מסורת הש״ס איז געמאכט געווארן דורך פארשידענע מענטשן
און ס׳קוקט אויס ווי דו האסט זיך פארמישט דא צווישן צוויי פון זיי:
1. דער העלד פונ׳ם שנירל דא, ר׳ יוסף שמואל פון קראקע - וואס אים האט מען גערופן ר׳ שמואל ר׳ חיים שייע׳ס (ער האט אויך געשריבן עין משפט און נר מצוה אבער מ׳רופט אים נאר מסורת הש״ס)
2. שלטי הגיבורים - ער איז דער וואס האט אנגעהויבן די מסורת הש״ס און ער איז די one וואס האט (אפשר) מתיר געווען די שייטל
אבער אוודאי פאר קאמעדי איז עס נישט קיין נפקא מינה
מען דארף פארשטיין די מצב פון די צייטן ווען א פסק ווערט געשריבן, פסקים ווערן נישט נולד פלוצלינג ווי תורה מן השמים, אז דער פוסק האט געהאט אן עפיפוני אין ער איז קובע בכתב,
דער בעל שלטי הגיבורים האט געוואוינט אין איטאליע, די יודן דארטן זענען געוועהן עקספאוסט צו פעשאן און סטייל, מיט וואס איטאליע איז געווען פארגעשריטן פון די מזרח לענדער ווי די יהדות הספרד, און אפילו אייראפע, וואו מערערע אנדערע יודן זענען געווען
אין איטליה, איז גיווארן די מאדע אז פרויען טראגן א שייטל, און אזוי זענען אויך געגאנגען די בנות ישראל.
דער שלטי הגיבורים האט רעאגירט צו א גרופע מחמירים, וואס עס האט זיי געבאדערט א חידוש ביי די פרויען, איז ער מברר אז עס שטייט אין די גמרא אז עס איז אקעי, און די נשים צדקניות זאלן גיין מיט א שייטל להתקשט לבעליהן, ולא יתנו עיניהם בנכריות, און אזוי איז אריין אין די הלכה פסוקה פון
רמ"א און מגן אברהם, שלחן ערוך הרב, וכן הלאה.
אין די צייטן פון רבי יעקב עמדין ז"ל, וואס ער האט געוואוינט אין אלטונא, היינט אין גערמאניא, און עס האט זיך אנגעהויבן אין זיינע צייטן, נאך די אנטוישונגען פון די שבתי צבי דעבאקל, וואס האט גורם געווען אז די כח פון רבנים און מסורת יודן (עס זענען געווען נאך סיבות) איז געווארן שוואכער, און די השכלה פון דיאיסטן (כופרים אין השגחה) איז געשטיגן, (מנדלסון, ווייזל, מיימון), און די ערשטע שינוי איז געווען אז די פרויען טוען זיך אהן א שייטל - דארטן איז עס דענסטמאהל אריין געקומען אין סטייל,
האט דער יעב"ץ און אנדערע געהאלטן אז מען זאל מחדש זיין אן איסור אויף פאה נכרית - שייטל - וועט עס אפשטילן דעם גאלאפירנדער ווינט צו מאדערניזם, און וועט פארשטארקן די מסורה אויף אנדערע ענינים, האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן לאיסור, כאילו אז דער רמ"א און מגן אברהם, איז עפעס סאדענלי "אין כדאי לסמוך עליהם",
שפעטער ביים דברי חיים פון צאנז זצ"ל איז די זעלבע, ער האט געמאכט דערפון כאילו עס איז אסור, ער האט גאנץ געוואוסט פון די פוסקים, אבער ער איז מעלים עין און ער שרייבט "אסור" מיט א געוואלד, ווייל ער האט געוואלט מיט דעם אפשטעלן מאדערניזם.
עס איז קלאר אז די הלכה טוישט זיך נישט פון שארפע ווערטער, און די יוצאי ישיבות פון עדת אשכנזים, יראים ושלימים, מדקדקים בהלכה, גייען די פרויען מיט א שייטל,
ביי די חסידים איז דא א געיעג (קען זיין לשם שמים), איין חסידות העכער און פרומער ווי די נעקסטע און עס ווערט נתרבה די פרויען וואס טראגן מעפורת און כיסויים. נו, תבא עליהם ברכה,
אבער עס איז שוברו בצדו פון הסבי עיניך מנגדי,
אה! מען דרוקט דאך "עיניים",