איך וואלט עפרישעטדעד אויב מען קען צולייגן צו די רעאקציע (לייק) קנעפיל די פאלגענדע רעאקציעס
נישט מסכים (איך קריג מיר, איך בין אבער נישט ביז אויף דיר)
מסכים מיט יעדע ווארט ( ווען נישט דו שרייבסט עס וואלט איך עס געוואלט שרייבן). אז עס וועט זיין די רעאקציע וועט מען גרינגער לייקן, אסאך מאל האב איך הנאה פון איינעמס תגובה אבער האלט זיך אפ פון לייקן ווייל איך בין נישט מסכים מיט זיין מסקנה
איינס פון די צוויי (איך ווייס נישט וועלכע איז בעסער). כל הכבוד (לדוגמה ווען איינער ענטפערט א טראל צום זאך)
מה הפשט (זיי דיר בעסער מסביר, שרייב קלארער וכדומה)
ליידער/ עס טוט מיר וויי (לדוגמה נאך א ברוך דיין האמת הודעה)
יישר כח (לדוגמה ווען איינער האט זיך אנגענומען פאר מיר)