- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 250
- רעאקציע ראטע
- 1,585
הרב לייבוש,
איך מיין אז דיין פראבלעם שטעקט אינעם ליינען היסטאריע פון צוריקצעוועגס.
הרצל ודעימיה זענען געגאנגן פארן געדאנק צו מאכן אן אייגן אידישע מדינה 'נאכדעם' וואס אנטיסעמיטיזם האט זיך פארשפרייט דורכאויס אייראפע.
אידן האבן אנגעהויבן מצליח זיין און זענען געווען אנדערש און די פעלקער האבן דאס נישט געגליכן און דאס האט זיך געהאלטן אין איין פארשטארקן ביז דעם חורבן אייראפע.
בכלל איז אבסורד צו זאגן אז די עונש פון נעמען א מדינה איז געקומען בעפאר דעם אקט, והלא מחשבה רעה אין הקב"ה מצרף למעשה.
און זיך לאזן אויס'רצח'ן קומט זיכער נישט אין באטראכט ווייל איך גלייב נישט אז דאס איז וואס דו נעמסט אן פון חז"ל אז מה הוא רחום אף אתה רחום. אויב דאס איז די רחמנות וואס גאט ווייזט אונז זעמער אויף געבראטענע צרות.
הכלל, די מדינה איז א סעיף העיווען פאר אידישע קינדער, מ'ליידט נאך טאקע דא דארט פון טעראר אטאקע'ס, אבער דאס איז א שיי אין ים פון וואס מ'האט געליטן אין אייראפע אלע יארן.
צום שלוס,
אויב נעמען א מדינה וואלט טאקע געווען אזא הארבע זאך, וואלט דאס גאט נישט מרמז געווען אין עפעס אן אגדתא גמרא סוף כתובות דורך עפעס אן אמורא אויף וואס דער פני יהושע זאגט אין גיטין דף ט' אז ס'איז מלתא דאגדתא ולא פסיקא און מ'דארף דרייען מיט א גאנצע פלפול ספר צו זאגן אז ס'איז א פראבלעם.