אידן האבן אין אלע דורות אויסדריקליך נישט געלעבט בשלום מיט די פעלקער.
מ'האט אלעמאל געליטן רדיפות וגזרות.
דאס וואס דו זאגסט אז אסימילאציע איז גאר די גורם, בינעך נישט זיכער וואס דו מיינסט דערמיט, אין שפאניע האבן זיי געלאזט אידן בלייבן 'נאר' אויב זיי טויפן זיך. און משומדים זענען אין רוב פעלער געווען שטארק רעספעקטירט ביי די קריסטן.
בנוגע די טעראר וואס געוויסע גרופעס האבן אנגעזייט אין ארץ ישראל, הגם וואס עס איז געווען מיט א ציל מצדם און נישט סתם לשם האסע וואס די פאלעסטינער טוען אין מייסטנס פעלער, איז עס אודאי א גרויסע אומרעכט, אבער דאס האט נישט צוטון מיט ציוניזם דירעקט, דאס זענען סך הכל געווען גרופעס פון עקסטרעמע יונגן וואס האבן געטון על דעת עצמם און אין פאקט זענען די ציוניסטישע פירער געווען דערקעגן ווייל זיי האבן געהאלטן אז עס מאכט מער שאדן ווי אויפטון.
עכ"פ, וועסט נישט טרעפן און קיין שום לעגיטימער ציוניסטישע ליטעראטור אז מ'זאל זיך באגיין אפיציעל מיט טעראר.
וועגן דיין ציפער אויף איין פראצענט וואס זענען געשטארבן פון טעראר אטאקע'ס, בינעך בכלל נישט משיג ווי אזוי דו ביסט אנגעקומען צו איין פראצענט, נעמנדיג אין באטראכט אז עס וואוינען יעצט ארום זיבן מיליאן אידן דארט און במשך די לעצטע 75 יאר זענען שוין געשטארבן מסתמא א דריי מיליאן, איז זעקס טויזנט ארום א זיבעצנסטל פון א פראצענט.