.
גערעכט, קיין אקטאבער 7 וואלט טאקע נישט פארגעקומען, אבער זעקס מיליאן יא.

קיין אקטאבער 7 טאקע נישט, אבער מיליאנען אידישע נפשות וועלכע זענען אומגעקומען כל ימי הגלות דורך בלוט דארשטיגע רוצחים אין פאגראמען, מלחמות, און סתם פאר די נישטיגקייט סתם ווייל מיר זענען אידן און אלעס אין נאמען פון רעליגיע.

קיין אקטאבער 7 טאקע נישט אבער השמדת און גירושין, באראבעוועט דעם שוואכן נעבעכדיגן גלות איד יא פאר צוויי טויזענט יאר.

צו הריני מתיר את בשרכם גייט ארויף אויף צו האבן אן אייגן לאנד ווייס איך נישט, צו מ'קען ארויסדרינגן און ארויסקוועטשן פון א שיינע אגדות חז"ל אז דאס איז דער שטראף איז מן הסתם איבערגעטריבן אויב עפעס און אויב נישט מאכט אסאך מער סענס ווייל סוכ"ס איז אין משיבין על הדרוש.

אבער דאס איז אמאל זיכער אז הריני מתיר את בשרכם איז זיכער מקוים געווארן זייענדיג אין גלות ווען מ'האט נישט געהאט קיין אייגן לאנד.

הריני מתיר את בשרכם איז זיכער מקוים געווארן ביי די קרייציגלער, תתנ"ו, ת"ח ות"ט, גירוש שפאניע, אינקוויזיציה, 1880 רוסישע פאגראמען, ערשטע וועלט מלחמה, צווייטע וועלט מלחמה און נאך
 
איר פראקלאמירט וואס זיי האבן יא אדער נישט פראקלאמירט?!?!

זיי האבן פראקלאמירט טאקע ה' אייר אז אלע אידן (אויך נטורי קרתא) מארבע כנפות הארץ קענען ווערען אנגענומען אלס פולשטענדיגע בירגער אין ארץ אבותינו אברהם יצחק ויעקב

מדינת ישראל תהא פתוחה לעליה "יהודית" ולקיבוץ גלויות; תשקוד על פיתוח הארץ לטובת כל תושביה; תהא מושתתה על יסודות החירות, הצדק והשלום לאור חזונם של "נביאי ישראל" (מגילות עצמאות)

זיי האבן עס פראקלאמירט ער"ש און נישט שבת ס'זאל נישט ארויסקומן חילול שבת בפהרסיא.

זיי האבן אגב אויך פראקלאמירט אז לומדי תורה זענען פטור פון דינען אין מיליטער

זיי האבן פראקלאמירט אז אידישע ענינים כגון נישואין כשרות קבורה וכו'זאלען ווערען געפירט דורך ארטאדאקסישע רבנים.

ועוד ואכמ"ל

אויב מען האט מנוחה דארט צו נישט איז די בעסטע צו פרעגן א תושב פון ארץ ישראל, הער פון אים צו זיין טעגליכע מנוחה ווערט אוועקגענומען פון די מלחמה אין רפיח..
 
לעצט רעדאגירט:
גערעכט, קיין אקטאבער 7 וואלט טאקע נישט פארגעקומען, אבער זעקס מיליאן יא.

קיין אקטאבער 7 טאקע נישט, אבער מיליאנען אידישע נפשות וועלכע זענען אומגעקומען כל ימי הגלות דורך בלוט דארשטיגע רוצחים אין פאגראמען, מלחמות, און סתם פאר די נישטיגקייט סתם ווייל מיר זענען אידן און אלעס אין נאמען פון רעליגיע.

קיין אקטאבער 7 טאקע נישט אבער השמדת און גירושין, באראבעוועט דעם שוואכן נעבעכדיגן גלות איד יא פאר צוויי טויזענט יאר.

צו הריני מתיר את בשרכם גייט ארויף אויף צו האבן אן אייגן לאנד ווייס איך נישט, צו מ'קען ארויסדרינגן און ארויסקוועטשן פון א שיינע אגדות חז"ל אז דאס איז דער שטראף איז מן הסתם איבערגעטריבן אויב עפעס און אויב נישט מאכט אסאך מער סענס ווייל סוכ"ס איז אין משיבין על הדרוש.

אבער דאס איז אמאל זיכער אז הריני מתיר את בשרכם איז זיכער מקוים געווארן זייענדיג אין גלות ווען מ'האט נישט געהאט קיין אייגן לאנד.

הריני מתיר את בשרכם איז זיכער מקוים געווארן ביי די קרייציגלער, תתנ"ו, ת"ח ות"ט, גירוש שפאניע, אינקוויזיציה, 1880 רוסישע פאגראמען, ערשטע וועלט מלחמה, צווייטע וועלט מלחמה און נאך
קיין איינע פון דיינע דערמאנטע זאכן זענען נישט געווארן פערווענטעד מיט די מדינה. אויב עפעס פונקט קאפיוער.

לאמיר עס צולייגן. א יעדע מאורה וואס די האסט אויס גערעכענט קרייגציגן, פאגראמען, סתם רציחות הכל ביחד, סה''כ, וויפיל אידן זענען אין די אלע יארן אומגעברענגט געווארן ?

ניטאמאל א פערטעל פון ווען די ציונים האבן אנגעהויבן קאמאנדאווען בעפאר די ערשטע וועלט'ס קריג אין די יארן פון 1890 צו 1945.

די לעצטע 150 יאר איז פארגאסן געווארן אסאך מער אידיש בלוט פון וויפיל עס איז פארגאסן געווארן במשך פון די צוויי טויזענט יאר נאכן חורבן הבית, ביז 150 יאר צוריק.

טראכט גוט, און ליין היסטאריע. פאר די צווייטע וועלט'ס קריג זענען וויפיל אידן אומגעקומען פער עפיזאד ?

און זינט די מדינה האט אנגעהויבן מיט די אתחלתא דגאולה מאוומענט צווישען די צוויי וועלט'ס קריגן וויפיל אידיש בלוט האט עס געקאסט זינט דאן.

די צווייטע וועלט'ס קריג איז דאך אויך א חלק פונעם עונש שוין פון אני מתיר את בשרכם. אויסער וואס די א.ג. אידישע מדינה מיט זייערע פאונדינג פאדערס, האבן געהאט א פיזישע האנט אין די רציחות פון איבער 2 מיליאן אונגארישע, און סאלאוואקישע אידן. (כמובא בספר מן המצר)

בסה''כ זונט די מדינה שטייט בערך 70 יאר מיט אפאר יאר איז אידיש בלוט אסאך מער הפקר ווי סיי ווען בעפאר, (אריינגערעכענט רוסישע פאגראמען, גזירות תחת''ט, גירוש שפאניע, וכו') אין די גאנצע וועלט בכלל. און, אין זייער מדינה בפרט.

הער אויף צו ליינען מאיר לעהמאן'ס סחורה, הייב אן ליינען ריעל סטאף. דאן וועסטו זעהן אז וואס מנחם מענדל ג''ץ מיט זיינע חברים, און די אנדערע שרייבער כדו' לו. האבן קריעטעד א מצב פון הרוגים און גירושים וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. נאר די פאר וואס די ראשונים ברענגן אראף איז אויף וואס מען קען קאונטען, וואס איז לכאו' ריכטיגע היסטאריע. די רעסט איז נאוועל בוקס.
 
איר פראקלאמירט וואס זיי האבן יא אדער נישט פראקלאמירט?!?!

זיי האבן פראקלאמירט טאקע ה' אייר אז אלע אידן (אויך נטורי קרתא) מארבע כנפות הארץ קענען ווערען אנגענומען אלס פולשטענדיגע בירגער אין ארץ אבותינו אברהם יצחק ויעקב

זיי האבן עס פראקלאמירט ער"ש און נישט שבת ס'זאל נישט ארויסקומן חילול שבת בפהרסיא.

זיי האבן אגב אויך פראקלאמירט אז לומדי תורה זענען פטור פון דינען אין מיליטער

זיי האבן פראקלאמירט אז אידישע ענינים כגון נישואין כשרות קבורה וכו'זאלען ווערען געפירט דורך ארטאדאקסישע רבנים.

ועוד ואכמ"ל

אויב מען האט מנוחה דארט צו נישט איז די בעסטע צו פרעגן א תושב פון ארץ ישראל, הער פון אים צו זיין טעגליכע מנוחה ווערט אוועקגענומען פון די מלחמה אין רפיח..
און אזוי גייט היינט אן די מדינה ?
ארטאדאקסישע רבנים האבן די לעצטע ווארט אויף קבורה כשרות און נישואין. ווייל טריפה'ס איז בכלל נישט יראה ומצא אין די מדינה. חילול שבת איז א חוק אז די מדינה ריהט.

אינטערסאנט, לומדי תורה זענען פטור פון מיליטער, ווייל זיי זענען די נטורי קרתא, וואס וואכן די חומות פון ירושלים מיט זייער כח התורה. און דערפאר איז די מעמד בני ישיבה זייער שטארק אינפארסירט. אוואדאי איז אכמ''ל ווייל מען קען נישט מאריך זיין ווען אפי' א קצירת האומר איז נישטא צו זאגן.
 
היינט ווען כ'האב געזינגן/געזאגט הלל האב איך געטריפט אויף דעם פסוק מאת ד' היתה זאת היא נפלאת בעינינו
די האסט קיין הלל געזאגט היינט. פארדרייט מיר נישט דעם דאשעק, ווייל אפי' פסח איז דא א ספק צו מען זאגט הלל צו נישט, איז וואס זוכן טראבעל ?
 
געפעלט מיר ווי חברה דא, און אויף אנדערע פארומ'ס, וואס האבן נאכנישט מחליט געווען צו זיי גלייבן אין גאט, אדער צו זיי גלייבן אז תורה מן השמים, זענען גאר שטארק גלויביגע אויף אני מתיר את בשרכם, און אויף שלש שבועות...
 
ווער זאגט פארן רבוש''ע וואס און ווען? נישט די רבי'ס ?
 
קיין איינע פון דיינע דערמאנטע זאכן זענען נישט געווארן פערווענטעד מיט די מדינה. אויב עפעס פונקט קאפיוער.

לאמיר עס צולייגן. א יעדע מאורה וואס די האסט אויס גערעכענט קרייגציגן, פאגראמען, סתם רציחות הכל ביחד, סה''כ, וויפיל אידן זענען אין די אלע יארן אומגעברענגט געווארן ?

ניטאמאל א פערטעל פון ווען די ציונים האבן אנגעהויבן קאמאנדאווען בעפאר די ערשטע וועלט'ס קריג אין די יארן פון 1890 צו 1945.

די לעצטע 150 יאר איז פארגאסן געווארן אסאך מער אידיש בלוט פון וויפיל עס איז פארגאסן געווארן במשך פון די צוויי טויזענט יאר נאכן חורבן הבית, ביז 150 יאר צוריק.

טראכט גוט, און ליין היסטאריע. פאר די צווייטע וועלט'ס קריג זענען וויפיל אידן אומגעקומען פער עפיזאד ?

און זינט די מדינה האט אנגעהויבן מיט די אתחלתא דגאולה מאוומענט צווישען די צוויי וועלט'ס קריגן וויפיל אידיש בלוט האט עס געקאסט זינט דאן.

די צווייטע וועלט'ס קריג איז דאך אויך א חלק פונעם עונש שוין פון אני מתיר את בשרכם. אויסער וואס די א.ג. אידישע מדינה מיט זייערע פאונדינג פאדערס, האבן געהאט א פיזישע האנט אין די רציחות פון איבער 2 מיליאן אונגארישע, און סאלאוואקישע אידן. (כמובא בספר מן המצר)

בסה''כ זונט די מדינה שטייט בערך 70 יאר מיט אפאר יאר איז אידיש בלוט אסאך מער הפקר ווי סיי ווען בעפאר, (אריינגערעכענט רוסישע פאגראמען, גזירות תחת''ט, גירוש שפאניע, וכו') אין די גאנצע וועלט בכלל. און, אין זייער מדינה בפרט.

הער אויף צו ליינען מאיר לעהמאן'ס סחורה, הייב אן ליינען ריעל סטאף. דאן וועסטו זעהן אז וואס מנחם מענדל ג''ץ מיט זיינע חברים, און די אנדערע שרייבער כדו' לו. האבן קריעטעד א מצב פון הרוגים און גירושים וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. נאר די פאר וואס די ראשונים ברענגן אראף איז אויף וואס מען קען קאונטען, וואס איז לכאו' ריכטיגע היסטאריע. די רעסט איז נאוועל בוקס.
די שאלה איז אויב די מדינה האט אויפגעטון אז אידן האבן א ווינקל אויפן וועלט ווי זיי זענען מער אפגעהיטן ווי פאר דעם, ווען זיי זענען געווען פארפרייט איבעראל אן קיין לאנד.

ווען ציונים פייערן יום העצמאות, נעמען זיי מער ווייניגער אן אז אידן אין די מדינה זענען מער סעיף ווי פאר די אידן האבן בכלל געהאט א מדינה.

ס'איז נישט ריכטיג אריינצולייכן די צווייטע וועלט מלחמה אין דעם כלל, אידן האבן דאך נישט געהאט דעמאלטס ווי צו אנטלויפן.

מען דארף רעכענען פון ווען די מדינה איז געגרינדעט געווארן און ווייטער. לכאורה פאר זיי אין זייער צייט האבן זיי געמאכט א לאגישער חשבון אז א מדינה וועט זיין א גוטע עצה זיך צו קענען באשיצן, נעמענדיג אין באטראכט די פאגראמען און רציחות. ס'איז זיכער אז אידן זענען היינט מער סעיף אין די מדינה ווי אידן האבן געווען פאר 300 יאר צוריק אין יוראפ.

די זאך איז נאר אז היינט בכלל איז די וועלט אנדערש, און ס'איז אינגאנצן נישט מוכרח אז אידן אין די מדינה זענען מער סעיף ווי אידן אין חו"ל אויב עפעס פארקערט, געוואנדן וואו מען וואוינט.

די עיקר נקודה איז דאכצעך נישט דוקא די חיי יום יום, נאר ווען עס קומט צו א מצב פון גירוש, שואה, וכדומה. אונז לעבן אפשר רואיג און באקוועם אין אמעריקע, אבער ס'איז גארנישט אזוי זיכער אז אין 50 יאר ארום, ווען די אייניקלעך פון די היינטיגע קאלעדזש סטודענטן וועלן האלטן ביידע הייזער מיט די פרעזידענטשאפט, וועט ארויפקומען א לינקע סטייל היטלער און מיר וועלן דאן אלע מוזן הייבן פיס צו די מדינה.
 
קודם ביסטו שוין א מודה במקצת. אויף דערווייל איז עס א בלויזער חורבן. וועלן מיר ווארטן 50 יאר און זעהן צו מיר וועלן דארפן אהין לויפן און מיר וועלן האבן דעם שמועס נאכאמאל.
 
מיינע זיידעס און באבעס האבן אויך געמאכט דעם חשבון און געווארט ביז די באנען וועלכע האבן זיי געפירט קיין אוישוויץ און מער האבן זיי נישט געווארט.
די אידן אין בערלין האבן אויך געמיינט אז בערלין איז פאר אייביג...
 
נישט אייביג, יא אייביג, אוישוויץ, טרעבלינקע. אלעס זייער וואויל.

וואס העלפט דיר מדינה און זענען מיר סעיפער אין וועלט אדער אפי' דארט אין ישראל זעלבסט. ווי פאר די לעצטע 2000 יאר ?

ניין און ניין, נישט אין די וועלט און נישט אין די מדינה. ווען אושוויץ וועט קומען נאכאמאל ח''ו, דאן וועלן מיר עס דעבאטירן נאכאמאל. און נעם מיין חתימה, ישראל וועט נישט ראטעווען כ''י יעמולס אויכעט נישט סיטיזען שמיטעזן וכו' זיי גייען דיר גארנישט העלפן נישט דאן און נישט יעצט אויף דערווייל האבן מיר דארט נישט קיין ארץ. רק דם. נישט ווי חיים ווייצמאן האט געשריבן רק בדם תהיה לנו ארץ. נאר, רק דם יש לנו (שנשפך כמים) ולא ארץַ

דם יש לנו ולא ארץ
 
צוויי טויזענט יאר פון גלות רציחות, אינקוויזיציע, קרייציגלער, ת״ח ות״ט, רוסישע צאר׳ן און צום סוף די זעקס מיליאן קדושים האבן געפראווד אז מיר מוזן האבן א לאנד.
יא ב״ה די לעצטע זיבעציג יאר איז גאר גוט געגאנגען פאר אידן, אין דייטשלאנד ביז 1933 איז אויכט גאר גוט געוועהן פאר אידן, יו נעווער קנאו ווען זיי וועלן זיך ארומדרייען די דאטשיק נאכאמאל.
זיבעציג יאר פרידן מעקט נישט אויס 2000 יאר פון היסטאריע, ובפרט אז היסטערי ריפיעטס איטסעלף.
 
לעצט רעדאגירט:
נישט אייביג, יא אייביג, אוישוויץ, טרעבלינקע. אלעס זייער וואויל.

וואס העלפט דיר מדינה און זענען מיר סעיפער אין וועלט אדער אפי' דארט אין ישראל זעלבסט. ווי פאר די לעצטע 2000 יאר ?

ניין און ניין, נישט אין די וועלט און נישט אין די מדינה. ווען אושוויץ וועט קומען נאכאמאל ח''ו, דאן וועלן מיר עס דעבאטירן נאכאמאל. און נעם מיין חתימה, ישראל וועט נישט ראטעווען כ''י יעמולס אויכעט נישט סיטיזען שמיטעזן וכו' זיי גייען דיר גארנישט העלפן נישט דאן און נישט יעצט אויף דערווייל האבן מיר דארט נישט קיין ארץ. רק דם. נישט ווי חיים ווייצמאן האט געשריבן רק בדם תהיה לנו ארץ. נאר, רק דם יש לנו (שנשפך כמים) ולא ארץַ

דם יש לנו ולא ארץ
מאכסט עס ערגער ווי ס'איז. אוודאי מענטשן וואס וואוינען אין שומרון אדער אין שלעכטע חלקים פון לאנד זענען מער אויסגעשטעלט צו סכנות אדער גאר שטארבן. אידן וואס וואוינען אין סכנה'דיגע פלעצער אין אמעריקע זענען אויך אויסגעשטעלט צו סכנות.

ווען האסטו די לעצטע מאל געהערט אז א איד איז גע'הרג'עט געווארן דורך א שונא ישראל געווארן אין הרצליה? נתניה? רמת גן? אילת? ועוד, גאר אסאך שטעט זענען מער סעיף ווי וויליאמסבורג. אין דזשערסי סיטי האט מען אויך געשאסן אידן, און אין מאנסי געשטאכן אידן, אלעס קען זיך מאכן, אבער ישראל האט נאך אזוי פיל פלעצער ווי מען לעבט א רואיגע חיים טובים פינקט ווי דא.
 
ר' לייביש, סארי כ'בין נישט קיין סאטמערע.
אבער דעי פרישקייט! לייביש איז אין די כלים! קהל'ס האט אנגעצינדן א פייער ביי דיך! 😘
 
איכה ישבה בדד העיר רבתי עם. אין דעם יום המר והנמהר, יותר משריפות בית אלוקינו ה' אייר. דארף א יעדעס רעכטדענקדער ערליכער איד זיך אנטוהן א שק ואפר, און יוצא זיין לרבים, און זועק זיין בלב נשבר ונדכה. אי לאו האי יומא, וואלט שוין משיח צדקינו אונז שוין לאנג ארויס גענומען פון גלות און באמת געהאט אן אייגענע מדינה, ווי א יעדעס איד זיצט זיך תחת גפנו, ותאנו.

קיין אטאבער 7 וואלט נישט פאגעקומען, ווי עס זענען מערדערליך אומגעברענגט געווארן 1200 אידישע נפשות מישראל פארן בלויזן חטא פארן כאפן די גאולה פאר די צייט פון די שלטות הכופרים. מיט אן אייגענע מדינה וואס די תורה האט אנ-געזאגט די שלוש שביעות. דער שטראף דערפאר איז, אני מתיר את בשרכם כאיל בשדה במלוא מובן המלא.

ווי קענען מיר ערליכע אידן יראי ה' שטיין גלייך גילטיג און זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה? מיר קלאגן נישט נאר אויף די 1200 נפשות יקרות מישראל, נאר מיר קלאגן אויף די אלע אידישע נפשות וואס זענען אויף געברענגט געווארן אויף די ציוניסטישע מזבח פאר די לעצטע 70 יאר וואס זענען ל"ע פארשניטן געווארן מיט מיתות משינות ואכזריות. נאר ווייל די ציונים ווילן האבן א מדינה כאחד הגוי. וואס א גלות איד ווייסט היל"ת

מער איבער די היסטאריע און א באזונדערע
ווי שוין דערמאנט פריער איבער דעם אגדות חז"ל פון אני מתיר את בשרכם, אגדות חז"ל ווי אלע אנדערע אגדות חז"ל. און קיין הלכות איבערהויפט דיני נפשות קען מען נישט ארויסלערנען דערפון נישט קיין חילוק וועלכער רשכבה"ג אדער כ"ק אדמו"ר וויל מאכן א שיינעם פשט'ל דערפון, אז ס'זאל שטימען מיט זיינע/זייערע אגענדעס.

און אזויווי דו ביסט זיכער אז די זעקס מיליאן איז געקומען אלץ אן עונש פאר דעם, זענען פארהאן פונקט אזוי אנדערע מיט אנדערע מיינונגן און האלטן אז זיי ווייסן פינקטלעך פארוואס ס'געקומען, כ'האב שוין געהערט כמה טעמים פארוואס די שואה איז געקומען, יעדער קען זיך ברענגן זיירעע לאגישע ראיות מיט אגדות חז"ל מיט וואס נישט.

איין זאך וואס איז נישט קיין אגדות חז"ל נאר דאס ווארט פון גאט אליין דורך זיין שליח און נביא ישעיהו
"כי לא מחשבותי מחשבותיכם ולא דרכיכם דרכי נאם ה'. כי גבהו שמים מארץ כן גבהו דרכי מדרכיכם ומחשבתי ממחשבותיכם.

אונזער לאגיקע איז נישט גאט'ס לאגיק. אונזער מהלך המחשבה איז נישט גאט'ס מהלך המחשבה און בעיסיקלי וואס גאט זאגט קליפ און קלאר אז עם קענען מיר בשר ודם'ניקעס נישט אויסרעכענען און פארשטיין
 
Back
Top