האבן אמאליגע רבנים דערלויבט עראָטישע ליטעראטור? (ניבול פה)

יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס רבי יהושע בועז האט מתיר געווען דאס שייטל. אז מען קען געבן א הסכמה פאר ניבול פה רח"ל קען מען אויך געבן א הסכמה אויפן שייטל, גאט באהיט.
מסורת הש״ס איז געמאכט געווארן דורך פארשידענע מענטשן

און ס׳קוקט אויס ווי דו האסט זיך פארמישט דא צווישן צוויי פון זיי:

1. דער העלד פונ׳ם שנירל דא, ר׳ יוסף שמואל פון קראקע - וואס אים האט מען גערופן ר׳ שמואל ר׳ חיים שייע׳ס (ער האט אויך געשריבן עין משפט און נר מצוה אבער מ׳רופט אים נאר מסורת הש״ס)

2. שלטי הגיבורים - ער איז דער וואס האט אנגעהויבן די מסורת הש״ס און ער איז די one וואס האט (אפשר) מתיר געווען די שייטל

אבער אוודאי פאר קאמעדי איז עס נישט קיין נפקא מינה 😅
 
דעי וואכעדיגע פרשה הייבט זיך אָן מיט די רויטע ״קיה״, און די פסוק זאגט: ושרף את הפרה לעיניו= ער זאל פארברענען די קיה פאר זיינע אויגן. דאס איז טאקע מקויים געווארן בשעת די הסכמה תנ״ז (328 יאר צוריק) ווען משה וואליך האט ״פארברענט״ די קוה בוך נאר למראית עין - דורכ׳ן טוישן די נאמען צו ספר משלים. אבער די מעשיות און משלים און אויך די אילוסטראציעס זענען כמעט אלעס געבליבן

אגב דער חיד״א שרייבט וועגן דעם מסורת הש״ס: כ׳האב געהערט אז ער האט געלערנט גאנץ ש״ס 42 מאל! און ער האט געלערנט שטייענדיגערהייט 25 יאר! ער האט געלערנט תורה לשמה און זיינע רייד זענען געהערט געווארן אין הימל אזויווי איינע פון די פריערדיגע (מיינט לכאורה אז ער איז געווען א בעל מופת) און דער חיד״א פירט אויס: זיין זכות זאל אונז ביישטיין. (ס׳זייער זעלטן דער חיד״א זאל שרייבן אזעלכע הויכע לויב)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_7183.jpeg
    IMG_7183.jpeg
    189.7 KB · געזען: 18
  • IMG_7185.jpeg
    IMG_7185.jpeg
    190.7 KB · געזען: 18
  • IMG_7186.jpeg
    IMG_7186.jpeg
    193 KB · געזען: 16
  • IMG_7187.jpeg
    IMG_7187.jpeg
    191.6 KB · געזען: 18
Back
Top