'חדש' - בחינם'דיגע, װעכענטליכע צײטונג אין בית שמש, ארױסגעגיבן דורך גורע חסידים

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,339
רעאקציע ראטע
4,061
פונקטן
443
װײלענדיג אין בית שמש, אר"י פאר 2 װאכן איז מיר אױסגעקומען א בליק ארײנצוטוהן אין די צײטונג מיט'ן נאמען "חדש" װעלכע װערט אױסגעטײלט בחינם יעדן דאנערשטאג צו פרײטאג אין בית שמש. די צײטונג איז געשריבן אין עברית און לױט װי מײן ברודער זאגט מיר, כאטש ער אלײנס אַדװערטײַזט דארטן, איז דאס אין די שטיבער פון די גאר הײמישע געגנטער - װי למשל רמת בית שמש און נאך, אװאו עס װױנען אסאך משפחות פון קהילות װעלכע געהערן צו עדה החרדית אדער נטורי קרתא - אױך נישט ערלױבט א דריסת הרגל. דארט לײענט מען אפיציעל נאר ײדיש.

נאכאלס, די תוכן איז ע"פ רוב גאר פרום הגם דא און דארטן דערקענט זיך אביסל ציונות צװישן די שורות. הכלל, פאר מיר איז דאס אַן אינטרעסאנטע רעפֿלעקשן, װי-אזױ מען קען ערװארטן א צײטונג זאל אױסקוקן אין א שטאט װאס װערט געפירט דורך חרידים.

1756324291841.webp


קודם אביסל נומערן:​


עז אָף 2025, איז בית שמש געשאצט צו פארמאגן א פאפולאציע פון בערך 182,000 תושבים, פון זײ זענען, עז אָף 2019, בערך %70 חרדים. דאס איז בערך 126,000 פון די יעצטיגע פאפולאציע, גיװ אָר טײק צוליב די 6-7 יאר אדורך, פון 2019 ביז יעצט.

און אױב דעװײדעד בּײ 6.4 קינדער פּער משפחה, זענען דא אין בית-שמש כמעט 20,000 חרידישע משפחות. און בית שמש איז א שטאט װאס װאקסט גאר שנעל. לױט די לשכת המרכזית לסטטיסטיקה איז עז אָף אָנהױב די 2020ס, בית שמש געװאָקסן דורכאױס די לעצטע צענערלינג בעפאר, ד.ה. אין די 2010ס, מיט %63 פראצענט - די העכסטע פון די 15 גרעסטע שטעט אין ארץ ישראל.

בית שמש האט שױן פון 2008 א חרדישע ראש העיר (מעיאר) מיט די עקספעשאָן פון בערך 5 יאר, צװישן ענדע 2018 און אָנהױב 2024 װען מס. עליזה בלוך, א דתי-לאומי רעפרעזענטאַט האט געדינט אלס ראש העירייה.

הײנט דינט אלס ראש העיר שמואל אדער שמוליק גרינבערג פון דגל התורה, און 17 פון די 25 חברי מועצת העיר, אױב מען רעכנט ארײן ש"ס, זענען חרידים.

בית שמש האט א היסטאריע פון מחלוקתן צװישן די חרדים און די אלגעמײנע ציבור, רובם צוטוהן װעגן די סופּלײַ פון דירות, שכונה פארברײטערונגען און די אומגלײכע אַלאָקײשאן פון לאקאלע גאװערנמענט געלטער און אביסל אױך, װעגן װיכוחים ביחס צו שבת, צניעות און ענװײראנמענט.

די חילוקי דעות האבן געפירט צו קאָוּרט קײסעס, הפגנות און געשלעגן, קאָנטעסטעד בחירות רעזאָלץ, און אפילו א פארזוך פון די אלטע נישט-חרידישע אײנװױנער זיך אפצוטײלן גענצליך אלס א באזונדערע שטאט, פון די חרידישע חלקים.

בכל אופן, איז יעצט אביסל צו דעם צײטונג:

נײעס\פֿיטשערס​


פון די 17 הױפט 'שטיקלעך' נײעס, װי איך רוף עס, אין דעם צײטונג (קלײנע נײעסלעך אין א קאלום רעכן איך פאר אײנס), זענען 6 דערפון װעגן בנײה (בּױאוּנגען) אדער װעגן די פרײזן פון דירות (איך רעכן די חדשות הקהילות - חרידישע רבנים נײעס - פאר אײן 'שטיקל', און די פיקטשער סעקשאן רעכן איך בכלל נישט).

1756322601326.webp


8 פון די 17 שטיקלעך נײעס, לױבן אױס דער חרידישער מעיאר, זײנע געהילפן און קאלעגעס, חרידישע אדער חסידישע, יעצטיגע אדער געװעזענע, פאליטיקאנטן.
1756322772091.webp


5 פון די 17 שטיקלעך נײעס קוקן אױס צוזײן אַדװערטאָריעלס אדער "ספאנסערד ארטיקלען".

1756323134983.webp


9 פון די 17, פּלוס די בילדער סעקשאנס, זענען באריכטן װעגן חרידישע טשאַריטיס, חרידישע קאַמפײנען (למשל גיוס, נערים ונערות נושרים, און עפארדעבּל חתונה מאכן), נײעס װעגן חרידישע אדער חסידישע רבנים (א מחאה װעגן גיוס, א כינוס פון שלוחי חב"ד וכדומה) און װעגן די אקטיװיטעטן פון מוסדות חרידיות אין בית שמש (א מוסד פאר ספעציעלע קינדער, א איװענט פאר יתומים אדער א קעמפ צו ישיבת בין הזמנים).

קײן אײן פאברעכן רעפּאָרטעד. ס'געשעהט נישט בײ אונז.

8 נײעסלעך (פון אלע נײעסלעך בכלל - יעדע אין די 'בשולי החדשות' קאלום - 7- גערעכנט עקסטער (24 = 7 + 17)) זענען װעגן טראַגעדיעס. װי למשל א עקסידענט פון א קאר אדער עלעקטעראנישע בײק, א טױט פון חצבת אדער אַן עלעקטערישע פײער אין א הױז.

3 נײעסלעך פון "אלע" נײעסלעך בכלל זענען װעגן די חצבת אױסברוך.

1 פון "אלע" נײעסלעך בכלל זענען װעגן די ענװײראנמענט.

אדװערטײזמענטס\פרסומתן:​


מער װי האלב - כמעט 31 פײדזשעס פון א טאָטעל פון 58 זענען אדװערטײזמענטס. די נומער פון אדװערטײזמענטס זענען 53. איך רעכן די מודעות לוח (עד 10 מילים בחינם), אױף בלאט 54, פאר אײנס.

1756321912679.webp


2 אדװערטײזמענטס קומען װארענען װעגן נישט געזונטע עסנס און רױכערן בשעת װען 8 קומען אדװערטײזן אומגעזונטע עסנס װי סטײקס, פיצה, פֿרענטש פרײס, פעטע דיפים, און ציגאַרן. אין די לעצטע פאל, ממש אױף די נעקסטע עמוד נאך די װארענונג קעגן רױכערן.
1756321422278.webp

1756321444148.webp



1756321075328.webp

1756321092959.webp



7 פון די 53 זענען װעגן אַרטס, װי למשל א קאנצערט, א פּלײ אדער א מיוּזיקעל:
  • 2 פאר פרױען​
  • 2 פאר קינדער​
  • 2, װאס זענען בעצם פאר די זעלבע מאורע נאר דאפלט, פאר בני ישיבות​
  • 1 מיוחד פאר מענער​
די פאר די בני ישיבות איז בעצם א דרשה און הכנה לאלול, בײ א משגיח ר' בנימין פינקל, אראנדזשירט בײ װאס קוקט אױס, די חרידישע פאליטישע יונג גרופע מיט'ן נאמען 'אגף חברה ונוער חרדי' אבער דרײ מוזיקאַנטן װעלן דארטן פּערפֿאָרמען מיט שירי אלול.
1756321315238.webp

די פאר מענער איז א ליל שישי מיט טשולענט, סטײק און קוגל באגלײט מיט װאס קוקט אױס א 'זיצנדע' קאָװײער און א סאָרט פּרעזענטײשאן פון הרב ישראל גולדװסר. מסתמא װעגן תכלת אדער מקװאות אדער עפעס היסטאריע ענליך צודעם.

1756321243287.webp

  • און בײ 3 פון די מאֹרעות װעלן אנטײל נעמען די ראש און סגן ראש העיר און\אדער אנדערע פאליטיקאנטן.
  • די איבעריגע 46 עדװערטס זענען סתם פּראָדאָקטס און סערװיסעס.

18 מודעות פון "אלע" אדװערטײזמענטס (אױכעט פון צװישן די מודעות לוח אין כלל) זענען װעגן רפואה, אינקלוּדינג צײן און גלעזער.

2 אַהאַלבּ שטיקלעך פון די 53 זענען, מודעות פאר די פובליק אינטערעסט, ד.ה. אהנע אינטערעסען צו פארדינען געלט ערגעצװאו. איך זאג 'אהאלב' װײל אײנע איז אַן עדװערט פון א מעדיקעל אינשוּרנס קאמפאני װעלכע טוהט װארענען װעגן זיסע עסנװארג מיט א נומער צו רופן פון אונטן..

1756321192944.webp


פון צװישן "אלע" עדס, זענען 8 גמ"חן און 1 װאס קוקט אױס א מחפשת זיװג רעקלאמע:

1756321814973.webp


17 פון די "אלע" עד שטיקלעך (מודעות לוח בכלל) אדװערטײזן אדער זוכן-פאַר סקיללס װאס מען ברױך זיך לערנען אין א רעגוּלירטע אינסטיטוּציע, װי למשל קאָלעדזש אדער יוּניװערסיטי, סײ א פּראָפֿעשאָנעל אפיס ארבעטער (למשל אַן אַקאַוּנטענט) סײ א מאַנעיוּל טעקנישען (א ערקאָנדישען אינסטולירער אדער קאר מעקעניק).

2 אדװערטײזמענטס, פון צװישן די מודעות לוח, זענען פאר אלטערנאטיװע אדער האָמיאָוֹפּעטיק מעדעצין

22 פון די 53 אדװערטײזמענט שטיקלעך זענען יוּניק צו די חרידישע ציבור. דאס איז כולל כשרע עסן, חרידישע בגדים, חרידישע איװענטס און שאָוּס, און חרידישע מוסדות װי שולעס, ישיבות און גנים.

1756322186120.webp


11 פון די 53 זענען װעגן שאָוּס, אַרטיפֿעקטס אדער טעכנעלאָגיע װאס איז רעגוּלירט אין חרידישע קהילות װי קאמפיוטערס, טעלעפאנען, קעמערעס און ביכער.

1756322062290.webp




נעקסט װעל איך אביסל דורכגײן די אינהאלט און הײלײטן.
 
לעצט רעדאגירט:
גאנץ שווער געווען צי האלטן קאפ אויף די נאמבערס.....
כ'טריי צי כאפן וואס די ווילסט ארויסברענגען...
עס איז א קלאסישע בולעטען אויסגאבע (אזוי ווי די 'וויו' אין אמעריקע שאפערס רוט, תורה טיימס) וואס מאכט געלט פון רעקלאמעס....
אפשר אביסל גרעסערע פעיפער'ס שוין.... ווי זאגט יענער 'בחינם קריגט מען כינים'...
 
כ'טריי צי כאפן וואס די ווילסט ארויסברענגען...
איך װיל ארױסברענגען אז װען ס'איז נאר דא הײמישע זאכן צולײענען קוקט עס אױס אזױ. װאס בחינם, די עדװערטײזערס צאלן פעסט. אפי' בחינם'דיגע פײפערס האבן א מינימום װאס א לײענער קען ערװארטן פון זײ. דא איז עס ממש גארביטש, הױל.
 
נעקסט װעל איך אביסל דורכגײן די אינהאלט און הײלײטן.
סאױ אזױ װי כ'האב געזאגט, נעקסט װעל איך אביסל באטראכטן די אינהאלט פון די נײעס כאילו. אבער פאר איך טרעט צו דערצו. נאך אײן שטיקל אינפאָ װעגן די עדס. נאכאמאל קלארצושטעלן. די נומער פון שטיקלעך עדס, אױב רעכנט מען דאס↓ פאר אײן גראבע עד איז 53. אבער אױב צײלט מען יעדע עד אינדעם לוח המודעות, אױכעט באזונדער, קומט עס אױס בערך אין טאטעל 75 (נישט אלעס זענען עדס, ס'איז דא למשל גמ"חן אדער השבת אבידה װעלכע זענען בחינם). סאָ דאס מײן איך "אלע" אדװערטײזמענטס.

סאָ בערך 25 פון אלע אדװערטײזמענטס זענען אזעלכע עדס װעלכע זענען לאו דוקא אבער בד"כ נאר אדװערטײזט אױף דעם "פארנעם" צוליב אונזער חרידישן לעבן. מערקט, דאס איז אנדערש װאו װאס איך האב געזאגט דא:
22 פון די 53 אדװערטײזמענט שטיקלעך זענען יוּניק צו די חרידישע ציבור. דאס איז כולל כשרע עסן, חרידישע בגדים, חרידישע איװענטס און שאָוּס, און חרידישע מוסדות װי שולעס, ישיבות און גנים.
װײל דא האב איך גערעדט פון זאכן װאס זענען "דוקא" יוניק צום הײמישן ציבור, א שטײגער װי כשרות און סינגל ס*קס סקולס על טהרת הקודש.

סאָ בשעת װאס פריער װאלט איך נישט גערעכנט א קאַרמײַקְה קיך אינסטוּלירער, א פּעמפּערס װעבסײט אדער א מתנות פאר חתן-כלה, רעכן איך דאס יא יעצט װײל דאס זענען זאכן, װאס היות מיר מאכן חתונה יעדעס קינד, און אסאך פון זײ, און יעדעס קינד דארף א הױז, איז מסתבר אז דיע זאכן ברױך מען בײ אונז אױף א גרעסערן פארנעם. משא"כ מלבושים, א סקול אדער סטײק, אפי' עס איז כשר, רעכן איך עס יעצט נישט, דען יעדער דארף די זאכן, אפגעזען צו מ'איז פרום אדער נישט, הגם מסתמא אױף א קלענערע פארנעם אבער נאכאלס. מען דארף נישט זײן חתונה געהאט זײ צו ברױכן, איז די נקודה (הגם פלײגרופס האב איך יעצט יא גערעכנט).

דאס איז בנוגע װאס איך האב געװאלט מוסיף זײן װעגן די עדס.

דא אונטן האט איר נאכאמאל דעם לכאורה באצאלטן אנאנס װעגן א גמ"ח װאס גיװען אז איר לײגט ארײן יעדע חודש א מינימום סכום פון װען דאס קינד איז צװישן 1 און 5 יאר, קענט איר נאך א 16 יאר מינימום, ארױסנעמען הלװאות אנגעהױבן פון 100,000שח ביז א מאקסימום פון א האלבן מיליון, געװאנדן אין װיפיהל די לײגסט ארײן (מסלול בסיס או מסלול משכנתא). נאכדעם רעדן זײ סתם פון הלװאות אױף בעסערע תנאים װי פון באנק - דיטײלן זײ נישט די תנאים.

סאױ, חוץ פונװאס די זאכן - מײניך אז די סארט "פרײליכע נײעס" אז ס'האט זיך אױפגעמאכט נאך א גמ"ח סקים - זענען מסתמא נײעס מדי שבת בשבתו, זינט חתונה מאכן איז בײ אונז א זאך װאס יעדער טוהט, אזױ װי מאכן א ברית, און א בר\בת מצװה, פאר'ן קינד, האב איך אבער געמאכט די חשבונות און ס'איז נישט קײן גרױסע סײװינגס, עספעשעלי גיװען אז פרײזן (פון חתונה מאכן) גײען נאר ארױף.

אױב בין איך גערעכט און זײ מײנען צוזאגן אז די חודשליכע 'הפקדה' געלטער אלײנס װערן גערעכנט אלס תשלומין - נאר ס'גײט ארױף מיט 150שח מיט אַיעדע 100,000 װאס דו בארגסט, קומט אױס אז דו סײװסט זיך בערך צװישן 50,000שח און 70,000שח פאר אלע קינדער צוזאמען. דאס איז בערך צװישן $15,000 און $20,000 אין הײנטיגע געלטער - נישט עפעס מורא'דיג. (איך האב נאר אױסגערעכנט די מסלול בסיס ביז 3 קינדער אבער איך בין משער אז די 'מסלול משכנתא' איז נישט צופיהל אנדערש.). עס איז סתם אזא װעג דיך צוהעלפן מענעדזשן דײן געלט..

 
לעצט רעדאגירט:
דא האט איר די ערשטע פון די 3 מײן ארטיקלען. בײסעקלי טוהט דאס פארצײלן װעגן בין הזמנים'דיגע פאָנפײר און װאסער-פּאַרק װאס מען האט צוגעשטעלט פאר די חרידישע ציבור על טהרת הקודש.

לאמיר זעהן צו איר קענט צײלן װיפיל מאל די צײטונג לױבט און רימט די חרידישע פאליטיקאַנטְן, מאכערס און רבנים װעלכע האבן געארבעט דאס צושטאנד ברענגען. נאכדעם צײלט װיפיהל מאל זײערע נעמען װערן דערמאנט און װי זײ רימען זיך אײנע דער אנדערער אין פערסאָנעל סטײטמענטס. פֿײנעלי, לאמיר זען צו איר קענט צײלן װיפיל מאל ס'װערן דערמאנט אזעלכע פרײזן װי 'קהילות הקודש', 'טהרת הקודש' און 'אװירא חסידית' אד"ג.

1757225988790.webp
1757226000462.webp
1757226008352.webp
1757226015827.webp
 
לעצט רעדאגירט:
נעקסט האט איר בריװן צו די מערכת. צװישן אנדערע, א קול מחאה װעגן גיוס, א מהדרין באס דרײװער באדאנקט זיך פאר װער ס'טעפּד מיט די באס-כרטיס און פרובירט אױסלערנען מענטשן װעלכע נוצן נאך טעלעפאנען פון די ענדע 90ציגערס װי-אזױ צוטשעקן באס סקעדזשולס, און עמיצער װעלכע באקלאגט זיך אז ס'שטײען אױך פרױען בײ די באס-סטאפ אין א טאג װאס נאר מענער זענען סוּפּאָזד צוריקצופארן פון בּיטש װײל פרױען זענען יענע טאג געאסרט פון גײן צו די װאסער.

1757226358503.webp
 
נאַכער האט איר צװײ נײעסלעך, אײנס װעגן א האָבּ געעפנט פאר װאס מיר רופן, 'קינדער עט ריסק', אבער מסתמא גײט דאס זײן פאר חרידישע קינדער אין געפאר פון אָפּפֿאָרן.

געס װער ס'האט זיך דארטן באטײליגט? יאפ!, די משנה ראש העיר שלמה ברילנט און דער סגן ראש העיר חנוך דרנגר. דער ארגאנאזאציע'ס (מיתר) מנהל'ס לעצטע נאמען איז פרוש, און לאמיר נישט פארגעסן, עס האט אװדאי די ברכה און די תמיכה פון אײער מײַעסטעט דער 'ראש העיר' מר גרינברג.

די צװײטע נײעס איז װעגן א כינוס שלוחי חב"ד, אױכעט גאר גאר אינטרעסאנט, מיט די באטײליגונג פון װײסט װער?, נישט מער און נישט װײניגער װי דער ראש העיר אלײנס, געזאגטער שמואל גרינברג, ואתו עמו דער ממלא מקום ראש העיר, װאס איז אגב אױכעט א נציג חב"ד, שמעון גולדברג. דער חילוק צװישן סגן, משנה און מ"מ װעל איך לאזן פאר אײך נאכצוסױרטשְן (דאכצעך ס'קען זײן מערערע סגנים).

די הױכפונקט, די קלײמעקס װי מ'זאגט, איז געװען װען מען האט פארצײלט סיפורים פון די 'רֶבִּי' בשם פון זײן פערסאנעל סעקרעטערי לײבל גרונער ע"ה.

1757227924902.webp
 
לעצט רעדאגירט:
די 2טע פון די דרײ מײן ארטיקלען איז 'פרישקײט'. ס'לױפט בײסיקלי אריבער װאס אלס די 'דעפארטמענט פאר די פראגרעס פון חרידישע קולטור' אין בית-שמש טוהט אלס מיט די אינגװארג דורכאױס די בין הזמנים. סובּסעדײזד פראגראמען װי שפאַנצירונגען, נסיעות צו פארקס, שװימען, אפגעשײדעטע ביטשעס, קונסטן מאכער און צױבערער (א טעלעפּעטיסט!), און באזוכן צו די גן החיות התנכ"י אין ירושלים.

נאכדעם האבן די פראגראמען אױך אינקלוּדעט א דרשה פון אַן המודיע צײטונגס שרײבער משה גוטמן װעגן די חוק הגיוס, און אױך א אינהאלטספולער דרשה פון בנימין קלוגר א לוחם קעגן מיסיאן און אלײנס א "גלח א גר-צדק'. געפערליך אינטרעסאנט!

אבער דא, חוץ פון די יוזשלול רימערײען נאכמאל פון דער ראש העיר און אנדערע פאליטיקאנטן (בוקסבױם, שכטר און גמליאל) איז דא דא א העפטיג שטיקל ציונות:

מען האט די "משתתפים" (שטײט נישט גענױ װעמען, בחורים, קינדער, אדער אינגעלײט) גענומען צו עוטף עזה (נישט ממש אין עזה נאר אין רײנדזש) און אײנער א מרצה הידוע ישעיה רוזנברגר האט פארצײלט װעגן די אטאקעס און סיפורים װעגן "גבורת רוח יהודית". מען האט זײ אװדאי נישט גענומען דארטן נעבן מושב רעים אװואו די נאָװאַ פעסטיװעל איז פארגעקומען נאר מען האט זײ גענומען צו תקומה װײזן די פארברענטע אױטאס. מען האט זײ אױך גענומען צו קיבוץ בארי, און שדרות אװאו זײ האבן באגעגנט דארטן דעם סגן ראש העיר הרצל שאובי װאס איז געשאסן געװארן פון די מחבלים און האט אװדאי א כמו-נס צו פארצײלן (דער צײטונג זאגט 'סגן' ראש העיר אבער פון גוגל קוקט אױס ער איז נאר א חבר מועצת העיר און פון דגל התורה).

אבער כאטשיק רעדן זײ דערפון און מאכן נישט קײן חילוק צװישן די רעליגײזע און אומ-רעליגײזע קדושים.

1757230883516.webp

1757230890020.webp
 
סאָ די נעקסטע ארטיקל צו אַנאַלאזירן איז אינטרעסאנט: די צײטונג (חדש) באריכטעט װעגן די חַצֶבת (מיזעלס) אױסברוכן אין חרידישע קהילות פונװאס אפאר קינדער זענען געשטארבן.

נעבן דעם ברענגט ער אראפ א "תחקיר" פון אַן ארגאנאזאציע מיט'ן נאמען "שומרים" פון עמיצער ליר ספיריטון, אז אנדערש װי די אלגעמײנע מידיא האט ליב צובאשולדיגן אז די חרדים װאקסינירן נישט גענוג זײערע קינדער, איז די סיבה פארװאס ס'איז דא אזױפיהל קײסעס בײ חרידים, צוליב א מחסור אין די קליניקס (אדער 'טיפות חלב' װי זײ װערן אין אר"י אָנגערופן) אין די הײמישע שטעט און געגענטער, װאס איז לדידה די אבּליגאַציע פון די 'משרד הבריות' צו פּראָװײדען.

די ארטיקל מאכט זיכער צו דרוקן אז די 'ליר ספיריטון'ס' ארגאנאזאציע איז נישט קײן חרידישע ממילא ברױך מען איר װי כאילו אָננעמען מער ברצינות.

סאָ איך האב מיך מטריח געװען צו סױרטשן פאר ליר ספיריטון'ס א.ג. ארגענאזאציע שומרים. שטעלט זיך ארױס זי איז א אט"ד (X-חרדי) װי מ'זאגט און זי איז סתם א אינװעסטיגײטיװ זשורנאַליסט. דא האט איר איר װעבפײדזש, איר סעלף-דעסקריפּשען, און א לינק צו איר "תחקיר". זי גײט אט אט אנהױבן א פױרסט דעגרי און פיזיקס און פילוסופיה.
1757278931734.webp



דא האט איר חדש'ס ארטיקל:

1757279102932.webp


מערקט אז חדש זאגט אז זײ גײען נאר ציטירן א "מספר קטעים" פון ליר אבער למעשה ליפֿטן זײ דעם גאנצן ארטיקל איר'ס אהער. און אין די רעכטע זײט, לײגן זײ, אין קלײן, אײנע פון די צװײ טײבּלס װאס ליר פארמאגט אין איר ארטיקל װאס װײזט אז אין 3 שטארק באװױנטע חרידישע שטעט, ירושלים צפת און בית שמש, זענען די נומערן פון װאקסינירטע פאר חצבת אראפ פּערצענטוּאַל פון די יארן '18 ביז '22.

מערקט אױך די ענטפער פון 'משרד הבריות' װי זײ זענען מסביר אז 1. די חרידישע געבורט ראטע װאקסט גאר שנעל, ספעציעל אזױ אין די לעצטע יאר-צען, און אױך אז זײ מיטשען זיך מיט ריסורסן, ספעציעל מיט מענטשן-קראפט און געהעריקע סטאנדארטן. און אױך אז זי ברױך די קאאָפּעראַציע פון די עירײה. און 2. אז אינקלודינג די מאבּיל האבן זײ 8 טיפות חלב אין אפעראציע אין בית שמש.

יעצט, װער ס'לײענט ליר'ס ארטיקל און װײסט אביסל װי-אזױ א געהעריקע אזא שטודיע דארף צוגײן, מיט רעפּרעזענטיטיװנעס, רענדאמײזײַשאָן, בּלאָקינג און געהעריקע רעפרענצן קען זען אז די שומרים תחקיר איז נישט קײן תחקיר אין געהעריקן סענס פון דער װארט, און איז אנעקדאָטעל (אסתר האט געלאזט הערן א רעקארדינג). זיכער נישט װי די אנדערע שטודיע װעלכע קומט װײזן אז חרידים אין אר"י װאקסינירן זיך װינציגער פון די אלגעמײנע באפעלקערונג, אװײלעבּל אױף פּאָבּמעד סענטראל (זע װײטער).

דא האט איר אײן אזא שטודיע. זעהט װי אײנע פון די קא-שרײבער\פארשער פון דער שטודיע איז מרים שיף א פראפעסאר אין סאָשעל פסיכילאגיע און אין אין סאָשעל װֿאָרק, פון היבּרוּ יוניװערסיטי אין ירושלים, װעלכע טוט שױן יארן אין די תחום פון סאָשעל װארק אין די העלטה קײר סיסטעם און ארבעט מיט חרידים; נישט סתם א זשורנאליסטקע װי ספיריטון.

דא קענט איר למשל זען, אױב װאלט שומרים'ס הנחה אמת געװען װאלט מען בײ 'ליטװישע' קהילות נישט געזאלט זען א העכערע ראטע פון װאקסינײשְן, װי דער שטודיע װײזט, װײל זײ װױנען דאך נישט אין באזונדערע געגנטער װי חסידים!?

ארץ ישראל אין אלגעמײן, האט א מאנגל און אינ-איקװֿאַליטי פון טיפות חלב צװישן אירע שטעט​

אבער איך האב מיך נישט געפױלט און טאקע נײגעריג געװען אױב דאס איז נאר א מחסור אין חרידישע געגנטער אדער בכלל א פראבלעם איבעראל אין אר"י. און דא האב איך געטראפן א לעצטיגע סקירה פון מרכז טאוב װאס גײט אדורך דעם ענײן און איז מסביר די פראבלעמען װאס די משרד הבריות שטײט אױס מיט די טיפת חלב צענטערן איבער דאס לאנד בכלל און לאו דוקא נאר בײ חרידישע געגנטער.

דארט שטײט למשל אז נאך פון אנהױב די 2000ס און אפ' נאך פריער איז דא אַן עלעמענט אין די כנסת װאס זוכט אז די פרײװעט העלטה אינשורענס קאמפאניס (װאס אין אר"י שפילן זײ סאך א שטארקערע ראלע אין די קאװער פון אלגעמײנע סיטיזענס) זאלן בכלל איבערנעמען די טיפות חלב און די טרענד גײטן שױן טאקע אזױ פאר א מספר פון יארן אבער האט זיך בעצם נישט אױסגעארבעט.

אױך זאגט דער רעפארט אז דערפאר, הײנט, כאטש װאס די פרײװעט קאמפאניס ראָנען מער טיפות חלב װי דער גאװערנמענט'ס משרד הבריאות, האבן די טיפות חלב פון די משרד הבריאות נאכאלס פיהל א גרעסערן שײר (חלק) פון קליענטן װאס באקומען די סערװיסעס, װי די פריװאטע קאמפאניס, װײל זײ גיבן דאך נאר צוזײערע קליענטן, װעלכע צאָלן.

אױך איז דער שטודיע מסביר טאקע די זעלבע זאכן װאס די משרד הבריאות האט דא צוריקגעענפטערט צו 'שומרים' אז זײ מיטשען זיך בכלל מיט געהעריק צוגעשטעלטע פלעצער, מיט מײנטענענץ, מיט נױרסעס און מיט סטאנדארטן. (ספעציעל אזױ אין הײמישע געגנטער װי די נױרסעס קומען מסתמא כמעט נישט פון די "נײטיװ" פאפולאציע, טראכט איך.. חוץ מזה װאס אַקאָרדינג צו פרופ' ברוך רוזן איז נױרסינג סעקטאָר אין אר"י כמעט 30% אראבער).

אױך זאגט דער טאובּ שטודיע אז געװיסע "לאקאלע קאנסולס" נעמען נישט גענוג אין באטראכט די בריאות פון זײער ציבור.., און טוען נישוט גענוג זיכער צומאכן בעפאר'ן בױען א געגנט צו א שכונה, װיפיהל מענטשן זײ בױען עס פאַר, און צו קודם זיכער מאכן פאר די תושבים ציען זיך ארײן, אז ס'איז דא גענוג טיפות חלב צובאהאנדעלן די צאל תושבים. דען א טיפת חלב, אפי' אױב די משרד הבריאות פײנענצד זי, מוז די משרד הבריאות נאכאלס האבן די מיטארבעט פון די לאקאלע עירײה כאמור.

די רעשיאָ פון טיפות חלב כנגד משפחות בעיר​

אבער איך בין געגאנגען און אױסגערעכנט בערך װיפיל משפחות עס זענען דא אין שטארק חילוניש באװױנטע שטעט (כגון תל אביב, חיפה און פתח תקװה) קעגן שטארק חרידישע באװױנטע שטעט (ב"ב, ירושלים, צפת און אשדוד), און װיפיהל טיפות חלב זענען דא אין יעדע שטאט. למעשה שטעלט זיך ארױס אז די רײשיאָ צװישן טיפות חלב און משפחות איז כמעט די זעלבע צװישן שטארק חרידיש באװױנטע שטעט און שטארק חילוניש באװױנטע שטעט הגם טאקע, מיט גרױסע דיפרערענצן צװישן שטעט בכלל און װײט נישט גענוג פון די מספר הראױ. אבער א ספעציעלע פארנאכלעסיגקײט פון חרידישע געגנטער איז נישטא.

נישט נאר דאס: נאר די 2 חריגים צװישן די חרידישע שטעט האבן אין פאקט פיהל מער טיפות חלב למשפחה װי די חילונישע שטעט (אפגערעדט פון די חילונישע חורג - פתח תקװה), הגם טאקע איך האב אױף מײן ליסטע עטװאס מער שטארק חרידיש באװױנטע שטעט װי חילונישע.

דא האט איר א טײבּל פון די נומערן לױט װי-אזױ איך האב זײ אבּגעשאצט. די אוכלוסײה אין יעדן שטאט און די אחוזים פון אראבער װס אידן אדער חרידים װס חילונים האב איך גענומען פון ויקיפדיה אדער פון גוגל אײאײ, יוזשעלי פאר די יארן 2023-2025.

געװענליך זענען די צאל פון משפחות נישט אװײלְבּל אױף גוגל אבער איך האב עס אױסגערעכנט דורכ'ן גוגלען װיפיהל עס איז די עװערידזש מיטגלידער אין א משפחה פאר יענע שטאט, ארײנעמענדיג אין באטראכט למשל אין ירושלים, חיפה און פתח תקװה װעלכע האבן אױך א גרױסע צאל אראבער.

די נומערן פון װיפיהל טיפות חלב עס זענען אַװײלעבּל פאר יעדע שטאט האב איך גענומען בעיקר פון 'דפי זהב', פון איתור טיפת חלב, אבער אױך אביסל פון דער 'טאוב' רעפארט (זעהט די נספח אױף די לעצטע פײדזש - לוח נ'1) װאס כ'האב אױבן דערמאנט, הגם איך האב נישט געמאכט א חילוק צװישן טיפות חלב װעלכע געהערן אדער װערן אנגעפירט פון די משרד הבריאות אדער עירײה, צו דיע װעלכע געהערן צו די פרײװעט קאמפאניס. װײל קודם די טאוב רעפארט האט נישט דאטא ספעציפיש פאר די אלע שטעט װאס איך האב געװאלט (זעהט לוח נ'1) און נאכדעם האב איך גערעכנט אז די פריװאטע קאמפאניס עפענען מסתמא אױף טיפות חלב אױך נאר געװאנדן װיפיל תושבים פון א פארטיקולאר שטאט אין קװעשטְן, זענען זײערע קליענטן און קענען עס עפאָרדן, ממילא איז נישט אזױ װײט נוגע דער חילוק חוץ מזה װאס חיסונים שטעל איך מיך פאר זענען בחינם אפגעזעהן בײ װעלכע פֿאַסילעטי דו באקומסט עס.

נ.ב. אײן שטאט - פתח תקװה - בין איך חושש אז איך האב נישט די ריכטיגע דאטא װײל מסתמא איז דא דארטן נאך טיפות חלב ראָן בײ פריװאטע קאמפאניס. חוץ מזה װאס די לוח נ'1 אין די טאובּ רעפארט בין איך חושש איז נישט מדיוק װײל עס רעכנט אױס געװיסע שטעט 2 מאל, עקספּליסיט (פתח תקווה\מרכז) און נישט-עקספּליסיט (לדוג' חיפה).

סאָ נאכאמאל לסיום. 1. די משרד הבריאות טוהט נישט פארנאכלעסיגן חרידישע געגנטער מיט'ן נישט צושטעלן גענוג טיפות חלב נאר זי מיטשעט זיך אין אלגעמײן מיט'ן צושטעלן די סערװיסעס, סײ פאר'ן חרידישן ציבור, סײ פאר'ן חילוניש'ן ציבור, ספעציעל דארטן װי די װאוקס פון די אוכלוסײה איז רעפּיד.

2. די חרידישע רבנים און עקסנים קענען צוהעלפן מיט'ן העכערן די צאל װאקסינירטע קינדער און אזױ ארום פארמינערן די צאל אָנגעשטעקטע און געפאר פון פאטאליטעטן, דורכ'ן ענקאָרעדזשְן דעם ברײטן ציבור צו װאקסינײטן זיך און ארױסקומען פארדאמען פה אחד דיע יחידים און פארומען װעלכע פארשפרײטן און פראָמאָוֹטן מיס-אינפארמאציע און דיסקאָרעדזשמענט בנוגע די עפֿעקעסי און נחיצות פון װאקסינס און װאקסינירונגען.



סאָ אט איז די טײבּל.


עיר (רובם חילונײם)טיפות חלבמשפחותטיפת חלב אחד\ למשפחותדומה בערך לעיר או חורג (*)
תל אביב451603453563בית שמש
פתח תקווה1921535911335*
חיפה631319002094בית שמש
ראשון לציון13747005746אשדוד
מודיעין-מכבים-רעות25275001100צפת
עיר (אכלוסײה חרידית גדולה)
צפת87414מודיעין מכבים רעות
ירושלים492344504785ראשון לציון
מודיעין עילית231400061*
בני ברק8488306104ראשון לציון
אלעד1411100793*
אשדוד20945004725ראשון לציון
בית שמש8273003413תל אביב
 
לעצט רעדאגירט:
פון די 17 הױפט 'שטיקלעך' נײעס, װי איך רוף עס, אין דעם צײטונג (קלײנע נײעסלעך אין א קאלום רעכן איך פאר אײנס), זענען 6 דערפון װעגן בנײה (בּױאוּנגען) אדער װעגן די פרײזן פון דירות (איך רעכן די בשולי החדשות קאלום פאר אײנס הגם עס פארמאגט דארטן 2 באזונדערע נײעסלעך װעגן דירות).

סאָ לאמיר אײך װײזן די 6-7 שטיקלעך װעגן דירות און בּױאונגען.​


קודם די 1שטע ארטיקל װעגן בנײה איז די דריטע פון די 3 מײן ארטיקלען אין די װאכעדיגע עדישְן. דאס האט די צײטונג באשטימט צו איבערחזר'ן די געשיכטע פון די מחלוקת און די 'קאָורט אפּיעל קײס' צװישן די חרידישע דעװעלאָוּפּערס און פאליטיקאנטן, און אנדערע נישט-חרידישע פראקציעס, צען יאר צוריק אין בית שמש, װעגן דאס אַַפּראָװן און בױען פון 15,000 דירות אין די געגנטער פון רמת בית שמש, ד' און רמת ה'. װאו די חרידים האבן געװינען אין געריכט, און דער בג"ץ שופט, עוזי פוגלמן, האט באשטעטיגט דער פסק פון דער בית משפט מחוזי - בית משפט השלום אין ירושלים אז זײ מעגן יא בױען די 15 טױזנט דירות.

1757293165662.webp


מערקט די שטיקל װעגן די טענה, װאס די מעררים האבן ארױסגעלײגט, אז די דירות טאַרגעטְן, און זענען מיוחד דוקא פאר, א געװיסע סעקשאָן פון סאָסײעטי דהײנו חרידים, און די מאדנע קאממענט װאס די צײטונג 'חדש' מאכט אױף דעם.

1757293302857.webp

1757293368804.webp



נעקסט זענען די אנדערע שטיקלעך װעגן קױפן דירות, דינגען דירות אדער בױען דירות, װאס װאו ס'איז נאר פארהאן א פיצי דערמאנונג פון בית-שמש, ברענגען זײ עס.

סאָ דא איז א שטיקל ליפֿטעד (אונטערגעהױבן) ממש װארט בײ װארט פון א ארטיקל אין די מעריב פון א װאך פריער (די 'חדש' עדישן איז ארױס, װי איר קענט זען אױבן פון דעם בלאט, כ"ז אב - 21 אוגוסט), פובליצירט בײ זשורנאליסט אריאל פײגלין, פאר װעמען די צײטונג גיבט טאקע קרעדיט (באמערקט דיפרנט איז פאלש געספּעלט אין די קעפל):

1757312635095.webp


און דא איז די 3טע שטיקל װעגן 'שכר דירות', אױך פון די צײטונג מעריב , פון עטליכע טעג פריער פון דער זעלבער דזשורנאליסט, װידער װאָרט פאר װארט (חוץ צװײ שורות װי זײ זאגן אז ס'קומט פון פײגלין און אז ס'קען אינטרעסירן תושבי בית שמש):

1757294666747.webp


די נעקסטע, די 4טע אין די רײע װי איך רוף עס, איז װעגן טענדערס װאס די רשות מקרקעי ישראל האט מפרסם געװען אװאו זי אינװײט דעװעלאָוּפּערס צו בּידן פאר נײע בױ-פראיעקטן.

װידער קאפי-פּײסטעד, דאסמאל פון דער Magdilim װעבסײט, אָהן גיבן קרעדיט. חוץ די שטיקל פון בית שמש װאס קוקט אױס װי אלטע נײעס אדער סוף לעצטע יאר אדער אָנהױב די יאר. זעהט אױך דא און דא.

מערקט אגב די טעות װאס זײ מאכן מיט אָנרופן דער מסגרת, 'מחיר מטה' אנשטאט 'מחיר מטרה'.

1757298534624.webp


די 5טע אין די רײע, װעגן א נידערונג אין האַוּזינג מארקעט סײ אין נײע דירות און סײ אין סעקאנד הענד דירות (הגם טאקע א קלענערע דראפּ).

דער ארטיקל איז אױך לכאורה ליפטעד, װי זי שטײט און גײט, פון דער ארטיקל אין גלובוס בײ אריק מירובסקי, פארװעמען זײ גיבן טײלװײזע קרעדיט, מאכדענדיג דעם אױסקוק װי כאילו די ערשטע טײל פון דעם ארטיקל האבן זײ יא געשריבן אלײנס אבער איך האב נישט קײן פֿרי עקסעס צו גלובוס ממילא קען איך דאס נישט באשטעטיגן:

1757299436670.webp


און דא האט איר 6 און 7, פון די 'בשולי החדשות' קאלום אױף עמוד 50, און די לעצטע פון די סעריע פון נײעס בנוגע די משוגענע אינטרעסאנטע נושא פון די רענטל האוזינג מארקעט, די ערשטע פון זײ (מיט'ן קעפל 'דירה להשכרה') ליפטעד און ארױסגעשטיקלט, װארט פאר װארט, פון דער ארטיקל אױף די סײט "מרכז הנדל"ן" אדער אין ענגליש nadlancentre:

1757300110615.webp
 
לעצט רעדאגירט:
שױן, מען האט שױן כמעט געענדיגט מיט דעם מיזרעבּל און נארישע צײטונג און דאן װעל איך קענען עס װארפן אין מיסט און נישט דארפן קוקן דערױף נאכאמאל.

נעקסט גײט מען גײן צו די איבעריגע נײעסלעך װעלכע פארדינען לױט די מערכת פון חדש, יעדערער א באזונדערע קאלום.

קודם דא האט איר א מעכטיגע נײעס װעגן ר' חײם פײנשטײן, ר"י פון מוסדות עטרת שלמה, א נעפיו פון ר' משה און אײניקל פון ר' יצחק זאב סולובײטשיק, גיבענדיג א דרשה פאר ישיבה בחורים פון ישיבת בין הזמנים און "פארפירענדיג שטארק" װעגן גיוס בני ישיבות. אז מען װעט זיך נישט דערשרעקן פון תפיסה. נישט ער, נאר די בחורים און יונגעלײט פארשטײט זיך:

1757304149275.webp


נעקסט איז א נײעס װעגן די רעזאלץ פון א חקירה װעגן אַן עלעקטרישע פײער א װאך פריער.

חדש באריכטעט נישט קײן פארברעכנס. עס פאסירט נישט אין הײמישע שטעט. דאס איז נישט צוזאגן אז זײ באריכטן נישט אסונות. נאר בעיקר איז עס װעגן עקסידענטן, פײערן און פון א קינד װאס איז אראפגעפאלן פון א באַלקאָני, און ס'איז אװדאי נישט קײנעם'ס שולד, אזעלכע זאכן.

1757304403466.webp


און זײער א װיכטיגע זאך װען מען באריכט אַן אינצידענט, ספעציעל פון הצלה, איז די סטײטמענט װאס די הצלה מעמבערס גיבן נאך יעדע קאָל:

1757305275055.webp


נאכדעם האט איר װעגן די בין-הזמנים קעמפ פאר ספעשל נידס קינדער. אזױ װי כמעט אלע בילדער אין 'חדש' איז יעדער אונטער די אײדזש פון 20 (אפי' פון פולשטענדיגע געזונטע מענטשן), איט סימס, דער פנים פארװישט.

מערקט, עס קוקט אױס װי זײ האבן געװאלט שרײבן 'אָפּענינג' דײ:

1757304659270.webp


נעקסט האט עטס א באריכט װעגן א גרױסע פּאַדי װאס די ארגאנאזאציע 'בני הם' האט אפגעראכטן פאר יתומים, בחורים. דער נשיא הארגון קוקט אױס צוזײן ער. פונקט האב איך אויך געזען ער ווערט דערמאנט דא.

עס האבן דארטן געזונגען עוזיאל דײטש מיט זײן קאַפּעלע. עס האבן אױך אױפגעטרעטן דער משפיע ר' מנדל מוסקוביץ, א ניצול פון דער מירונע סטאַמפּיד, און דער חוזר בתשובה ברק ניקסון.

אױך האבן זיך באטײליגט דארטן נאך רבנים (איר קענט לײענען דעם ארטיקל) אבער צװישן אלע האבן ארױסגעשטארט, איר קענט שױן מסתמא געסן בײ נאַוּ, דער ראש העיר גרינברג און די חרידישע פאליטיקאנטן דרנגר, בוקסבױם, ברילנט און שכטר, װאס נאכאמאל לאמיר זײ רימען און לױבְּן װאספארא געװאלדיגע דזשאב זײ מאכן:

זאגט מיר אױב איר קענט עפעס זעהן אױף די בילדער ;)

1757305411816.webp


און דא נאכאמאל, נישט צום לעצטן מאל אבער אײנס פאר די לעצטע מאל, װאס מיר רעדן װעגן דער באליבטער און סאָ מאָטש רעװערד, ראש העיר שמואל גרינברג אזש מיר קענען זיך כמעט לײגן אין בעט מיט אים און זײן גאנצע טיעם.

דא איז א אירוע װאס מען האט אהערגעשטעלט פאר ספעשל נידס קינדער נאכאמאל, און אױכעט פאר זײערע משפחה מיטגלידער, אז זאלן זיך קענען קומען אױסטשוּכען בימי בין הזמנים. זײער שײן.

א װאסער פארק מיט א אײז סקײטינג רינג און נאך. פון אמעריקע זענען אריבערגעקומען שלום לעמער און ארי הילל מיט די תזמורת פון בּעני לױפער און נשמה. און שקױען פאר די משטרה, מגן דוד אדום, עירית חולון און יעדער אײנער פאר'ן ארױסהעלפן.

נאר איך כאפ נישט פונקטליך װאו גענױ גרינברג קומט ארײן דא. אבי מען באגיסט אים מיט דאנקען.

1757305917592.webp



חדשות הקהילות​

נעקסט איז 'חדשות הקהילות'. נאך א חיזוק לאברכים ולבני הישיבות מיט אַן אַלוּר צו גיוס בני הישיבות. דאסמאל מיט ר' אביעזר פילץ. יעצט איז די באריכט אז ס'גײט געשעהן. נעקסטע װאך װעלן מיר אײך באריכטן אז ס'איז געשעהן. װארט מיט שפאנונג פרטים יבואו.

נאכדעם א פתיחת הזמן דרשה פאר כולל לאברכים "מצוינים", כולל זכרון שאול, מיט ר פרץ טוביה בינדר, א דײן אין שטאט. דערנאך האט אױפגעטרעטן הרה"צ ר' יחיאל רבינוביץ, א זוהן פון ביאלא רבי בית שמש, לכאורה דער צאָלער פון דער כבוד אַנאָנס. אױב איז ער א צדיק, שטעל דיך שױן פאר װאס זײן טאטע איז.. די מעמד איז געחתמט געװארן מיט שירה און רגש און די אבריכים האבן פארענדיגט מיט א לאנגע תפילה ובקשה װאס מפני חוסר מקום װעל איך עס נישט ציטירן במילואו.

נאכדעם, אױב װילט איר װיסן װאו מען קען עסן א גוטע מיעל נעקסטע מיטװאך, זאג איך אײך יעצט אױף רב מרי רמב"ש ד'. נאכאמאל, איר גײט פון פומפדותא, שדרות האמוראים ביז רב מרי. בײסיקלי גײט נאך די מוזיק און די פאקלען.

ר' דוקי גרינװלד גיבט ארײן א ספר תורה צו ברסלב. מען זאגט אז זײן זוהן, א בחור אביגדור, א שטיקל קנאקער, האט צוזאמגעשלעפט די געלט פאר די הכנסת ספר תורה און אלעס, קודאס צו אים. ער איז שױן אין שידוכים בד"װ:

1757306735424.webp


נאך א סעודה, פאר דינסטאג נעקסטע װאך, װעט זײן א רעבישע חתונה, אבער דײס פאר חסידי און אוהדי בערגסאז און לעלוב ירושלים. אבער װילאנג איר זענט פון די 'אוהדים' זענט איר געקאָװערט.

אבער האלט קאפ, נישט לעלוב-ביתר עילית, נישט לעלוב-בני-ברק, נישט לעלוב-אלט-שטאט, נישט קארלין-לעלוב, נישט לעלוב-בראנוביטש, נישט לעלוב-ניקלְשבּורג, אפילו נישט לעלוב-בית-שמש. כ'רעד שױן נישט פון חוץ לארץ. לעלוב-ירושלים! נישט לעלוב-עזרת-תורה, נישט לעלוב-בר-אילן נאר לעלוב ירושלים!; נאר די סעודה װעט זײן אין בית-שמש. יעצט װײסטו שױן פון װעלכע לעלוב מען רעדט? גוט, װײל איך װײס אױך נישט.

און נעקסט טוּ איט, נעבן דעם, האט איר ר' משה שטרנבוך אױפנעמענדיג יונגעלײטלעך פון תולדות אהרן װאס גרײטן זיך צוװערן מורי הוראה. זײ האבן געהערט און זיך פארהערט מיט אים; ספעציעל ארום קיך טעכנעלאגיע. בין איך נישט זיכער צו ער רעדט פון סמאַרט קיטשענס וכדומה אדער אפשר פון מײקראװײװס, שבת-זײגער און װאסער קאָלערס, אױף װאס ירושלים האט ערשט יעצט געקעטשט אָפּ.

אזױ צו אזױ, זעהט דער פנים װאס ר' משה מאכט, ס'קוקט אױס װי ער טראכט: "אקעי, עטס װילטס דוקא װערן מורי הוראה פײן, אבער װאס װילט עטס פון מיר האבן?":

1757308560168.webp


און נאך נײעס װעגן שריפות און תאונות דרכים.

און א װיכטיגע מודעה אז די משרד הבריאות זוכט מענטשן, װאס זענען געפארן אױף צװײ ספעציפישע באסעס פון קו 681 זײ צו מודיע זײן אז ס'איז אױף זײער באס מיטגעפארן א חולה חצבת און זײ דארפן זיך מסתמא נאר איזולירן װײל װאקסינירן זיך אין אזא סיטוּאײשְן, גלײב איך, איז שױן מסתמא אביסעלע צושפעט.

1757310162789.webp


און אחרון אחרון חביב, ברענגט חדש א נײעסל װאס זײ ציטירן פון עמיצער ציון סולטן, א דזשורנאליסט פון 'קרן אור', אַן אלגעמײנע סײט פון נײעס פון בית-שמש, אבער װאס קוקט אױס דתי.

ברענגען זײ פון אים אז ער האט אױפגעברענגט די פראגע פארװאס רוב אײנגעשטעלטע אין די עירײה, ד.ה. אין די מונצופּאַליטעט אדער סיטי האָוּל װי מען רופט עס אין ענגליש, די װעלכע פירן בית-שמש, װױנען אבער מחוץ לבית שמש אזש די װאס װױנען יא דארטן קען מען צײלן אױף אײן האנט? סולטן פרעגט אױב דאס איז צוליב װאס בית-שמש איז בּילאָוֹ זײ, ס'איז שמוציג צו ס'האט נישט פאסיגע חינוך אנשטאלטן פאר זײערע קינדער, בײסיקלי אָנדײַטענדיג אז אפי' די שטאט װאס זײ פירן איז נישט גענוג גוט פאר זײ, זײ זאלן דארטן װױנען, איז במילא פרעגט סולטן װי-אזױ מען קען זיך פארלאזן אז װען זײ פירן דעם שטאט, מײנען זײ דאס בעסטע פאר אירע אײנװױנער?

'חדש' איז פארשטײט זיך נישט זײער העפפי מיט די קריטיק. זײ זאגן אז זײ זענען 'מעדיף' נישט נאכצו ברענגען די רשימה װאס סולטן רעכנט אױס, פון די אלע אָפישעלס (באאמטע) װעלכע װױנען נישט אין בית-שמש, נאר אנשטאט איז חדש מסביר מיט א געדרײטן פלפול פארװאס ס'איז נישט נאר קײן פראבלעם, נאר פארקערט, אױב װאלט געװען אזא רוּל װאלט עס ערגער געמאכט.

דען דעמאלס װאלטן בית-שמש בירגער נישט געקענט ארבעטן אין פאליטישע אמטן פון אנדערע שטעט און אין פאקט ברענגען זײ גרינברג אלס עקזעמפל װי ער האט לפנים געארבעט אלס מנהל פאר די חרידישע חינוך דעפארטמענט אין די ירושלימער עירייה.

נאך מער טענה'ן זײ: די מבקר המדינה האט אין די פּעסט קריטיקירט די עירײת בית-שמש נאכדעם װאס זי האט געפונען 52% פון די אײנגעשטעלטע דארטן זענען קרובי-משפחה; טענה'ט חדש, אױב װעט מען נישט לאזן מענטשן פון אנדערע שטעט האבן שטעלעס בײ די עירײה, װאלט עס די פראבלעם למשל נאר אַרגער געמאכט. און ממילא 2 ראָנגס מײקס װאָן רײט.

עניװײ, לײענט און האט הנאה. אה, און מיר װעלן אײך יא ברענגען די ליסטע פון סולטן (נאר אינטרעסאנט, ס'דא אפי' אײנער װאס האלט אז בני ברק איז אינטרעסאנטער פון בית שמש; אפשר א בעסערע נײַטלײַף..):

גזבר העירייה - אריה ברדוגו. ירושלים.

סגן גזבר- יניב חלפון רחובות

מנכ"ל העירייה
- אוהד שגב. עכו.

יועמ"ש- מיקי גסטוירט צור הדסה

ראש לשכת ראש העיר-
רבקה רביץ טלז סטון

מנהלת משאבי אנוש
-ענבל אלוש מודיעין

מנכל רשת המתנסים
- מימון בן חמו מושב מחסיה
ראש מינהל חינוך
יוסי גולדרינג- בני ברק
מהנדס העיר
גיא דוננפלד בן קיבוץ שובל.
דובר העירייה
- אלי ג'אן קרית מלאכי
מנהל אגף ביטחון
צחי אלימלך מודיעין

מנכ"ל החברה הכלכלית
- זאב לכוביצקי - בני ברק.

1757311209105.webp


און שױן.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top