- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,525
- רעאקציע ראטע
- 5,302
- פונקטן
- 943
איין מיטאג פונקט אינמיטן די ארבעט מאכט זיך אז איך בין שרעקליך מיד, עס האט מיר געכאפט שוין אפאר טאג וואס איך ארבעט ווי א חמור צו-צו שטעלן חונמר פפארן קרעמל איך מאך נישט צו קיין אויגן ביינאכט איך בין ביזי שרייבן ארטיקלען מאמרים וואס מאכט דעם דענקער דעם מח פלאצן והנה הוא נרדם דער @הק' לייביש שרייבער האט געכאפט א תרדמה אז נישט איין צלע האט מען אין דעם תרדמה ארויס פון דיכט שלעפן, נאר אלע און פארט וואלט איך עס אדורך געשלאפן. וואו אזא שלאף נישט צום באשרייבן, מתיקה שנת העובד.
ווי נאר איך שלאף אזוי טיף שפאציר איך ארום אין מיין דיינונג רום וואס איז העליש באלאכטן ארום גענומען מיט גלאזענע ווענט ווי נאר די גרינע ביימער און די בלויע הימלען ווערן געזעהן ביי מיין מעהאגעני טישל מיטן לעפ-טאפ און מען טשעט מיט די גאר באקאנטע חברי הקרעמל. אבער נישט אויפן לעפ-טאפ זיצען די חברי הניקים נאר ארום דעם טיש לייוו און מען שמועסט צווישען זיך פון על דא ועל הא.
אלע שנירלעך ווערן אויס געשמועסט ארום דעם לאנגען טיש 22 בלעטער אנגעפיהלט מיט ניקים קומט אויס צו אריבער טויזענט בענקלעך ארום דעם טיש. די טענער פון די שמועסן זענען מים קרים על נפש עיפה. די שטימעס פלעכטן זיך ווי די שענסטע טענער פון די בעסטע פידעלער לאזן נאר ארויס פון זייערע פידלען און מען שמועסט.
עס גיסט זיך אהבה רבה שמלקלקלת השיעור פון @שעפטאל. א פייכטע שמייכעלדיגע פרצוף, ליכטיגע בלויע אויגן מיט לענגליכע שווארצע לאקן וואס באצירט די זייטן פון זיין געשטאלט. ממש א קליין אבער פילער בארד פיהלט אן זיין פרצוף מיט איינדרוקספולע רעספעקט וואס ווערט צו איהם געגעבן דורך אונז אלע חבירים דארט. און איז מסביר וואס עס מיינט א גלעזעל טיי.
וואס פארשטייט איר צו א גלעזעל טיי? מיט א גלעזען טיי בלייבסטו שלאפן (וואכעדיגערהייט) אין טאקע אט די איצטיגע מעורה דאס לעבן שפירט זיך אזוי. די הערליכע שמועסן ווערן באצירט מיט גראמען דא און דארט פאלט אריין. אימודזשיס פליען ארום אין די לו]טן וואס רעפרעזענט א הארץ ליבע ווארעמקייט פון איין חבר צום צווייטן.
דער הויכער @דער גאלדענער אדלער וואס שוועבט אייביג אין דער הייעך (איז מן הסתם הויעך אין געשטאלט אויך. מיט גאר א לאנגער שפיציגער צילגעלע בארד וואס לאנדעט גלייך אויפן טיש ארויף און רעדט נישט קיין זאך די גלעזער אין פארנט אויפן טיש אין זיין פנים באהאחלטן מיט די צוויי עלענבויגענס וואס זיצען אויפן טיש וואס אויף די האנט לעפעל זיצט זיך אריין געלייגט זיין הערליכע צורה און הערט זיך איין מכל מלמדי השכלתי. ער איז נישט געקומען פארקויפן נאר איין קויפן.
אינדערמיט קומט אריין @וואלווי מיט א פרייליכער געמיט מיט א שניי ווייסע באר ברייט ביינערדיג דוקא נישט דיק אבער זייער פיהל און הייבט אן פאקן סנעקס אויף די טישען מען דארף מאנטשען מיט טיי שרייט ער. אנדעם ארבעט עס נישט. אבער זייט וויסען שרייט ער אויס מיט פאטוס. אויף מיינע סנעקס וועט א יעדער איינער ארום דעם טיש הנאה האבן דערפון אי"ה אבער א ברכה לפניה ולאחריה שיין שטייט קלאר אן הויעך און לויבן גאט פאר דעם פיינעם זאלציגן סננעק וואס קומט איצטערט פונקט גוט אריין.
די @אפענער טיר פראלט אויף עס זעהט מיר ווי אויס ווי דער שר המקיצי זעלבסט. א טילעף אויף זיין דריי א פערטעל וואלענע קאוט הערליכע פרעים'לעס קליינע ברילן העגענדיג אויף אראפציהר פון די נאניע און שטילערהייט שניידט ער אריין מיט דברי אגדה וחכמה וואס מאכט שטיל אלעמען און מיר לייגן גרויס געוויכט אויף די קומענדיגע שורות וואס מע"כ גייט איצטערט ארויס שאקלען פון די ארמעל (מויל)
איך בין שוין צו מיד צו שלאפן אזויפיהל

לעצט רעדאגירט: