הצעות און געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן קרעמל

מיין פלעזשור! יישר כח פאר אלע וואס האבן פארגעשלאגן און ספעציעל א עקסטערע דאנק פאר @החוקר פארן ארויסהעלפען.
 
יישר כח @מַחֲנַיִם פארן צושטעלן נייע לייקס!!!
אונז עפרישיעיטן דיין ארבעט.
ס'זעהט אויס ווי דער עולם האט אנפרובירט די נייע לייקס, אויף מיין מעסעדזש..... ;)
 
פארוואס האט מען נישט געלייגט די דיסלייק?(n)
 
איז דא א אפציע פון זעהן נאר "אומגעליינטע שנירלעך"?
 
כ'וואלט מציע געוועהן אז אז דער וואס עפענט א נייע אשכול/שנירל זאל קענען עדיטען די קעפעל פון די אשכול.
איך אליין האב שוין געהאט אז כ'האב אנגעהויבן א נייע אשכול און כ'האב געמאכט א טעות ביי די קעפל, כ'האב געשריבען א קוועסטשין מארק (?) אנשטאט א עקפלענעישן מארק (!), ס'האט געטוישט די גאנצע פשט פון די קעפל אבער כ'האב עס נישט געקענט פאררעכטן.

כ'זעה נישט וואס איז שלעכט אז די פותח האשכול/שנירל זאל קענען עדיטען די קעפעל.

יישר כח.

דער וואס איז מסכים זאל געבן א (y)
 
פארראכטען, א דאנק פארן ארויפברענגען.
 
איז דא א אפציע פון זעהן נאר "אומגעליינטע שנירלעך"?
יא, נאכן אריינגיין אין ״אקטיווע שנירלעך״ קענסטו קליקן ״פילטער״ אויף די לינקע זייט אויבן, דערנאך וועל אויס ״אומגעליינטע שנירלעך״ (קענסט עס אויך מאכן אלץ דיין דיפאולט דורכן אויך אויסוועלן ״היט אפ אלס סטאנדארט״ דארט אונטען פון דעם זעלבען ״פילטערס״ מעניו), כזה:

IMG_4325.jpeg

IMG_4327.jpeg

אז ווען איינער באקומט א נישט גיטע רעאקציע למשל בייז, זאל דאס בישט גיין אויפן חשבן פון 150 צו קענען שרייבן און מאחורי

אז ווען איינער באקומט א נישט גיטע רעאקציע למשל בייז, זאל דאס בישט גיין אויפן חשבן פון 150 צו קענען שרייבן און מאחורי

איך לייג בייז ווען איך בייזער מיך ציזאמען מיט די שרייבער איך האב נישט געוויסט אז עס מיינט אז איך בייזער מיר אויף די שרייבער
 
די פראבלעם איז אז ס׳קען מיינען עני, מילא זאל עס נישט ארויף גיין אויפן חשבון
 
אפשר זאל זיך עס ווענדן אין די רעאקציע. Thumbs down זאל יא אוועקנעמען אבער אנדערע ווי בייז נישט.
 
אז מען רעדט שוין... אין מיין אקאונט ביי לייקס באקומען, זעה איך 23 רעאקציעס אבער מיין פראפיל האט 33 רעאקציעס. מיינט עס אז איך האב 10 נעגאטיווע רעאקציעס? 😨
 
אז מען רעדט שוין... אין מיין אקאונט ביי לייקס באקומען, זעה איך 23 רעאקציעס אבער מיין פראפיל האט 33 רעאקציעס. מיינט עס אז איך האב 10 נעגאטיווע רעאקציעס? 😨
פארקערט, געוויסע רעאקציעס ווי למשל א הארץ אדער לאכן ווערט גערעכטנט פאר צוויי רעאקציעס, און געוויסע זענען נייטראל, דאס הייסט עס לייגט נישט צו און עס נעמט נישט אראפ, איך האף מיר זאלן קענען מאכן א געהעריגע ארטיקל בקרוב אויסצוקלארן די זאך מיט א קלארע ליסטע פון אלע עמאדזשיס און אזוי אויך וועלן מיר צולייגן נאך איינס אדער צוויי נעגעטיווע עמאודזשיס אבער דאס דארף מען שוין טון אביסל מער איבערגעלייגטערהייט כדי עס זאל נישט צוקומען צו קיין אביוז.
 
אפשר קען מען מאכן אז נאר ווער עס האט א געוויסע נאמבער לייקס קען געבן א נעגאטיווע
 
איך וויל דא פארשלאגן צו אביסל בעסער צאמנעמען די פארומס אויף א מער סיסטעמאטישע אופן וואס האפנטליך וועט זיין גרינגער צו טרעפן נושאים צו ליינען אדער צו עפענען א פרישע.

ביטע געט א לייק אויב האלט איר אז ס'מאכט סענס.
אז נישט קום אריין מיט דיין קאונטער פארשלאג.

איך מיין אז די וועג וויאזוי ס'איז יעצט איז אביסל צומישט און נישט עכט סיסטעמאטיש.

איך רעד נאר פון תורה ומדע און פון קונסט.

די סיסטעם וואס איך שלאג פאר איז בערך ווי פאלגענד:

תורה:
תנ"ך (אריינגערעכנט חקר המקרא)
תלמוד (דף?)
הלכה
מחשבה (אריינגערעכנט אמונה...)
קבלה
אנשי שם (תורה'דיגע ביאגראפיע)

וויסנשאפט:
פיזיקס
אסטראנאמיע
ביאלאגיע
לינגוויסטיקס
(עוואלוציע)
אא"וו

היסטאריע:
אלגעמיינע היסטאריע
אידישע היסטאריע
אמעריקאנער היסטאריע
ביאגראפיע (אלגעמיינע/אידישע, נישט תורה'דיג)

ליטעראטור:
פיקציע
פאעזיע
לענגערע מאמרים (וואס ווערן ליידער פארוואסערט אין שמועסן אדער שמייכל, צום ביישפיל דא, דא, אדער דא)
בוכער/בוך קלאב

קולטור:
קונסט ווערק
מוזיק
פילם/טעלעוויזיע
מאכל ומשתה
 
לעצט רעדאגירט:
צ/ק צולייגן א ׳נישט פארשטאנען׳ (?) אדער ׳ביטע זיי מסביר׳ ריאקציע.

כ׳אב באמערקט אז אסאך מאל עקספרעס איך מיינע געדאנקען בקיצור נמרץ און דער עולם פארשטייט מיך נישט אדער פארשטייט מיר wראנג…
 
Back
Top