האדמו"ר ר' מרדכי רויזנבוים מקרעטשניף קרית עטה

ווייטער ר' מרדכילע דרייט נישט קיינעם א קאפ, סך הכל טאנצט ער ואני בעודי און זאגט צו ישועות פאר ווער עס ברענגט עים ציגארעטלעך. איך זע נישט וואס איז שלעכט.
 
ביידע ניצן אויס די חסידישע סיסטעם פאר עקלדיגע צוועקן, עס איז זייער גוט פאר פורים אבער נישט צי רעפערזענטן עפעס וואס דארף צי זיין א נארמאלע לייפסטייל
(איך קוק גראדע נישט אן מענדעל ווי א דיקדאטור זיינע מענטשען מאכן דארט א חיים טובים)
וועלכע עקלדיגע צוועקן זעסטו ביי אים?

איך קוק עס אן ווי פונקט פארקערט, אט האסטו איינעם וואס לאכט פון די וועלט (און מ‘לאכט מיט מיט אים) איז נישט דא צו צופרידן שטעלן קיינעם, האט נישט קיין פראבלעם זיך צו משוגע מאכן עד הסוף...ועד בכלל,
ווער נאך ווי דיר פארשטייט די פראבלעם פון א גראדע יעקישע סיסטעם,
קומט זיך אן א רבי‘לע און מאכט זיך משוגע, האלט אונטער דעם ציבור, איך זע נישט דיין בעיה,
קען זיין אז ער איז נישט דיין טעיסט,
 
האט איינער געספאנסערד די אלע פראפעגאנדע פון אים? סקוקט גאר שטארק אויס אזוי, נישט געוויסט פון אים 4 וואכן צירוק ביז מען האט איבערגעדרייט א וועלט וועכן אים,
פארוואס מרופט אים צינור השפע ווייסט איינער?
זיין ברודער הנגיד מאיר..
צינור ווייל אזוי האט איהם משה ויסברג מכתיר געווען אויף טוויטער.
 
לעצט רעדאגירט:
וועלכע עקלדיגע צוועקן זעסטו ביי אים?
איך האב מיך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט:
איך האב געמיינט: די גאנצע מצב ווי מענטשען מיינען ערנסט עפעס וואס די ווייסט אז עס איז BS למשל די שרייבר פון די תגובה אויף אייוועלט -וואס קוקט אויס צי זיין ערנסט פארגלייבט אין דעי תלוש.
און אויך די מענדעליסטן.
אמת, עס איז זייער גוט אז מ'טריפט אויס ראביסטיווע איי לאוו איט, אבער דעי מאכן פאר א קדוש?!
(עקשולי, דאס איז א אלטע טענה'ריי שוין אויף די זיידל שנירל)
די צוויי זענען מערער די יסודות פון חסידישע אורח חיים - דהיינו אז עס איז א על הכלל כולו יצא אז די גאנצע זאך איז BS!
נאכאמאל, עס איז עפעס וואס איך האלט שוין לאנג, דאס איז פשוט עפעס וואס שמייסט אין פנים און לאזט נישט מיין געוויסן עס פארענפערן.

איינער פארשטייט וואס כ'מיין?
עס מאכט מיך פילן ווי אורח מחורך פארן נאך זיין אין דעי BS סיסטעם
 
לעצט רעדאגירט:
וואס גייט דיך אן אז ער האלט אים פאר א קדוש?
דו ווערסט א לוזער מיט דעם?
וויאזוי זאגט מען אין אידיש: "שאט דע פאק אפ..."
 
איך האב מיך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט:
איך האב געמיינט: די גאנצע מצב ווי מענטשען מיינען ערנסט עפעס וואס די ווייסט אז עס איז BS למשל די שרייבר פון די תגובה אויף אייוועלט -וואס קוקט אויס צי זיין ערנסט פארגלייבט אין דעי תלוש.
און אויך די מענדעליסטן.
אמת, עס איז זייער גוט אז מ'טריפט אויס ראביסטיווע איי לאוו איט, אבער דעי מאכן פאר א קדוש?!
(עקשולי, דאס איז א אלטע טענה'ריי שוין אויף די זיידל שנירל)
די צוויי זענען מערער די יסודות פון חסידישע אורח חיים - דהיינו אז עס איז א על הכלל כולו יצא אז די גאנצע זאך איז BS
נאכאמאל, עס איז עפעס וואס איך האלט שוין לאנג, דאס איז פשוט עפעס וואס שמייסט אין פנים און לאזט נישט מיין געוויסן עס פארענפערן.
איינער פארשטייט וואס כ'מיין?
עס מאכט מיך פילן ווי אורח מחורך פארן נאך זיין אין דעי BS סיסטעם
נאר פון אלע אנדערע רבי'ס מעג מען האלטן?...

מיט וואס איז ער ווייניגער ווי זיי?

וועלכע רבי היינט איז באמת ראוי צו זיין א רבי - אז אפי' ער וואלט נישט געבוירן ביי א רבי וואלט ער נאך אלץ געווען?
(חוץ ר' מאטל זילבער)
 
איינער פארשטייט וואס כ'מיין?
איך מיין איך פארשטיי וואס דו פילסט, ס'איז א דזשענערל פילינג וואס אונז קרעמלער פילן צווישן אונזערע חברים, ס'פילט זיך ווי א scifi מאווי ווי מ'האט אראפגעווארפן א מענטש אין א טאון ווי די עולם גייט די זעלבע אנגעטון ווי דיר, זיי ארבעטן אין די זעלבע אפיסעס ווי דיר, מ'קען מיט זיי רעדן פאליטיקס, זיי אינדזשוען פונקט ווי דיר א גוט שטיקל הומאר, זיי קענען האבן אפילו סמארטפאונס. בקיצור, זיי זענען די זעלבע געווייערט ווי דיר,

אבער, א גרויסע אבער, ס'דא איין פלאץ, ווי ס'איז ממש דור הפלגה, בשעת זיי נוצן די אפענע אינטערנעט צו קוקן יואליש סטעטאס, ישיבה ווארלד ניוס, און בחצרות, און זיי גייען אפילו צו א שרולי גרין קאנסערט, און באנאכט גייען זיי צום צינור נאר זיך פשוט צו אינטערהאלטן, אט די לייף סטייל געבט פאר די מענטשן געז זיך פאראויסצירוקן מיט זייער פלאטשיק לעבן.

אבער מענטשן אזוי ווי אונז ווערן נישט סעטיספייט מיט דעם, ס'זעטיגט נישט אונזער נשמה, ס'ברענגט אונז נישט סיפוק, אונז זעה מיר די בלאף אינטער דעם, אונז קוקן מיט פארוויינטע אויגן ווי די לעבן פון אונזער נאנטע חברים און משפחה דרייט זיך פון איין פלאטשיקייט צו די צווייטע, און דאס עסט אונז אויף לעבעדיגערהייט, ווייל אונז גייען מיט די זעלבע g&g רעקל ווי זיי.

אויפן פליגער ווען איך בין מיט נאך שוויציגע חסידישע עיליענס, וואס מוזן דאווענען מנחה שוין יעצט, פעקלעך זאלן פליען, גארטלעך זאלן זיך דרייען, און מענטשן זאלן ווארטן, ווייל די אנגעפאשעטע בחר בנו'ניקעס דארפן יעצט פרעפלען דעם תעקר ותשבר ותמגר, מיט א נצחון מינע אויף זייער געזיכט געריכטעט צו די אנטיסעמיטישע פלייט אטענדענס... וואס טו איך? איך האלט א סיין judaism is not animalizem .

איך האב ציגעטראפן אביסל?
 
@איש מבקש ציגעטראפן צום פונטל!
אויפן פליגער ווען איך בין מיט נאך שוויציגע חסידישע עיליענס, וואס מוזן דאווענען מנחה שוין יעצט, פעקלעך זאלן פליען, גארטלעך זאלן זיך דרייען, און מענטשן זאלן ווארטן, ווייל די אנגעפאשעטע בחר בנו'ניקעס דארפן יעצט פרעפלען דעם תעקר ותשבר ותמגר, מיט א נצחון מינע אויף זייער געזיכט געריכטעט צו די אנטיסעמיטישע פלייט אטענדענס... וואס טו איך? איך האלט א סיין judaism is not animalizem .
אוי ווי גוט זאגסטו!
כ'זעה אז די האסט מיך קלאר ארויס, ווייל אויפן פלייט טריגערט עס אויך מורא'דיג, אזוי ווי די שרייבסט
 
קיינער גלייבט נישט אז ער איז א קדוש סך הכל איז ער אסאך פאן
 
טרעף מיר דער מענטש וואס האלט אזוי
איך קען אים נישט און איך קען נישט זיינע חסידים, אבער דו קענסט נישט זאגן אז קיינער האלט נישט אזוי, יעדער רבי האט זיך זיינע חסידים, נאכדערצו די קרעטשניפע חסידות וואס האט א גאנץ אנדערע דרך ווי אנדערע חסידותער, די אפנקייט, רעדן פון די אייגענע גדלות מופתים וכדומה ,
ווי אויך ווייסן זיי צו זאגן אז רבי הערשעלע קרעטשניפער פלעגט אסאך האלטן און רעדן פון זיין מרדכילע
 
Back
Top