האבן אמאליגע רבנים דערלויבט עראָטישע ליטעראטור? (ניבול פה)

יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס רבי יהושע בועז האט מתיר געווען דאס שייטל. אז מען קען געבן א הסכמה פאר ניבול פה רח"ל קען מען אויך געבן א הסכמה אויפן שייטל, גאט באהיט.
מסורת הש״ס איז געמאכט געווארן דורך פארשידענע מענטשן

און ס׳קוקט אויס ווי דו האסט זיך פארמישט דא צווישן צוויי פון זיי:

1. דער העלד פונ׳ם שנירל דא, ר׳ יוסף שמואל פון קראקע - וואס אים האט מען גערופן ר׳ שמואל ר׳ חיים שייע׳ס (ער האט אויך געשריבן עין משפט און נר מצוה אבער מ׳רופט אים נאר מסורת הש״ס)

2. שלטי הגיבורים - ער איז דער וואס האט אנגעהויבן די מסורת הש״ס און ער איז די one וואס האט (אפשר) מתיר געווען די שייטל

אבער אוודאי פאר קאמעדי איז עס נישט קיין נפקא מינה 😅
 
דעי וואכעדיגע פרשה הייבט זיך אָן מיט די רויטע ״קיה״, און די פסוק זאגט: ושרף את הפרה לעיניו= ער זאל פארברענען די קיה פאר זיינע אויגן. דאס איז טאקע מקויים געווארן בשעת די הסכמה תנ״ז (328 יאר צוריק) ווען משה וואליך האט ״פארברענט״ די קוה בוך נאר למראית עין - דורכ׳ן טוישן די נאמען צו ספר משלים. אבער די מעשיות און משלים און אויך די אילוסטראציעס זענען כמעט אלעס געבליבן

אגב דער חיד״א שרייבט וועגן דעם מסורת הש״ס: כ׳האב געהערט אז ער האט געלערנט גאנץ ש״ס 42 מאל! און ער האט געלערנט שטייענדיגערהייט 25 יאר! ער האט געלערנט תורה לשמה און זיינע רייד זענען געהערט געווארן אין הימל אזויווי איינע פון די פריערדיגע (מיינט לכאורה אז ער איז געווען א בעל מופת) און דער חיד״א פירט אויס: זיין זכות זאל אונז ביישטיין. (ס׳זייער זעלטן דער חיד״א זאל שרייבן אזעלכע הויכע לויב)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_7183.jpeg
    IMG_7183.jpeg
    189.7 KB · געזען: 31
  • IMG_7185.jpeg
    IMG_7185.jpeg
    190.7 KB · געזען: 29
  • IMG_7186.jpeg
    IMG_7186.jpeg
    193 KB · געזען: 27
  • IMG_7187.jpeg
    IMG_7187.jpeg
    191.6 KB · געזען: 32
איך טייל דאס מיט,
in case
אויב איינער דא enjoys מעשיות אויף אידיש אין גראמען -געשריבן אין די 1500׳טער יארן…

we played a rhyming guessing game

(ס׳איז א mischievous story וואס א דאנק דעם איז דאס ביכל פארדאמט געווארן - עכ״פ דאס איז איינע פון די סיבות)
 
לעצט רעדאגירט:
מסורת הש״ס איז געמאכט געווארן דורך פארשידענע מענטשן

און ס׳קוקט אויס ווי דו האסט זיך פארמישט דא צווישן צוויי פון זיי:

1. דער העלד פונ׳ם שנירל דא, ר׳ יוסף שמואל פון קראקע - וואס אים האט מען גערופן ר׳ שמואל ר׳ חיים שייע׳ס (ער האט אויך געשריבן עין משפט און נר מצוה אבער מ׳רופט אים נאר מסורת הש״ס)

2. שלטי הגיבורים - ער איז דער וואס האט אנגעהויבן די מסורת הש״ס און ער איז די one וואס האט (אפשר) מתיר געווען די שייטל

אבער אוודאי פאר קאמעדי איז עס נישט קיין נפקא מינה 😅
מען דארף פארשטיין די מצב פון די צייטן ווען א פסק ווערט געשריבן, פסקים ווערן נישט נולד פלוצלינג ווי תורה מן השמים, אז דער פוסק האט געהאט אן עפיפוני אין ער איז קובע בכתב,

דער בעל שלטי הגיבורים האט געוואוינט אין איטאליע, די יודן דארטן זענען געוועהן עקספאוסט צו פעשאן און סטייל, מיט וואס איטאליע איז געווען פארגעשריטן פון די מזרח לענדער ווי די יהדות הספרד, און אפילו אייראפע, וואו מערערע אנדערע יודן זענען געווען
אין איטליה, איז גיווארן די מאדע אז פרויען טראגן א שייטל, און אזוי זענען אויך געגאנגען די בנות ישראל.

דער שלטי הגיבורים האט רעאגירט צו א גרופע מחמירים, וואס עס האט זיי געבאדערט א חידוש ביי די פרויען, איז ער מברר אז עס שטייט אין די גמרא אז עס איז אקעי, און די נשים צדקניות זאלן גיין מיט א שייטל להתקשט לבעליהן, ולא יתנו עיניהם בנכריות, און אזוי איז אריין אין די הלכה פסוקה פון רמ"א און מגן אברהם, שלחן ערוך הרב, וכן הלאה.

אין די צייטן פון רבי יעקב עמדין ז"ל, וואס ער האט געוואוינט אין אלטונא, היינט אין גערמאניא, און עס האט זיך אנגעהויבן אין זיינע צייטן, נאך די אנטוישונגען פון די שבתי צבי דעבאקל, וואס האט גורם געווען אז די כח פון רבנים און מסורת יודן (עס זענען געווען נאך סיבות) איז געווארן שוואכער, און די השכלה פון דיאיסטן (כופרים אין השגחה) איז געשטיגן, (מנדלסון, ווייזל, מיימון), און די ערשטע שינוי איז געווען אז די פרויען טוען זיך אהן א שייטל - דארטן איז עס דענסטמאהל אריין געקומען אין סטייל,
האט דער יעב"ץ און אנדערע געהאלטן אז מען זאל מחדש זיין אן איסור אויף פאה נכרית - שייטל - וועט עס אפשטילן דעם גאלאפירנדער ווינט צו מאדערניזם, און וועט פארשטארקן די מסורה אויף אנדערע ענינים, האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן לאיסור, כאילו אז דער רמ"א און מגן אברהם, איז עפעס סאדענלי "אין כדאי לסמוך עליהם",

שפעטער ביים דברי חיים פון צאנז זצ"ל איז די זעלבע, ער האט געמאכט דערפון כאילו עס איז אסור, ער האט גאנץ געוואוסט פון די פוסקים, אבער ער איז מעלים עין און ער שרייבט "אסור" מיט א געוואלד, ווייל ער האט געוואלט מיט דעם אפשטעלן מאדערניזם.

עס איז קלאר אז די הלכה טוישט זיך נישט פון שארפע ווערטער, און די יוצאי ישיבות פון עדת אשכנזים, יראים ושלימים, מדקדקים בהלכה, גייען די פרויען מיט א שייטל,
ביי די חסידים איז דא א געיעג (קען זיין לשם שמים), איין חסידות העכער און פרומער ווי די נעקסטע און עס ווערט נתרבה די פרויען וואס טראגן מעפורת און כיסויים. נו, תבא עליהם ברכה,
אבער עס איז שוברו בצדו פון הסבי עיניך מנגדי,

אה! מען דרוקט דאך "עיניים",
 
איך טייל דאס מיט,
in case
אויב איינער דא enjoys מעשיות אויף אידיש אין גראמען -געשריבן אין די 1500׳טער יארן…

we played a rhyming guessing game

(ס׳איז א mischievous story וואס א דאנק דעם איז דאס ביכל פארדאמט געווארן - עכ״פ דאס איז איינע פון די סיבות)
והעיקר חסר מן הספר

I forgot to point out

אז דעי מעשה איז straight out of די קוה-בוך!

YiddishInItaly#
 
לעצט רעדאגירט:
for context:

לויט פרופ׳ קלאַודיע ראזנצווייג איז דא נאך א סיבה, חוץ עראטיקע, פ״וו די קוה בוך איז געווארן גע׳אסר׳ט דורכ׳ן מחבר פון מעשה בוך (די זעלבע מחבר וואס קב הישר ברענגט פון אים)

און די סיבה וואס זי טענה׳ט, איז די צוויי געוואגטע מעשיות (אנטי-פארפרומקייט) וואס געפינען זיך אינם קוה בוך:

איין out of the box מעשה, איז טאקע גענצליך ארויסגעשניטן געווארן אין ספר משלים,
און די צווייטע האט איר דא אינ׳ם לינק וואס כ׳האב אויבן געברענגט.
 
אין די צייטן פון רבי יעקב עמדין ז"ל, וואס ער האט געוואוינט אין אלטונא, היינט אין גערמאניא, און עס האט זיך אנגעהויבן אין זיינע צייטן, נאך די אנטוישונגען פון די שבתי צבי דעבאקל, וואס האט גורם געווען אז די כח פון רבנים און מסורת יודן (עס זענען געווען נאך סיבות) איז געווארן שוואכער, און די השכלה פון דיאיסטן (כופרים אין השגחה) איז געשטיגן, (מנדלסון, ווייזל, מיימון), און די ערשטע שינוי איז געווען אז די פרויען טוען זיך אהן א שייטל - דארטן איז עס דענסטמאהל אריין געקומען אין סטייל,
האט דער יעב"ץ און אנדערע געהאלטן אז מען זאל מחדש זיין אן איסור אויף פאה נכרית - שייטל - וועט עס אפשטילן דעם גאלאפירנדער ווינט צו מאדערניזם, און וועט פארשטארקן די מסורה אויף אנדערע ענינים, האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן לאיסור, כאילו אז דער רמ"א און מגן אברהם, איז עפעס סאדענלי "אין כדאי לסמוך עליהם",
ס'דא אסאך מאריך צו זיין אויף דעם וואס דו האסט געשריבן, און איך האב נישט אויף די מינוט קיין צייט אויף דעם, אבער:

1. ס׳איז איראניש וואס דו זאגסט וועגן שייטלען לגבי מענדלסאן & ווייזל, ווייל זייערע ווייבער האבן נישט געטראגן קיין שייטלען נאר טיכלעך,

2. ווען ר' יעקב עמדין האט געשריבן קעגן שייטלען איז דאס געווען נאך פאר די תקופה פון די דריי משכילים וואס דו האסט דערמאנט.
 
די פונקטליכע טיים ליין דארף מען נאכקוקן, אבער דער פאקט איז אז אין שאילת יעב"ץ איז דא א תשובה, געשריבן דירעקט צו דעם חכם מנדלסון.
אויך איז דא א לענגערע תשובה בענין הלנת מתים, וואס איז געווענדעט צו זיין אילק, ער איז געווען דער הויפט שטיצער פון דעם רעיון, און דארטן, ביי דעם ענין פון הלנת מתים, אויך געווען די אונטערלאגע פון די אוסרים, ווייל עס איז געקומען פון משכילים וואס האבן געזוכט שינויים אין די מנהגי ישראל, האבן די פוסקים עס מלביש געווען אין איסורי דאורייתא, מען האט ווען געקענט גיין להיתרא אזוי ווי לכבודו, וד"ל.

אין חת"ם סופר סוף יורה דעה, איז דא א תשובה אן א נאמען (געשריבן צו מהרי"ץ חיות) אויך אויף דעם ענין, מער לחומרא ווי דער מהר"ץ חיות.
דער מהר"ץ חיות איז געווען נאנט צו די משכילים, בפרט צו דעם רב פון פראג, שי"ר,

די פרויען זענען דאן געווען פיאנערן אין מאדע, וואס עס איז אין יענע צייטן געווען א גרויסער גורם צום התקרבות פון סאושעל צום גוי.
עס איז דא בילדער/פעינטינגס פון יענע צייטן פון אידישע פרויען אין בערלין, פון היי קלעסס שייטלעך.

דרך אגב, איך האב נישט געזען נאך א בילד פון מענדלסון'ס פרוי, אבער פון זיין טאכטער יא.
זי איז געווארן א גרושה פון איהר אידישן מאן, געוואוינט נאכדעם מיט א נכרי אהן א מערידזש, און געגאנגען מיט גילוי שערות ווי א גוי'טע.
 
פאר וועם ס'שווער צו ליינען וואס @ריבי שרייבט קען בעטען העלפ פון chatgpt. דא האבן זיי מיר איבערגעמאכט זיין פריער'דיגע תגובה. ס'טאקע נישט פערפעקט ,אבער ס'איז בעסער


די פונקטלעכע צײַט־סדר דאַרף מען נאָך דורכקוקן, אָבער דער ענין איז קלאָר: אין שאילת יעב״ץ געפינט זיך אַ תשובה, געשריבן גלײַך צום חכם מענדעלזאהן. אויך איזאָ דא אַ לענגערע תשובה וועגן הלנת מתים, וואָס ער האָט זיך זעלבסט אַרײַנגעמישט, ווײַל ער איז געווען דער הויפּט־שטיצער פונעם געדאַנק.


דאָרטן, ביים ענין פון הלנת מתים, זענען די מתנגדים געווען זייער שטרענג, ווײַל דאָס איז אַרויסגעקומען פֿון די משכילים, וואָס האָבן געזוכט צו טוישן אין די מנהגי ישראל. די גדולי־פוסקים האָבן זיך געצווונגען צו באַקליידן דאָס אין איסורי דאורייתא, כּדי מען זאָל בכלל נישט קענען גיין אויף אַ היתּר, אפילו ווען ס׳וואָלט געווען שײַך לכבודו. וד״ל.


אין חת״ם סופר סוף יו״ד געפינט זיך אויך אַ תשובה אָן אַ נאָמען (געשריבן צום מהר״ץ חיות), אויף דעם זעלבן ענין, נאָר ער נעמט עס שטרענגער ווי מהר״ץ חיות. דער מהר״ץ חיות איז געווען מער נאהנט צו די משכילים, בפֿרט צום רב פון פראג, רבי שלמה יהודה ראַפּאַפּאָרט (שי״ר).


די פרויען אין יענע דור זענען געווען ממש פּיאָנירין אין מאדע. דאָס אַליין איז געווען אַ גרויסער פּיטום צו מאַכן אַ סאָושעלער נאַענטערקייט צום גוי. ס׳איזאָ פארבליבן בילדער און פּעינטינגס פון דעמאָלטיקע יידישע פרויען אין ברלין, ווי זיי זענען געגאַנגען מיט היי־קלעסס שייטלען.


אגב, אַ בילד פֿון מענדעלזאהנס ווייב האָב איך נישט געזען, נאָר פון זײַן טאָכטער יא. זי איז געוואָרן אַ גרושה פֿון איר יידישן מאַן, און האָט שפּעטער געוואוינט מיט אַ גוי אָן חוּפּה־וקידושין. זי איז אַרויס אין גאַס מיט גלוּי־קאָפּ, ווי אַ גויה.
 
צו
איך מיין אז אמאל האט ניבול פה נישט געהאט דעם זעלבן באדייט ווי היינט.
פונקט ווי אלע אידן פונעם עלטערן דור וואס איך האב געקענט האבן נישט געהאט א פראבלעם צו גריסן א שוועגערין אדער א ניס און פרעגן וואס זיי מאכן משא''כ היינט.
 
די מהרי"ץ חיות האט זיך אליינס פאררופן אלס משכיל, און געווען זייער שטאלץ דערמיט
 
צו
איך מיין אז אמאל האט ניבול פה נישט געהאט דעם זעלבן באדייט ווי היינט.
פונקט ווי אלע אידן פונעם עלטערן דור וואס איך האב געקענט האבן נישט געהאט א פראבלעם צו גריסן א שוועגערין אדער א ניס און פרעגן וואס זיי מאכן משא''כ היינט.
אדער ווען מיר זענען געווען קליינע קינדער איז געווען א נארמאלע ערשיינונג א געזינטע צ׳יפ אין די באקן, דערוואגן זאל זיך היינט איינער — נשתנו העתים.
 
Back
Top